דער נביא זאגט אין ישעי' 'מהרסיך ומחרביך ממך יצאו'
כלל ישראל האט במשך פון איר גאלרייכער לאנגער עקזיסטענץ, גאר א סאך מיטגעמאכט. זי האט זיך כסדר געדארפט ספארעווען מיט בייזע עלמענטן וואס האבן איר שטענדיג געזוכט צו באדראהען, צומאהל איז עס טאקע געוועזן פון די אומת העולם, שלא אחד בלבד עומדים עלינו לכלתינו... אבער צומאהל איז עס ליידער געוועזען פון אחינו בני ישראל, פון די סאמע אנ''ש.
אנגעהויבן האט זיך עס פון די ערב רב אין מצרים, די נביאי השקר בזמן בית ראשון, די מתיוונים בזמן בית שני, און די צדוקים וואס האבן צוגעברעגט דעם חורבן בית ה' אלקינו, די כותים און די קראים בזמן הגאונים והראשונים, דערנאך דעם כת ש''ץ מיט די פראנקיסטן, דערנאך די משכלים און די רעפארמער, און ווייטער די ציונים מיט זייערע נאכשלעפער, און אזוי ווייטער.
און אונזער היינטיגע עפאכע ליידן מיר ליידער צוזאם פון די רשעי עמינו די ווילדע משוגענע סיקריקם, וואס זענען נישט נכנע אונטער קיין שום דעת תורה, און ניצן אויס זייערע שרעקליכע פארדארבענע מידות, צו זייען כאאס און חורבן בתוך כרם בית ישראל, און טוהן ככל העולה על רוחם, ומי יאמר להם מה יעשה...
אנגעהויבן האט זיך עס נאך בהילו נר ה' על ראשינו, אין דער סוף פון די געזונטע יארן פון רבינו הקוה''ט מסאטמאר זי''ע, וואס דעמאלס איז אויפגעשטאנען א פאר ראדיקאלן, וואס האבן נישט פארמאגט קיין מסורת אבות, נאר זיי האבן זיך זעלבס עקלערט אלס שיינע אידן, און אנגעהויבן צו העצן און צו לאזן פאלן זייערע אייגענע פארקרומטע מיינונגען, און דערמיט פארשווארצט דעם פנים פונעם יהדות החרדית הצרופה.
דער רבן של ישראל האט שוין דאן געזעהן מיט זיינע הייליגע אויגן, אז די דאזיגע חברה זענען ערגער פון אלעם, און ער האט טאקע געשריגען מנהמת ליבו הטהור, אז מען זאל פון די אויסווארפן שטייען מיילן ווייט כמטחוי קשת. זיי מאכן אלעס חרוב... זיי זענען דאס ארגסטע... וכו' (עיין בחדושי תורה פרשת בחוקתי)
מאנכע מיינען אז דאס איז בלויז א פאר משוגעים, און מען דארף זיך נישט צוטאן מאכן פון זיי, דאס איז א טעות, דער צימערמאן – קלאר פראקציע שטעלט מיט זיך פאר א געפאר פאר דער מענטשהייט, און אויב מען וועט זיך נישט צוזאם נעמען, און זיי אויסשפייען פונעם כלל ישראל, און זיי פארווארפן אונטער די הרי החושך, וועלן זיי נאך ברענגען א שואה אויפן כלל ישראל, זיי זענען מסוכן, און לייגען אריין כלל ישראל אין א סכנה, און באדראהען דעם חרדישען פאפעלאציע איבער דעם גארער וועלט... לאמיר טאהן צו דער זאך איידער עס איז חלילה צו שפעט.. אויף די אויסווארפן איז געזאגט געווארן מורידן ולא מעלין.... זיי צווואקסען זיך ליידער ווי הייווען... עס פעלט ליידער נישט ביי אונז קיין מרי נפש... און אויב מיר וועלן שטיין גלייכגילטיג צו דעם געפאר, תצואתיו מי ישורנה.......לאמיר זיך נישט אליינס שיסן אין די פיס.....
מלחמת לה' בעמלק מדור דור.....
די סיקריקים:
- אפטעמיסט
- חבר ותיק
- הודעות: 2352
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 22, 2013 3:05 am
- געפינט זיך: אין מאחורי
- האט שוין געלייקט: 2515 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3142 מאל
די שאלה איז נאר וואס דער שורש איז, און פון וואו די סיקריקים קומען. ווי ווייט איך ווייס פאררופן זיי זיך נישט אלס גורער, באבובער אדער בעלזער. עמיצער האט אויפגעצויגען א קהילה פון וואו די משוגעים האבן ארויסגעשפראצט.
די מוסלומענער טענה'ן אויך אז די סיקריקים (לייען: אייסיס) זענען נישט קיין מוסלומענער, אבער דאס איז משטיינס זיכער אז זיי זענען נישט קיין קריסטן צי אידן. ערגעץ אין דער היסטאריע פון איסלאם זענען זאכן געפארן ביטערליך שלעכט, און יעצט שנייט מען די פירות.
ס'וועט קומען א צייט ווען חסידי קלאר ויוצאי ישיבת ציממערמאן וועלן זיך אויפבלאזן אויף די בארא-פארק/ וויליאמסבורג באסעס. געב עס אפאר יאר און פלאטשיגע ביבער היטן וועלן אריינשמעטערן אין ראדני מיט פליגערס. אפשר דעמאלט וועט מען זיך אויפוועקן פון שלאף.
ראו בנים שגדלתם.

-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1512
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
- האט שוין געלייקט: 5973 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל
זייער שיין געשריבען אין ערליך אנאלעזירט די פראבלעם פון די סיקריקים צימערמאן וכת המטורפים אחיו לדיעה וואס זיי פארמאגען נישט אפילו א 0.111% גרם פון די טייערע תבלין (שכל בלע״ז)
אין דא ליגט די טעות.
ווען צימערמאן וואלט גיהאט א ביסל שכל וואלט ער געוועהן שעדליך ביז גאר!
אין דאס איז א קנאפע סוד אין גאנץ ניו יורק רבתי והגלילעס אז דער צימערמאן אין לאוב ויתר חברי הכת שלהם זענען טאטאלי אבער טאטאלי משוגע צודרייט אין פאריקט אז עס נישט קיין ווארט ממילא נישט פון זיי האבן מיר וואס מורא צו האבן.
אויב שוין איז דא וואס צו מורא האבן פון משה בער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל] אין ישראל דוד ווייס וסיקריקי ירושלים משפחת ההירשים די חמאסניקעס אין אזוי אויך רבאיי ראזענבערגער אין רבאיי שמידל אדער דער שייגעץ מ״א פרידמן וואס די פאר חברה האבן יא א ביסל שכל (איינער מער אין איינער ווייניגער) אין טוהען וילדע אין שעדליכע אקטען אין טראגען נישט קיין 0% אחריות פאר אונזער בלוט, בעסער געזאגט עס אינטרעסירט זיי גאנץ ווייניג
איין זאך אינטרעסירט זיי בעסער געזאגט צוויי זאכען געלט אין כבוד ותו לא גארנישט פינטעל.(אויך מיר א כבוד צו זיין א סיקריק...)

- שריפטשטעלער
- הודעות: 954
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
- האט שוין געלייקט: 1457 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2213 מאל
ווייסט איינער מער פרטים איבער אט דעם סיפור:
http://bshch.blogspot.com/2014/10/blog- ... 5.html?m=1
http://bshch.blogspot.com/2014/10/blog- ... 5.html?m=1
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק