בלאט 1 פון 1

האסני מובאראק פון עגיפטען פאראורטיילט

נשלח: מוצ"ש יוני 02, 2012 10:12 pm
דורך [NAMELESS]
דער געוועזענע פרעזידענט פון מצרים האסני מובאראק איז געווארן היינט פאראורטיילט צו לעבנסלענגליכע טורמע, וועגן זיי ראלע אין הארגענען די פראעטעסטירער אין טאהריר סקווער.
די ריכטער האט געזאגט אז עס איז נישט געברענגט געווארען קיין ראיות אז ער האט געהייסן הארגענען, נאר אז ער האט גארנישט געטוהן דאס אפצושטעלן
זיינע לויערס זאגן אז נאר פארן נישט אפשטעלן קען מען נישט געבן לעבנסלענגליכע טורמע, און גייען אפעלירן.

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 10:02 am
דורך [NAMELESS]
מובאראק׳ס געזונט מצב ווערט ערגער
http://www.nytimes.com/2012/06/07/world ... pidly.html

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 10:28 am
דורך לעמיל
עס לוינט זיך אים מער צו שטארבען וי צו לעבען אין תפיסה

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 1:29 pm
דורך שמעקעדיג
ס'איז זיכער אז אין די דארטיגע תפיסה לעקט מען נישט קיין האניג, זיי זענען דאך פאלנע רוצחים ותאבי דם. אבער מ'שטיינס געזאגט וואס איז שוין לעבנסלענגליך פאר אזא אלטן מענטש.

ווען דער שופט האט פאראורטיילט - להבדיל? - מעידאף צו זיצן 150 יאר, איז דאס אויך נאר געווען "סימבאליש". ער האט פונקט אזוי געקענט געבן 800 יאר.

די משוגעת איז אז היינט גיט מען תפיסה פאר יעדע קלייניגקייט צענדליגער יארן, אזש עס בלייבט נישט איבער גענוג א גרויסע שטראף פאר די אמת'ע רוצחים וועלכע זענען באמת ווערד לענגערע טערמינען.

וויפיל יאר, טראכט איינער, וועט מובאראק אויסלעבן אין די תפיסה דארט?

נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 3:32 pm
דורך לעמיל
ער וועט שטארבען זייער שנעל פארוואס זאל ער לעבען??? צו זיין אין תפיסה???

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 10:01 am
דורך משולם שטיינפעלד
דעם שבת האט זיך זיין געזונט צושטאנד שטארק פארערגערט.

ער איז אריינגעפאלן אין א קאומע, ער איז שוין צוריק וואך, אבער ער האט א שטארקע ריזיקע פון כאפן א סטראוק.

נעכטן איז שוין געווען שמועות אז ער איז געשטארבן.

נשלח: זונטאג יוני 10, 2012 11:13 am
דורך טעפל
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:דעם שבת האט זיך זיין געזונט צושטאנד שטארק פארערגערט.

ער איז אריינגעפאלן אין א קאומע, ער איז שוין צוריק וואך, אבער ער האט א שטארקע ריזיקע פון כאפן א סטראוק.

נעכטן איז שוין געווען שמועות אז ער איז געשטארבן.

די מצרישע רעגירונג האט אפציעל געלייקנט אז ס'איז נישט אמת און ער לעבט נאך

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 5:38 pm
דורך [NAMELESS]
נ״י טיימס זאגט אז מובאראק איז איז קליניקלי טויט

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 5:46 pm
דורך [NAMELESS]
וויקיפידיע רעדט שוין פון אים בלשון עבר און געבן אן היינט ווי זיין דאטום פון טויט

Muhammad Hosni El Sayed Mubarak (Arabic: محمد حسني السيد مبارك‎, Egyptian Arabic pronunciation: [mæˈħæmːæd ˈħosni ˈsæjjed moˈbɑːɾˤɑk], Muḥammad Ḥusnī Sayyid Mubārak; 4 1928[2] - 19 June 2012) was a former Egyptian politician and military commander. He served as the fourth President of Egypt from 1981 to 2011.

נשלח: דינסטאג יוני 19, 2012 5:49 pm
דורך ניו יארק
איין מאל מען קומט שוין אן און אזא מצב, ווערט עס אנגעריפען "געלעבט אויף געבארגטע צייט"
--------
אז מען רעדט שוין.... יעדער האט געזען ווען מען האט ארויסגעגעבען דעם אורטייל וואס פארא מהומות עס איז פארגעקומען.
מיין מיינונג איז, אז זיי זאלן ארויסגעבען אז ער זאל באקומען טויט שטראף, און ביז וואס ווי ווען וועט ער שוין שטארבן (מן הסתם).

נשלח: מיטוואך יוני 20, 2012 9:59 am
דורך לעמיל
אויף וועמען ווארט ער? ער קען שוין שטארבען עס איז שוין העכסט צייט

נשלח: דאנערשטאג יוני 28, 2012 1:58 am
דורך [NAMELESS]
מ קען זיי נישט גלייבען קיין איין ווארט. יעצט שרייבן די נייעס אז מובאראק איז צובראכען אין דעפרעסד פון די וואלן ריזאלטס אין מצרים. סאו איז ער יא קליניקעל טויט אדער נישט???

http://www.montrealgazette.com/news/Hos ... story.html