בלאט 1 פון 1
גיין פון וומ''ס צו ב''פ - ב''פ צו וומ''ס צופיס, וועלכע וועג?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 12:10 pm
דורך לעמיל
וואס איז דער שנעלסטע און גרינגסעע וועג אריינצוואקן פון איין שטאט צום אנדערן? מ'זאל זיך קענען אויך אפריען אינמיטן. כ'פלאן דעם צוויי שעה וועג פאר דעם שמחת תורה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 12:14 pm
דורך רויטע וואנצעס
אין בארא פארק ווענט זיך פון ווי דו גייסט ארויס. דורך פראספעקט פארק איז די שנעלסטע פון רוב בארא פארק. קענסט גוגלן די פיסגייער דירעקציעס אויף גוגל מעפס. פון טייל בארא פארק און קענזיגנטאן איז די בעסטע וועג דורך זיך ווענדן מזרח ביז מ'האקט אריין אין בעדפארד עוויניו (ס'קומט אויס east 24) און נאכדעם מאכט מען א לינקס אויף בעדפארד ביז ווילי.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 12:55 pm
דורך פישלע העררינג
You'll be crossing over and passing by some very very very African American neighborhoods, not I'm being judgemental or stereotypical.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:08 pm
דורך דבילה
ס'כמעט נישטא א חילוק אין לענג צו דורך מאקדאנאלד\פראספעקט\וואנדערבילט, אדער דורך פלעטבוש ביז בעדפארד. די עיקר ווענדט זיך אויב דו ווילסט כאפן א בליק אין פארק, זיך אראפזעצן אפאר מינוט און הנאה האבן פון גאט ב"ה'ס נאטור, אדער ענדערש כאפן א ספר\ביסקיסע אין א פלעטבושער בעסמעדרעש.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:10 pm
דורך געפילטע פיש
אז דו וואקסט לעבן די פארק, למשל אויף פראספעקט פארק וועסט, איז דא בענק יעדע צוויי מינוט וואו מ'קען זיך אפרוען.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 1:17 pm
דורך קאווע טרינקער
לעמיל האט געשריבן:וואס איז דער שנעלסטע און גרינגסעע וועג אריינצוואקן פון איין שטאט צום אנדערן? מ'זאל זיך קענען אויך אפריען אינמיטן. כ'פלאן דעם צוויי שעה וועג פאר דעם שמחת תורה.
צווייטע טאג יום טוב איז נאר א דרבנן, צאלן א דרייווער איז אויך נאר א דרבנן, קומען צום רבי'ן איז א צורך מצוה. תרי דרבנן במקום מצוה איז מותר.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 3:14 pm
דורך galitzyana
Shti sim mit lukshen