בלאט 1 פון 2

נייע פילם: Exodus Gods and Kings

נשלח: דינסטאג אקטאבער 14, 2014 2:12 pm
דורך הוגה
אינטערעסאנט אז עס איז (דאכציך) נאך נישט אופגעברענגט געווארן די געוואלדיגע טשארלטאן העסטאן (שפילט משה) פילם, The Ten Commandments. דער 1956 פילם טוט געוואלדיג אראפמאלן די שעבוד מצרים, די מכות, יציאת מצרים און מתן תורה.

אין בערך אכט וואכן קומט ארויס א פרישע פילם מיט די נאמען Exodus Gods and Kings. ווי עס זעהט אויס האבן זיי געמאכט א געוואלדיגע דזשאב מיט די ספעשל אפעקטס פאר די מכות און קריעת ים סוף. גלייבט מיר נישט, גיבט א קוק אויף די טרעילער.


.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 2:01 am
דורך קינד_אן_קייט
כ׳האב פונקט היינט אביסל שטודירט דעם נייעם פילם, און אנדערש ווי דער דורכגעפאלענער ״נח״ (לדעתי), קומט דאס פאר צו זיין גאנץ אינטערעסאנט.

רידלי סקאט איז א דירעקטאר מיט אן אפעטיט פאר דראסטישע עפישע פראדוקציעס (כבר איתמחי גברא ב״דער גלאדיאטאר״, ועוד), און זיין רייץ אלעמאל צו מאכן עפעס נאך גרעסער פונעם פריערדיגן זאגט פאר אן אויגן פארכאפענדער פילם. דא שמועסט ער אביסל אויס וואס מען קען ערווארטן.

לגבי די מעשה גופא (storyline) איז שווער צו אנטשיידן בלויז פונעם טרעילער ווי אינטערעסאנט ס׳וועט זיין, בפרט פאר אונז. ס׳איז שוין ניכר אז ס׳פאלגט נאך אן אנדערע מהלך ווי דאס וואס מיר ווייסן, און מער ענליך צום אנימאציע ווערסיע ווערט דאס פארגעשטעלט ווי א געפעכט צווישן צוויי ברודערליכע פרינצן (פרעה און מאזעס).

דאס נעמען כרישטיען בעיל אלץ מאזעס איז אויך אן אינטערעסאנטער אויסוואל, ער איז גאנץ פיין געווען אלץ בעטמאן אבער איז עפעס צו שוואכליך פאר אזא כריזמאטישער געשטאלט.

ימים ידברו.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 12:22 pm
דורך כוכב
נאכ'ן זען די טרעילער האט זיך היינט געזאגט אז ישיר מיט אנדערע מוחין, כמעט וואס עס האט זיך מיר אויפגעהויבן די פאלעס ביים אריבערגיין דעם טייך ווי דער רבי ר' שמעלקא. ישר כוח הוגה.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 7:33 pm
דורך קינד_אן_קייט
נייע טרעילער:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=6k8qeqZycgE[/youtube]

Epic

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 12, 2014 10:47 pm
דורך געפילטע פיש
וואו! זעט אויס אז אנדערש ווי די ארגענעלע The Ten Commandments מאכט ער מען אן epic war film, בדומה צו גלאדיאטאר, 300, Troy, ובדומיהן. ווי משה ווערט אויסגעמשל'ט אלץ די גיבור מלחמה וואס פירט אן זיין ארמיי קעגן רעמסס'נס זעלנער ביים ברעג פון ים סוף. שוין, וועלמער צוווארטן צו זען וואס קאכט זיך אויס.

נשלח: מאנטאג מערץ 09, 2015 10:10 pm
דורך [NAMELESS]
איך מיין אז מען קען עס יעצט.זען אויף יוטוב
כאפט אריין פאר מען נעמט עס אראפ,

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 12:38 am
דורך גרונם
קאפי?

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 12:52 am
דורך בן נריהו
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך מיין אז מען קען עס יעצט.זען אויף יוטוב
כאפט אריין פאר מען נעמט עס אראפ,

צו ארונטערלאדענען דיזע פילם, פילע ווייעכווערק זענען רעכטהאנטיג. א גוטזארגפעליגקייט באגייט - דער וואס טוהט עס אויף דראפבאקס לייגען.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 1:27 am
דורך יאיר
ווייעכווערק פילייכט - סאפטוועיר באדייט עס. קומען קומט עס - אפשר פון גוגל טייטש.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 11:31 am
דורך כוכב
אדער גאר איז עס - א טראלל - שפילן שפילט ער - נארישן שפיל דעם.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 12:03 pm
דורך איך אויך
לעבן לאזן לאזט-ווילאנג שטערן שטערט ער נישט-פערזענליך נעמט עס נישט.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 12:30 pm
דורך פישלע העררינג
כוכב האט געשריבן:אדער גאר איז עס - א טראלל - שפילן שפילט ער - נארישן שפיל דעם.

אנגערופען נישט איך וואלט - א נייע ניק מיט א צונאמען. נער'יש איז דער - וואס פארטרייבט נייע טאלאנט.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 12:53 pm
דורך בן נריהו
די גוטזארגפעליגקייט בין איך זעלבסט באגאנגען - א ווייעכווערק פאר דעם האב איך געטראפן. מאכן א ווענדעניש צו די פרוואטע זענדונג קעסטעלע - קען טוהן דער וואס א לינק ער וויל.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 12:56 pm
דורך אפטעמיסט
פישלע העררינג האט געשריבן:
כוכב האט געשריבן:אדער גאר איז עס - א טראלל - שפילן שפילט ער - נארישן שפיל דעם.

אנגערופען נישט איך וואלט - א נייע ניק מיט א צונאמען. נער'יש איז דער - וואס פארטרייבט נייע טאלאנט.

הערינג פישל - וואס טון אבער מ'זאל - אז טוט ער - אויף די געהירן קריכן? נישט זיי - אזוי נאאיוו. נריהו אין ישיבה זיצט - און ליצנות פון דיר טרייבט. #שנייד_די_קרעפלעך

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 1:34 pm
דורך איך אויך
קליקן קליק-נודניק קנעפל.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 1:51 pm
דורך בן נריהו
איך אויך האט געשריבן:קליקן קליק-נודניק קנעפל.

גשריבען האב איך - מער פון צוואנציג מעלדונגען. געטשעפעט קיינעם קיינמאהל - עפעס וואס זאגן דו קענסט נישט.

אויב מיין פראויז די האַסט - בלויז נאך א רינגעלע אין דיין קייט פון האסליכע מעלדונגען איז עס.

צו דער זאך זענען - מיינע אלע מעלדונגען. נודניק זיך אליינס - אונז אלע וועלן געניסן.

^-^

* איז קאווע שטיבל פון אייביג אן - אזוי אומטאלעראנט און העסליך קייגן איינעם מיט אן אפנויט? צו מוז יעדער אין א באשטימטע קאסטען - זיך איינארדענען צו געפעלען? (וועמען?)

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 1:56 pm
דורך קינד_אן_קייט
גראדעמעכעלע האט געשריבן:איך מיין אז מען קען עס יעצט.זען אויף יוטוב
כאפט אריין פאר מען נעמט עס אראפ,

יישר כוחכם, אבער דא עקא אז דער קוואליטעט (סיי די ווידאו און סיי די סאונד) איז גאר שוואך (ס׳זעהט אויך אויס אפגעשניטן פון אונטן).

וועלמיר ווארטן ביז א העכערע קוואליטעט קומט אפיר.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 2:47 pm
דורך petergrifin
קיינער האט נישט געהערט פון torrent download?

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 2:50 pm
דורך petergrifin
בן נריהו האט געשריבן:
איך אויך האט געשריבן:קליקן קליק-נודניק קנעפל.

גשריבען האב איך - מער פון צוואנציג מעלדונגען. געטשעפעט קיינעם קיינמאהל - עפעס וואס זאגן דו קענסט נישט.

אויב מיין פראויז די האַסט - בלויז נאך א רינגעלע אין דיין קייט פון האסליכע מעלדונגען איז עס.

צו דער זאך זענען - מיינע אלע מעלדונגען. נודניק זיך אליינס - אונז אלע וועלן געניסן.

^-^

* איז קאווע שטיבל פון אייביג אן - אזוי אומטאלעראנט און העסליך קייגן איינעם מיט אן אפנויט? צו מוז יעדער אין א באשטימטע קאסטען - זיך איינארדענען צו געפעלען? (וועמען?)


@בן ניריהו
ער האט געזאגט אז אויב עס שטערט איינעם איז דא א נודניק קנעפל, נישט אז דו ביזט א נודניק.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 5:47 pm
דורך געפילטע פיש
כ'האב עס פונקט נעכטן אראפגעלאדענט פון טאררענטס (נריהו: שטראם), ס'איז א שאד די צייט. וויאזוי קען א סקריפט שרייבער שרייבן אזא שלעכטע סקריפט? אפאר מאל איז די דיאלאג אזוי סינטעטיש, געמאכט, אז ס'נעמט אוועק די גאנצע טעם.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:05 pm
דורך איך אויך
@בן ניריהו

יע ,זעה איך אז חוץ פון שרייבן מיט עפעס א אומפארשטענדליכע וואקעביולערי פעלט דיר אויך אין הבנת הנקרא. על כל פנים איך האב מיך צוויי מאל אנגענומען פאר דיר און דו צאלסט מיר צוריק מיט א שטויס.

(זעהט עס אז די וואס האבען געשמעקט אז דו ביסט א טראל/בערגער האבען בעסערע שמעק חושים ווי מיר).

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 6:15 pm
דורך בן נריהו
אן איבערבעטונג, ביטע, בעט איך פון דיך - [tag]איך אויך[/tag] - מיט גענאדע.

^ - ^

[tag]געפילטע פיש[/tag] זאגט, און אין ווידערשטימע שטים איך מיט, די צייט א שאד - וואס עס נעמט דאס צו זעהן.

נשלח: דינסטאג מערץ 10, 2015 8:29 pm
דורך [NAMELESS]
petergrifin האט געשריבן:קיינער האט נישט געהערט פון torrent download?


אדרבה אפשר קען איינער ערקלערן וויאזוי מען זוכט טרעפט און מען דאונלאוט טאררענטס?