בלאט 1 פון 1

"בלאט" פלעק, מהו?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:24 am
דורך קינד_אן_קייט
כ'וואונדער מיר אז ס'האט מיר נישט געוואונדערט פריער, ובכן, שאלה לי אליכם חכמי הלשון:

צו מיינט דאס ווארט "בלאט", אליינס א פלעק, אדער צו מיינט דאס א סארט (אדער א געוויסער מאס) פון א פלעק?

לכאורה מיינט דאס א "ווייסליכער" סארט פלעק און עס איז מלשון "בלאטערן" (שחין) וואס איז אויך ווייסליך. אבער אויב איז דאס ריכטיג, איז מערקווירדיג אז מען ניצט נישט "בלאט" אלץ "ווייס" אין אנדערע קאנטעקסטן.

ווידעראום, אויב מיינט דאס א פלעק אליין, וואס דאן איז דער מקור לכאורה ריין ענגליש (blot), איז טאפלט* שווער:

    א' - צו וואס האט אויסגעפעלט בארגן אן ענגליש ווארט ("בלאט") אויב עס גיבט נישט גארנישט צו צום אידישען ווארט ("פלעק"),
    ב' - פארוואס חזר'ט מען איבער דעם ווארט צוויי מאל מיט אן עם הארצות דוגמת "מים אחרונים וואסער" און "גוט יום טוב"?

* :)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:28 am
דורך ונבנתה העיר
און איך האב אלץ געוואוסט אז עס איז א פלעק וואס קומט דורך א בלעטל אויפן בוים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:30 am
דורך פליקער
א בלאט איז א בלעטעלע, א בלאט פלעק איז א קראץ אויפן אתרוג (נאך איין מזל איך קען די ווארט ספעלען) וואס איז פארקראצט געווארן דורך א בלעטעל, ועזבע"ח ליל הושענה רבה. איך האף אז איצט וועסטע שוין קענען איינשלאפן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:49 am
דורך קינד_אן_קייט
ונבנתה העיר האט געשריבן:און איך האב אלץ געוואוסט אז עס איז א פלעק וואס קומט דורך א בלעטל אויפן בוים.

פליקער האט געשריבן:א בלאט איז א בלעטעלע, א בלאט פלעק איז א קראץ אויפן אתרוג (נאך איין מזל איך קען די ווארט ספעלען) וואס איז פארקראצט געווארן דורך א בלעטעל

זייט ווען איז א בלעטעלע א בלאט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 1:58 am
דורך לית דין בר נש
כונבנתה ופליקער
ופשוט הוא
יא א בלעטעל איז א בלאט! און אזוי ריפט מען א פאפיר אויך א בלעטעל און א בלאט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 2:01 am
דורך בשבילי!
ונבנתה העיר האט געשריבן:און איך האב אלץ געוואוסט אז עס איז א פלעק וואס קומט דורך א בלעטל אויפן בוים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 15, 2014 2:16 am
דורך קינד_אן_קייט
טאקע כמעט נמנו וגמרו, אבער כ'בין פארט שווער איבערצייגט.

איז דען פארהאן נאך א אויסדרוק וואו מען ניצט בלאט אויף א בלעטל? א שטייגער ווי מען זאל זאגן: "רייס נישט אראפ דעם בלאט פונעם בוים", דאכט זיך אז נישט.

וואס עפעס דא איז דער בלעטל געווארן גלאט א בלאט?

אפשר מכח סלענ"ג. וצ"ע.