און איך זאג ״שייגעץ ארויס״...

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר
פארוואס?
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 954
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 31, 2014 11:28 am
האט שוין געלייקט: 1577 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2219 מאל

און איך זאג ״שייגעץ ארויס״...

שליחה דורך פארוואס? »

עס וואלגערט זיך ארום איבערן ברייטן נעץ א קליפ, א שטיקל דרשה פון ר׳ מוטה פראנק שליט״א, ווי ער זאגט בזה הלשון:

א גראבער בעל עבירה שאמרו לך "שייגעץ ארויס!!!", אומר רבינו: לא, "שייגעץ אריין", קום ביי מיר!
ביסט א שייגעץ? ביי מיר האסטו א פלאץ. מ'האט דיר ארויסגעווארפן? ביי מיר האסטו א פלאץ.


אבער איך זאג: שייגעץ ארויס...
לאז שוין אפ דער גאנצער מושג פון "שייגעץ", סטאפ צו באשייגעצן מענטשן, עס איז שוין צייט צו אויפהערן דזשאדזשן מענטשן און זיי אנסטעמפלען.

ס׳איז שוין איינמאל ארויפגעקומען דא במסגרת די מכתבים פונעם [tag]משיב לשואל[/tag], (ווייסט איינער וואס איז מיט איהם געשעהן?). 

דער גאנצער מושג פון שייגעץ אריין, וואס די קירוב רחוקים מאוומענט האלט זיך אזוי גרויס דערמיט, עקלט מיר אביסל. די התנשאות כלפי אנדערע מענטשן, מיטן זיי אנסטעמפלען אלס א ״בעל-עבירה״, און אף על פי כן מקרב זיין, איז אין מיינע אויגן גארנישט אזוי שיין און הייליג.

על פי וועלכע כללים באטיטלסטו איינעם אלס א ״גראבער בעל-עבירה״? ווער האט דיר מחליט געווען אז דער איז א ״שייגעץ״?
לאז שוין אפ דעם ״שייגעץ״ סטעמפל! הנסתרות לה׳ אלוקינו והנגלות לנו ולבנינו. 
איך בין גארנישט אזוי זיכער אז א קרקפתא דלא מנח תפילין איז א גרעבערער בעל עבירה ווי א לוה רשע ולא ישלם. ווער קען אויפווייזן אז א קאלירטע העמד איז א גרעסערער שייגעץ פון א מלבין פני חבירו. 
געענדיגט מיטן אנסטעמפלען נעמען לויט אוועקגעשטעלטע כללים, לאמיר אנפאנגען צו מכבד זיין יעדן איינציגן מענטש שלא על מנת לקבל פרס. יעדער מענטש פארדינט רעספעקט, פשוט פארדעם וואס ער איז א מענטש. 

יעדער וואס איז ארויסגעקומן מבין רגלי אונזער געזעלשאפט, דארף אייביג בלייבן מיטן רעכט צו זיין א חלק פון אונזער געזעלשאפט, (און ווידער, עס איז א זכות נישט קיין חוב). אפגעזעהן וואס זיינע מעשים זענען. 

נ. ב. איך מיין נישט דא צו קריטיקירן ר׳ מוטה, איך פיהל נישט אז קריטיק פון איינער וואס שרייבט פון זיין מייזן לאך האט א ווערד קעגן איינעם וואס טוהט בגלוי זאכן וואס ער האלט אז עס איז ריכטיג אנדערש ווי די עסטאבלישמענט, ער האט נישט מורא פון קיינעם, און ער גייט מיט זיין אמת ביזן סוף. אבער אף על פי כן האב איך געוואלט מחדד זיין די דאזיגע נקודה. און איך בין זיכער אז ר׳ מוטה וועט מסכים זיין מיט מיר. 
אסור ליראת שמים שתדחק את המוסר הטבעי של האדם, כי אז אינה עוד יראת שמים טהורה.
סימן ליראת שמים טהורה הוא כשהמוסר הטבעי, הנטוע בטבע הישר של האדם, הולך ועולה על פיה במעלות יותר גבוהות ממה שהוא עומד מבלעדה.
~ אורות ישראל להגראי"ה קוק

דער אשכול פארמאגט 3 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר