בלאט 1 פון 1

וואס טראכטען די רבנים ווען מע קומט צו זיי?

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:57 pm
דורך ידען
וואס טראכט די סקלענע רבי ווען מענטשען קימען נעמען געבענטשטע האניג פון איהם?

..איך בין א גרויסע צדיק. איך דין די הייליגע באשעפער וועגען דעם איז מיין האניג מער הייליג

..מיין טאטע איז געוועהן א ריזיגע צדיק און איך בין א בנשק איז מיין האניג מער הייליגער ווי זייערע האניג..

..די מענטשען מאכען א טעות און זיי מיינען אז איך בין א הייליגע מענטש.

.. זיי זענען נארישע מענטשען און האבען נישט וואס צו טוהן מיט די צייט, וועלעך מאכען געלט אויף זיי..

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 1:58 pm
דורך לעיקוואד
ידען האט געשריבן:וואס טראכט די סקלענע רבי ווען מענטשען קימען נעמען געבענטשטע האניג פון איהם?
.

ער לייגט א הנחה און פרעגט א קשיא.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:05 pm
דורך ידען
לעיקוואד האט געשריבן:
ידען האט געשריבן:וואס טראכט די סקלענע רבי ווען מענטשען קימען נעמען געבענטשטע האניג פון איהם?
.

ער לייגט א הנחה און פרעגט א קשיא.

:lol:

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:08 pm
דורך אחד העם
וואס דער סקולענער טראכט לא אכפת לי, אבער די האניג מאכט קולות, סקולענער לאז מיך ארויס פון בילד, לאז אז מען זאל פון מיר עסן, און הנאה האבען, און פארשמייליג מיך נישט און די צוויי פיסיגע געמאלטע פערדען וועלן נאך מיינען אז עפעס האט זיך געטוישט און מיר, איך שריי קבל תבל ומלואה, סהאט נישט חל געווען און מיר קיין שינוי, איך בין נישט מער געהייליגט נאך זיין ברכה, מיין קדושה סטאטוס איז די זעלבע ווי פריער, נאר איין זאך האט זיך געטוישט ,יעצט וועל איך שימלען און א ווינקל ביי דעם חסיד אינדערהיים

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:15 pm
דורך ידען
מע עסט נישט די האניג?

אזוי ווי שיריים וואס מע עסט.

ניין?

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:21 pm
דורך אחד העם
ידען האט געשריבן:מע עסט נישט די האניג?

אזוי ווי שיריים וואס מע עסט.

ניין?

כמיין אז סאיז מער א שמירה סטייל..

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:24 pm
דורך [NAMELESS]
אחד העם האט געשריבן:וואס דער סקולענער טראכט לא אכפת לי, אבער די האניג מאכט קולות, סקולענער לאז מיך ארויס פון בילד, לאז אז מען זאל פון מיר עסן, און הנאה האבען, און פארשמייליג מיך נישט און די צוויי פיסיגע געמאלטע פערדען וועלן נאך מיינען אז עפעס האט זיך געטוישט און מיר, איך שריי קבל תבל ומלואה, סהאט נישט חל געווען און מיר קיין שינוי, איך בין נישט מער געהייליגט נאך זיין ברכה, מיין קדושה סטאטוס איז די זעלבע ווי פריער, נאר איין זאך האט זיך געטוישט ,יעצט וועל איך שימלען און א ווינקל ביי דעם חסיד אינדערהיים

דער סקולענער מיטן חסיד אין א זייט געלייגט, אבער האניג קען נישט ווערן פארשימלט.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:25 pm
דורך ברסלבער
מסתמא ווענדט זיך וועלכע רבי, יעדער טראכט אנדערשט.
רוב פון זיי פיהלן מסתמא אז זיי זענען ממשיך די גאלדענע קייט פון זייערע עלטערן, זיי טיילן שיריים און ווארפן עפל על דעת זייערע זיידעס. אנדערע לאכן מסתמא פון די בהמות וואס לויפן זיי נאך, אזוי ווי יענער רבי וואס האט געהאט א מנהג אז פרייטאג צו נאכטס ביי "ובהמתם לא ימעיט" האט עס זיך אויסגעדרייט צו די חסידים, ומי יבוא בסוד קדושים...
געציילטע זענען זיכער דא וואס מיינען עס אמת'דיג און פרובירן ארויסצוהעלפן זייערע חסידים ווי ווייט זיי קענען ברוחניות ובגשמיות, אשריהם ואשרי חלקם, אויף זיי איז געזאגט געווארן דעם פסוק ומצדיקי הרבים ככוכבים.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:29 pm
דורך ידען
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:וואס דער סקולענער טראכט לא אכפת לי, אבער די האניג מאכט קולות, סקולענער לאז מיך ארויס פון בילד, לאז אז מען זאל פון מיר עסן, און הנאה האבען, און פארשמייליג מיך נישט און די צוויי פיסיגע געמאלטע פערדען וועלן נאך מיינען אז עפעס האט זיך געטוישט און מיר, איך שריי קבל תבל ומלואה, סהאט נישט חל געווען און מיר קיין שינוי, איך בין נישט מער געהייליגט נאך זיין ברכה, מיין קדושה סטאטוס איז די זעלבע ווי פריער, נאר איין זאך האט זיך געטוישט ,יעצט וועל איך שימלען און א ווינקל ביי דעם חסיד אינדערהיים

דער סקולענער מיטן חסיד אין א זייט געלייגט, אבער האניג קען נישט ווערן פארשימלט.

סע קען אבער ווערען אזוי ווי איין שטיק אויב מע ניצט עס נישט אויס און מע האלט עס לאנג.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:31 pm
דורך יואליש
כ'ווייס נישט וואס סקולענער רבי טראכט. אבער ווען איך בין ווען סקולענער רבי וואלט איך געטראכט עפעס אזוי: שטייט דא א איד וועם כ'קען מאכן זייער פרייליך מיט א לעק האניג, און אויב באקומט ער נישט מיין האניג וועט ער זיין זייער צובראכן. ווי קען איך זיין א רשע און אים נישט געבן דאס ביסל האניג? זה נהנה וזה לא חסר.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 2:44 pm
דורך אחד העם
כעלעם'ר מגיד האט געשריבן:
אחד העם האט געשריבן:וואס דער סקולענער טראכט לא אכפת לי, אבער די האניג מאכט קולות, סקולענער לאז מיך ארויס פון בילד, לאז אז מען זאל פון מיר עסן, און הנאה האבען, און פארשמייליג מיך נישט און די צוויי פיסיגע געמאלטע פערדען וועלן נאך מיינען אז עפעס האט זיך געטוישט און מיר, איך שריי קבל תבל ומלואה, סהאט נישט חל געווען און מיר קיין שינוי, איך בין נישט מער געהייליגט נאך זיין ברכה, מיין קדושה סטאטוס איז די זעלבע ווי פריער, נאר איין זאך האט זיך געטוישט ,יעצט וועל איך שימלען און א ווינקל ביי דעם חסיד אינדערהיים

דער סקולענער מיטן חסיד אין א זייט געלייגט, אבער האניג קען נישט ווערן פארשימלט.

די ביסט גוט...
אבער באמת שימלען מיז נישט אלעמאל האבען עפעס א באקטיריעשער באדייט... שימלען איז א כינוי אויף א עפעס וואס זיצט לאנג אן קיין נארמאלע סיבה...

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:39 pm
דורך berlbalaguleh
ידען האט געשריבן:וואס טראכט די סקלענע רבי ווען מענטשען קימען נעמען געבענטשטע האניג פון איהם?

..איך בין א גרויסע צדיק. איך דין די הייליגע באשעפער וועגען דעם איז מיין האניג מער הייליג

..מיין טאטע איז געוועהן א ריזיגע צדיק און איך בין א בנשק איז מיין האניג מער הייליגער ווי זייערע האניג..

..די מענטשען מאכען א טעות און זיי מיינען אז איך בין א הייליגע מענטש.

.. זיי זענען נארישע מענטשען און האבען נישט וואס צו טוהן מיט די צייט, וועלעך מאכען געלט אויף זיי..

ר' ידען: מיין שאלה איז נישט וואס די רבי טראכט. מיין שאלה איז. וואס טראכטן די מענטשן וואס קומען נעמען פון די געבענטשטע האניג?!...!

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:43 pm
דורך רויטע וואנצעס
די חסידים דארפן לאוו אדער אטענטשען ווי יעדער מענטש. די רבי געבט זיי לאוו, חיזוק און האניג. די רבי פאר זיך טראכט מסתמא אז די אלע משוגתן זענען פארשידענע מהלכים פון געבן אידישע לאוו, המכונה אהבת ישראל.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:45 pm
דורך יין שרף
?...so the Rebbe is their "honey" cause he gives them love

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 5:52 pm
דורך רויטע וואנצעס
די אמת איז אז אין סקולען זענען די געגעבעריי, פאנדרעיזינג מיטלן. די פאר חסד לאברהם בוליס קויפן א טראק לאוד פון האניג, מ'לייגט ארויף א סטיקער וואס דער הויז בחור האט צאמגעשטעלט ווען די רבי איז געווען אין מקוה. נאכדעם רופט מען יעדע עושר וואס האט אביסל עקסטער קעש צו א ספעציעלע VIP מסיבה ווי נאר די משתתפים פון למשל לכל הפחות 10 אלפים קענען באקומען בינען האניג, פונעם האנט פונעם רעבין. די קליינע קעפ זענען אזוי איקסייטעט פאר די אטענטעשען, אז זיי קומען צו לויפן מיט די טשעק בוק, בעת די חסידים מיט שוואכע טייסטערס פלאצן פאר קנאה אז זיי קענען נישט באקומען פון די הייליגע וואסער.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 6:02 pm
דורך דריידל
די רבי'ס טראכטן אז "די וועלט איז נישט משוגע", און אויב דער עולם שרייט קדוש קדוש פאר זיי, איז מסתמה יש דברים בגו און זיי ווערן אייגערעדט אין זיך אליינס.

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 6:51 pm
דורך [NAMELESS]
כאפ א בליק אין [tag]יין שרף[/tag]'ס קליפ פון כ'ק אדמו''ר מדאבשינא שליט"א. דארטען זעהט מען קלאר וואס די רבי'ס טראכטען

viewtopic.php?p=229204#p229204

נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:09 pm
דורך שבת אחים
ברסלבער האט געשריבן:מסתמא ווענדט זיך וועלכע רבי, יעדער טראכט אנדערשט.
רוב פון זיי פיהלן מסתמא אז זיי זענען ממשיך די גאלדענע קייט פון זייערע עלטערן, זיי טיילן שיריים און ווארפן עפל על דעת זייערע זיידעס. אנדערע לאכן מסתמא פון די בהמות וואס לויפן זיי נאך, אזוי ווי יענער רבי וואס האט געהאט א מנהג אז פרייטאג צו נאכטס ביי "ובהמתם לא ימעיט" האט עס זיך אויסגעדרייט צו די חסידים, ומי יבוא בסוד קדושים...
געציילטע זענען זיכער דא וואס מיינען עס אמת'דיג און פרובירן ארויסצוהעלפן זייערע חסידים ווי ווייט זיי קענען ברוחניות ובגשמיות, אשריהם ואשרי חלקם, אויף זיי איז געזאגט געווארן דעם פסוק ומצדיקי הרבים ככוכבים.



למשל ווער ? איך זוך נאך אזא אדמו״ר און כ׳האב נאך דערווייל נישט געטראפן חוץ אין מנחם מענדיל גץ ביכער און אין די אידישע ליכט :x

נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 9:02 am
דורך ברסלבער
ווילאנג דו זוכסט נאך, איז גוט. יגעת ומצאת תאמין.