את אשר היתרת אסרתי?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ראש הישיבה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 792
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 06, 2013 4:35 pm
האט שוין געלייקט: 973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1110 מאל

את אשר היתרת אסרתי?

שליחה דורך ראש הישיבה »

[justify]אין ווידוי פון רבינו ניסים ליינט זיך א שורה: את אשר אסרת היתרתי, את אשר היתרת אסרתי. דאס אז אסר'ו א דבר המותר אז אן עבירה איז דבר הצריך ביאור. וביותר אז עס איז פארגליכן צו מתיר זיין אן איסור? מיט די זעלבע אטעם זאגט מען ביידע. ווי קען זיין אז אסר'ן זאל זיין די זעלבע ווי מתיר זיין?

די פירש הפשוט איז, אז על פי רוב קומט אויס אז ווען מען איז מחמיר איז עס גורם קולות און נאכגעלאזנקייט. ווען איינער זעהט אז ער קען נישט מחמיר זיין דער חומרא וואס ער מיינט אז מען טאר טאקע נישט, פילט ער ווי אן עבריין, וואס דאס איז גורם אז ער זאל עובר זיין דברים וואס זענען טאקע אסור.

די ערשטע ראיה איז פון חוה. חוה האט געזאגט אז דער באשעפער לאזט נישט צורירן צום עץ הדעת. יעצט פשטות איז זי נישט קיין ליגנער געווען. פון ווי נעמט זי צו זאגן אז דער באשעפער אמר לא תגע בו יד? נאר וואס דען, זי האט געהאלטן אז אויב ער לאזט נישט עסן, זיכער איז א חשובער זאך למיגדר מילתא נישט צוצירירן צום עץ הדעת. נאך מער האט זי געהאלטן אז גער גדר איז ממש די רצון השם. עד כדי כך אז זי האט געהאלטן אז זי מעג זאגן אז דער באשעפער זאגט לא תגע בו. אלץ איז געווען פשוט כדי צו האלטן שטארק די רצון השם פון לא תאכלו ממנו.
וואס איז געשעהן? דער נחש האט איר געוויזן אז עס געשעט גארנישט אז מען רירט צו, און ממילא האט זי געפילט אז זי מעג עסן. עס קען זיין אז מען מעג זאגן, אז חוה נאכן רירן די עץ הדעת האט שוין געפילט אז זי איז א פארלוירענער, ווייל זי האט עובר געווען אויף נגיעת עץ הדעת, ממילא איז זי נכשל געווארן אין אכילת עץ הדעת. וואלט זי נישט געמאכט א נייע איסור נגיעה קען זיין זי וואלט קיינמאל נישט נכשל געווארן אין עסן די עץ הדעת.

מיר דארפן אלע מאל געדענקן פאר מיר שאפן נייע איסורים, אז מיר דאס אן עבירה פונקט ווי מתיר זיין איסורים.

מענין לענין וואלט איך געשריבן א געדאנק בשם הבעל שם טוב. עס שטייט שוחט משום מאי מחייב, משום צובע. איז די בעש"ט מסביר אז שוחט גייט ארויף אויף די יצר הרע אז מען גייט אים שחטן ווען משיח קומט. איז שווער פארוואס גייט מען אים שחטן, ער איז דאך באשאפן געווארן נאר וועגן דעם צוצירעדן מענטשן לעבירה? אויף דעם איז דער תירוץ משום צובע. ער איז נאר דא אויף צו רעדן צו א מענטש צו טוהן עבירות, אבער נישט אויף אים צו נארן אז אן עבירה איז א מצוה. וועגן דעם שחט מען אים אז ער פארבט עבירות פאר מצוות. עכת"ד

איז שווער א קשיא, ווי איז דא א מציאות אז א מענטש זאל זיך איינרעדן אויף אן עבירה אז עס איז א מצוה? חילול שבת קען זיין א מצוה? שפיכת דמים? לשון הרע? ווי קען זיין א מציאות אז ער רעדט אונז איין אז אן עבירה איז א מצוה?

דער תירוץ איז, זייער סאך מאל וויל א מענטש טוהן א גוטע זאך. אבער דער בעל דבר זעהט אז ער קען אים נישט אפהאלטן. גייט ער און ער מאכט עס מער. למשל איינער האלט נאך די הייליגע טעג ער האט אן התעוררות. ער וויל זיך עפעס מקבל זיין. טראכט ער גייט לערנען יעדער טאג 15 מינוט. דער בעל דבר זעהט אז ער גייט עס טוהן. זאגט ער אים 15 מינוט? ביסט א לאו לייף, ווייניגער ווי א שעה א טאג איז גארנישט ווערט. פארוואס?, ווייל ער ווייסט אז א שעה קען ער נישט אהנהאלטן צו לאנג ממילא ווייסט ער אז פון דער קבלה גייט גארנישט בלייבן.

אויב דער מענטש איז זיך מקבל 15 מינוט א טאג טוהט ער א מצוה, אבער אויב ער איז מקבל א שעה א טאג איז עס אן עבירה, ווייל דאס קען ער נישט מקיים זיין. אבער דער בעל דבר שרייט אז נאר א שעה איז א מצוה. דאס מיינט א צובע ער פארבט אן עבירה פאר א מצוה.

צוריק צום נושא. אין יעדער פרט פון אידישקייט אז דא דער געדאנק פון את אשר היתרת אסרתי וואס ברענגט פראבלעמען.[/justify]

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר