בלאט 1 פון 2
חרדישקייט בליעט
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 9:29 pm
דורך בעל בעמיו
סא כ'האב פארברענגט דריי משוגענע טעג יו"ט מיט מיינע שבת'דיגע פרענדס, און כ'בין דעפרעסט.
וואנס אגעין האב איך מיך איבערגעצייגט אז חרדישקייט בליעט, ענד איטס היר טא סטעי פאר דע לאנג ראן.
איבעראל האט מען געזונגען און געטאנצן מיט די תורה הקדושה לייק דער איז נאו טאמאראו. יעדער ארום מיר איז געווען פריילעך ווי ביום חפתו. מענטשן וואס האקן זונות, האבן מיט א דביקות עילאה געטאנצן טוב לי תורת פיך. אידן וואס זענען משוקע במ"ט שערי האינטערנעט, וואס כל רז לא אניס להם, וואס קענען ווען זיין פארנומען מיט די שבע חכמות, זענען פארנומען געווען מיט ווער ס'האט וועם געקויפט אתה הראית.
גאנץ לייטישע אינגעלייט, פערזאנען וואס האבן א קעפל אויף די פלייצע, זענען ביזי געווען מיט ווער ס'האט געהאט מער מענטשן; מיין רבי אדער זיין ברודער/נעפיא/פעטער/שוואגער/שונא. (עמ, וואס ס'איז אמת איז אמת, מיין רבי האט "טאקע" געהאט מער פון זיין ברודער. אסאך, אסאך מער.) גרויסע טאטעס האבן דיסקאסירט ווער ס'האט געהאט העכערע פרענטשעס. זיידעס פון אייניקלעך האבן אויסגערעכנט ווער ס'האט געהאט מער אויסלענדישע געסט. יודע ספר האבן גע'דאגה'ט איבער ווער ס'האט שפעטער געענדיגט, אד"ג. נערמאלע מענטשן האבן זיך גע'טענה'ט אויף הויכע טענער איבער מיין-רבי-דיין-רבי, בלי שום בושה כלל וכלל.
ס'איז בכלל נישט געווען קיין אזיל סומקא ואתי חיורא ווען מיטל-יעריגע אידן האבן קאנקערירט פאר חתן תורה. נערים וזקנים, אינג און אלט, בחורים ווי עלטערע האבן געלאכט ווי זיבעלעך ווען שמערל און בערל האבן "געצויגען". אידן מיט ווייסע בערד האבן געהאט א חדוות הנפש ווען דער שמש האט זיי מכבד געווען מיט אן הקפה.
ווי זענען די אלע חכמים ונבונים וואס דער פארדארבענער אינטערנעט האט געדארפט קליא מאכן?
ווי אזוי איז דאס אז איך בין געווען דער איינציגסטער אין מיין שול וואס איז נישט געווען אימאשענאל ווען מ'האט געזונגען אפילו בהסתרה?
מרא דעלמא כולה. ס'וואקסט אויף א דור נאך פרומער און ליידיגער פונעם פריערדיגען דור. א דור וואס איז ליידיג פון תוכן. א דור וואס מ'דראג'ט זיי אן מיט כל מיני שטותים והבלים. א דור וואס ווערט פריילעך ווען מ'זעהט א רבי מיט א קאלערדיגע בעקיטשע. א דור וואס די פיקטשער בוקס איז וואס מ'לערענט אדורך מדושקע לדושקע, און מ'שמיעסט דאס דורך בעיון רב. א דור שכל כולו מלא וגדוש מיט הבלי הבלים.
אלע גרויסע בתי מדרשים זענען געווען פיל. אין אלע קליינע בתי מדרשים האט מען געזונגען "טאטע איך לויב דיך וכו' ווייל כ'בין א איד". יעדער האט זיך געשטופט עולה צו זיין. יעדער האט זיך געפרייט מיט די תורה ווי כאילו זיין ארט אין לעבן רעפרעזענטירט די תורה הקדושה. יעדער האט זיך פארגענומען. צענדליגער טויזענטער האבן אנטייל גענומען אין "באגלייטןס", ווי גלייך זייער פרנסה איז תלוי אין דעם.
די רבנים קענען סטאפן האקן אויפן אינטערנעט. דער אינטערנעט קען נישט אדורך ברעכן דעם חומת הברזל פון משוגעת. פיריעד.
אונזערע קינדער ווערן אויפגעצויגן אין דעם סיסטעם. אויך זיי וועלן בקרוב בימינו ווערן א חלק פונעם המון עם וואס וועלן זיך קוילערן פאר געלעכטער פונעם שמחת תורה'דיגן מוסף. אויך זיי וועלן קויפן עוזר דלים. אויך זיי וועלן איבערדערציילן מיט קעלבערנער התפעלות ווי דער הייליגער צאנזער רב האט געזעהן משה רבינו ביי די הקפות. אויך זיי וועלן זעהן אותות ומופתים ביי זייער רבי'ן. קיין שום איי-פאון אדער ענדרויד וועט דאס נישט טוישן.
מיר אויבער'חכמים זענען א מועט שבמועט. א מועט שאינו ניכר. מעט מזעיר. כמעט גארנישט. א זייפן בלאז.
סאררי פאר ביאינג האנעסט. אבער אז ס'טוט וויי שריי(ב)ט מען.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 9:46 pm
דורך לעיקוואד
נו אידאך גוט. אויף וואס קאמפלעינסטו פונקט? אפשר ביסטו מסביר וואס דו וואלסט געוואלט זאל זיין אנדערש ווי יעצט.
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:00 pm
דורך זיגמונד פרויד
יא יא, סאיז א ביטערע געלעכטע
נשלח: זונטאג אקטאבער 19, 2014 11:27 pm
דורך shem-tov
וואס איז די מעשה מיטן דברי חיים מיט משה רבינו ביי די הקפות. קיינמאל נישט געהערט
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 7:04 pm
דורך chusid
שמאלקייט און נאיווקייט איז א נאטור געבויט פון אסאך פאקטארן און א שיין ביסל איז פון געבורט אין די dna, ממילא איז דאס האט גארנישט מיט רעליגיע. אמאל קען מען אויסגעבן דאס שמאלקייט אין רעליגיע אבער רוב פין דיינע משלים איז סתם שמאלקייט וואס איז ניט געבינדן מיט רעליגיע
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 2:57 am
דורך berlbalaguleh
לעיקוואד האט געשריבן:נו אידאך גוט. אויף וואס קאמפלעינסטו פונקט? אפשר ביסטו מסביר וואס דו וואלסט געוואלט זאל זיין אנדערש ווי יעצט.
דו מאכסט זיך אדער דו ביסט?! מה דאך אן אונגארישער אדער גאליציאנער קאפ כאפט די נקודה, דארף דאך א ליטוואק אוודאי כאפן...
!
Re: חרדישקייט בליעט
נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2015 9:42 pm
דורך mevakesh
מיין זיידע זאגט i hope you believe me...
Re: חרדישקייט בליעט
נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2015 9:47 pm
דורך ירא שמים
ב״ה האסט געהאט שמחת יום טוב [emoji2]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 06, 2015 9:51 pm
דורך [NAMELESS]
המלוכה והממשלה האט געשריבן:כ'ווייס נישט אויב איין יאר מאכט אזא חילוק , אבער כ'מיין אז כ'האב נאך קיינמאל נישט געהערט אזויפיל אינגעלייט זיך אפרעדן אויף די "סיסטעם" ווי דעם יום טוב סיזען , און מ'איז געוועהן סיק ענד טייערד פון אלעם.
א פיינער סיסטעם ברוך השם, דער עולם איז שוין סיק ענד טייערד פון די וואס האלטן זיך און איין אפרעדן, זאלן זיי שוין הולך׳ן צו ווי זייער פיס דערטראגט זיי...
Re: חרדישקייט בליעט
נשלח: מיטוואך אקטאבער 07, 2015 9:32 pm
דורך פליקער
איך האב בעַלבע'ס ארטיקל באקומען און טעקסט און געוואלט ארויפלייגן אינעם וויירעל טעקסט מעשיצעס אשכול, אבער דאן האב איך געסערטשט אויפן געוועין די מקור פונעם ארטיקל און שמערניש ווייניגער קאווע איז דער מקור.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 1:11 pm
דורך קהל'ס נער
@בעל בעמיו איך זעי נישט וואס טיט דיך אזוי וויי, איך ריף עס נעא-חסידות אט דאס וואס די לייגסט אראפ יודן וואס לאוו דוקא גלייבן אפילו אין איין עיקר, אדער האבן א פראבלעים מיט זונות, האבן הנאה צי קימען אין סמעדרעש מיטן גאנצע מיין-רבי-דיין-רבי סאמעטוכע, בערל און שמערל ביטן אויף חתן תורה, פאליטיזרן די לעיטעסט פאליטיק ארום די רבי'ס משפחה.
פארוואס איז נאר אינטערעסאנט צי ליינען פון דארווין, ניטשע און פרויד?
דערמאנט מיך פון דער וואס איז געגאנגען אטד און אויפגעהערט צי עסן טשולענט, די טעם פון טשולנט טוישט זיך נישט צי מען היט די תורה צי נישט.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 4:11 pm
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: איך קען איינע א (היפש מיאוסע) נקבה וואס איז געגאנגען או.טי.די. זי פרעסט היינט (און נעכטן) לאבסטער סענדוויטשעס און טשיעז בורגערס. אבער זי מאכט נאך א גוטן טשולנט. אזויפיהל געט זי פאר'ן באשעפער אין וועם זי גלייבט נישט.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 21, 2022 4:50 pm
דורך מי אני
קהל'ס נער האט געשריבן:@בעל בעמיו איך זעה נישט וואס טוהט דיך אזוי וויי, איך רוף עס נעא-חסידות אט דאס וואס דו לייגסט אראפ יודן וואס לאו דוקא גלייבן אפילו אין איין עיקר, אדער האבן א פראבלעם מיט זונות, האבן הנאה צו קומען אין סמעדרעש מיטן גאנצע מיין-רבי-דיין-רבי סאמעטוכע, בערל און שמערל ביטן אויף חתן תורה, פאליטיזירן די לעיטעסט פאליטיק ארום די רבי'ס משפחה.
פארוואס איז נאר אינטערעסאנט צו ליינען פון דארווין, ניטשע און פרויד?
ס׳איז די געדאנק פון נישט ליגן אין חכמה און אנשטאטס דעם ליגן אין שטותים (בדרך כלל זענען די צוויי א תרתי דסתרי). כמובן, האט איינער א הנאה אין/פון חכמה [ליינען פון דארווין, ניטשע און פרויד] און דער צווייטער פונקט אזוי פון רבי׳שע פאליטיק. אבער די חילוק שרייט עד לב השמים איבער
וואס עס איז אין דעם וואס א מענטש נעמט הנאה פון. וכעין וואס איך האב ארויסגעברענגט
דא.
ועל זה ידוו כל הדווים.
דאס שטארצט נאך מער ארויס ביי אזא איינעם וואס האט, כנראה, אויפגעהערט גלייבן אין אבערגלויבענס און שטותים, און באדארף דאך לכאורה מער צו ליגן אין חכמה. נאר איה״נ אז דאס אויפהערן (געהעריג) גלייבן און אלגעמיינע קַלות
איז נישט דייקא מטעם אינטעלעקטשועליזם וחכמה.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 22, 2022 8:44 pm
דורך היסטאריע
פארוואס איז נאר אינטערעסאנט צו ליינען פון דארווין, ניטשע און פרויד?
פרעגסט נישט ריכטיג, און ווי מי אני זאגט.
דער ריכטיגע נקודה איז, די מענטשן וואס זענען ביסט מיט די פארענטשעס און אנדערע חרדישע שטותים, וואלטן געוועהן ביזי מיט אנדערע נארישקייטן ווען זיי זענען נישט חרדים. צ.ב.ש. בעיסבאל וכדומה.
די שאלות זענען,
א. איז חרדישע שטותים בעסער ווי גוי'שע שטותים? אויב יא, מיט וואס?
ב. איז חריידיזים א סארט כלל, וואס ציט אראפ דער אלגעמיינער עולם צו א נידריגע לעוועל, צו שטותים, אדער פארקערט?
וואס ברענגט צו ג', פילן קלוגע חרדים אויך נארמאל צו רעדן וועגן דער רעביס פארענטשעס וכו', אדער זיי זענען אפגעזונדערט פין דעם, און פילען סטופיד עוסק צו זיין אין דעם, און קוקען אראפ אויף אנדערע וואס זענען עוסק אין דעם?
אין מיין מקום, קוקט מען אראפ אויף די וואס זענען עוסק אין די עניינים, איך ווייס נישט וואס גייט פאר אין אנדערע פלעצער.
נשלח: מוצ"ש אקטאבער 22, 2022 10:12 pm
דורך מתבודד
ווער איז דער ”מען” וואס קוקט אראפ ווען די רוב זענען אזעלכע?
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 12:54 am
דורך קהל'ס נער
היסטאריע האט געשריבן:פארוואס איז נאר אינטערעסאנט צו ליינען פון דארווין, ניטשע און פרויד?
פרעגסט נישט ריכטיג, און ווי מי אני זאגט.
דער ריכטיגע נקודה איז, די מענטשן וואס זענען ביסט מיט די פארענטשעס און אנדערע חרדישע שטותים, וואלטן געוועהן ביזי מיט אנדערע נארישקייטן ווען זיי זענען נישט חרדים. צ.ב.ש. בעיסבאל וכדומה.
די שאלות זענען,
א. איז חרדישע שטותים בעסער ווי גוי'שע שטותים? אויב יא, מיט וואס?
ב. איז חריידיזים א סארט כלל, וואס ציט אראפ דער אלגעמיינער עולם צו א נידריגע לעוועל, צו שטותים, אדער פארקערט?
וואס ברענגט צו ג', פילן קלוגע חרדים אויך נארמאל צו רעדן וועגן דער רעביס פארענטשעס וכו', אדער זיי זענען אפגעזונדערט פין דעם, און פילען סטופיד עוסק צו זיין אין דעם, און קוקען אראפ אויף אנדערע וואס זענען עוסק אין דעם?
אין מיין מקום, קוקט מען אראפ אויף די וואס זענען עוסק אין די עניינים, איך ווייס נישט וואס גייט פאר אין אנדערע פלעצער.
@היסטאריע
זייער גיט געזאגט, אינזערע מקווה פלאפלערייען זענען פינקט אזוי ווי די בעיס באלל געימס, וואס ביידע זענען שטותים און נאך אלץ איז עס פאן!
ניין, ס'האט גארנישט מיט חרדיזם.
איך בין א אויסגעשפראכענע אנטי-חרדייזימיסט, און נאך אלץ האב איך הנאה פון די חסידישע פאליטיק, און גראדע זענען דא גאר קליגע גויים וואס וואטשן די סופער-באול, אין מערבין הנאה בחכמה.
אין גראדע דאכצעך אינז זענען פונעם זעלבן מקום...
נשלח: זונטאג אקטאבער 23, 2022 12:59 am
דורך צקון לחש
א חלק עולם דא האט זעהט אויס שוין לאנג נישט באזוכט דער פארברענגען אפטיילונג אין אייוועלט...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 24, 2022 2:02 am
דורך דוד שריפטליך
קהל'ס נער האט געשריבן:היסטאריע האט געשריבן:פארוואס איז נאר אינטערעסאנט צו ליינען פון דארווין, ניטשע און פרויד?
פרעגסט נישט ריכטיג, און ווי מי אני זאגט.
דער ריכטיגע נקודה איז, די מענטשן וואס זענען ביסט מיט די פארענטשעס און אנדערע חרדישע שטותים, וואלטן געוועהן ביזי מיט אנדערע נארישקייטן ווען זיי זענען נישט חרדים. צ.ב.ש. בעיסבאל וכדומה.
די שאלות זענען,
א. איז חרדישע שטותים בעסער ווי גוי'שע שטותים? אויב יא, מיט וואס?
ב. איז חריידיזים א סארט כלל, וואס ציט אראפ דער אלגעמיינער עולם צו א נידריגע לעוועל, צו שטותים, אדער פארקערט?
וואס ברענגט צו ג', פילן קלוגע חרדים אויך נארמאל צו רעדן וועגן דער רעביס פארענטשעס וכו', אדער זיי זענען אפגעזונדערט פין דעם, און פילען סטופיד עוסק צו זיין אין דעם, און קוקען אראפ אויף אנדערע וואס זענען עוסק אין דעם?
אין מיין מקום, קוקט מען אראפ אויף די וואס זענען עוסק אין די עניינים, איך ווייס נישט וואס גייט פאר אין אנדערע פלעצער.
@היסטאריע
זייער גיט געזאגט, אינזערע מקווה פלאפלערייען זענען פינקט אזוי ווי די בעיס באלל געימס, וואס ביידע זענען שטותים און נאך אלץ איז עס פאן!
ניין, ס'האט גארנישט מיט חרדיזם.
איך בין א אויסגעשפראכענע אנטי-חרדייזימיסט, און נאך אלץ האב איך הנאה פון די חסידישע פאליטיק, און גראדע זענען דא גאר קליגע גויים וואס וואטשן די סופער-באול, אין מערבין הנאה בחכמה.
אין גראדע דאכצעך אינז זענען פונעם זעלבן מקום...
ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט איך ווען אזוי געזאגט: עס איז נישט קיין סתירה צו רעדן און דיסקוסירן סיי פון דארווין/פרויד וכ'ו און אויך אמאל געבן א פרעג פון די וואס ווייסן צו זאגן וועגן ווי עס האלט די סקאר פון די פארענטשעס וכ'ו לאמיר זיך נישט לאזן נאר אפילו אין די אלגעמיינע וועלט ווי מען שטודירט ארבעט אין א קאריערע וכו וכ'ו קומט אויך א צייט געווענליך נאך א טאג ארבעט ווען מען האט שוין גענוג געארבעט שטודירט געליינט קומט א צייט צו גייט פארברענגען מערסטנס אין א שענק(באר בלע"ז) ווי מען טרינקט פארברענגט מען באאבאכט ספארטס אדער א געשיכטע און א מאווי טעאטער און אזוי ווייטער.....
די פראבלעם איז נישט אז מען דיסקוסירט מיין/דיין רבי אדער פארענטשעס די פראבלעם איז בלויז אויב די גאנצע iq באשטייט בלויז פון דעם......
און די ריכטיגע פראבלעם וואס דערווייל האב איך נאכנישט געזען אפילו דא אין קאווע שטיבל זאל זיין א ריכטיגע לעזונג אויף למעשה דאס איז די צוגאנג צו שידוכים וואס וויפיל מען האט שוין געשריבן שוין אזוי לאנג צוריק ווי עלעוו יאר צוריק ווען קאווע שטיבל איז נאך געווען רעלאטיוו ניי ווייס איך נישט וויפיל שרייבער/ליינער פון קאווע שטיבל קענען מעיד זיין על כל פנים למחץ לשליש ורביע און אויב נישט בפומבי על כל פנים אין אישי אז זיי האבן ביי זייער אייגענע קינדער גענומען די זאך און די האנט אריין וכ'ו
Re:
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:25 am
דורך הגאון הצדיק
היסטאריע האט געשריבן: ↑מוצ"ש אקטאבער 22, 2022 8:44 pm
פארוואס איז נאר אינטערעסאנט צו ליינען פון דארווין, ניטשע און פרויד?
פרעגסט נישט ריכטיג, און ווי מי אני זאגט.
דער ריכטיגע נקודה איז, די מענטשן וואס זענען ביסט מיט די פארענטשעס און אנדערע חרדישע שטותים, וואלטן געוועהן ביזי מיט אנדערע נארישקייטן ווען זיי זענען נישט חרדים. צ.ב.ש. בעיסבאל וכדומה.
די שאלות זענען,
א. איז חרדישע שטותים בעסער ווי גוי'שע שטותים? אויב יא, מיט וואס?
ב. איז חריידיזים א סארט כלל, וואס ציט אראפ דער אלגעמיינער עולם צו א נידריגע לעוועל, צו שטותים, אדער פארקערט?
וואס ברענגט צו ג', פילן קלוגע חרדים אויך נארמאל צו רעדן וועגן דער רעביס פארענטשעס וכו', אדער זיי זענען אפגעזונדערט פין דעם, און פילען סטופיד עוסק צו זיין אין דעם, און קוקען אראפ אויף אנדערע וואס זענען עוסק אין דעם?
אין מיין מקום, קוקט מען אראפ אויף די וואס זענען עוסק אין די עניינים, איך ווייס נישט וואס גייט פאר אין אנדערע פלעצער.
פארוואס זאל מען פילן סטופיד עוסק זיין אין דעם צום ביישפיל איך בין (עכ"פ אזוי האלט איך און מיין ארומיגע שטומען מיט מיט דעם) זייער א קלוגע (וי"א אויפגעקלערטע) חרדי וואס קען חוץ ש"ס ופוסקים חסידיש'ע ספרים אד"ג קען איך אויך היסטאריע גיאגראפיע חכמת התכונה (-אסטראנאמיע) אא"ו מיט אלעמען קען איך שטיין און שמועסן און קאווע שטיבל אדער און יעדע חסידישע קרעמל און שמועסן און אדורך טוהן פאליטיק און חסידישע שטותים (יא, שטותים דאס וואס עס איז) פון אלע חסידישע הויפן מיטן גאנצן געשמאק און איך זעה נישט אין דעם קיין פראבלעם ס'נעמט גארנישט אראפ מכבודי (און עס איז דא אסאך)
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:51 am
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
אין איין ווארט: דאס רשעות און חורבן וואס דער סיסטעם האט אנגעזייט אפעקטירט אויך די וואס האבן כאילו זיך אויפגעהויבן העכער און איבערגעלאזט דעם סיסטעם. ס׳רייסט אויס יעדן ברעקל ערך עצמי, חשיבת נפש הישראלי וכו׳ און דאס ווערט נישט פארראכטן מיטן זיך עפענען די אויגען און ווערן אביסל קלוגער.
Re: Re:
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:18 pm
דורך yatzmachp
הגאון הצדיק האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 5:25 am
היסטאריע האט געשריבן: ↑מוצ"ש אקטאבער 22, 2022 8:44 pm
פארוואס איז נאר אינטערעסאנט צו ליינען פון דארווין, ניטשע און פרויד?
פרעגסט נישט ריכטיג, און ווי מי אני זאגט.
דער ריכטיגע נקודה איז, די מענטשן וואס זענען ביסט מיט די פארענטשעס און אנדערע חרדישע שטותים, וואלטן געוועהן ביזי מיט אנדערע נארישקייטן ווען זיי זענען נישט חרדים. צ.ב.ש. בעיסבאל וכדומה.
די שאלות זענען,
א. איז חרדישע שטותים בעסער ווי גוי'שע שטותים? אויב יא, מיט וואס?
ב. איז חריידיזים א סארט כלל, וואס ציט אראפ דער אלגעמיינער עולם צו א נידריגע לעוועל, צו שטותים, אדער פארקערט?
וואס ברענגט צו ג', פילן קלוגע חרדים אויך נארמאל צו רעדן וועגן דער רעביס פארענטשעס וכו', אדער זיי זענען אפגעזונדערט פין דעם, און פילען סטופיד עוסק צו זיין אין דעם, און קוקען אראפ אויף אנדערע וואס זענען עוסק אין דעם?
אין מיין מקום, קוקט מען אראפ אויף די וואס זענען עוסק אין די עניינים, איך ווייס נישט וואס גייט פאר אין אנדערע פלעצער.
פארוואס זאל מען פילן סטופיד עוסק זיין אין דעם צום ביישפיל איך בין (עכ"פ אזוי האלט איך און מיין ארומיגע שטומען מיט מיט דעם) זייער א קלוגע (וי"א אויפגעקלערטע) חרדי וואס קען חוץ ש"ס ופוסקים חסידיש'ע ספרים אד"ג קען איך אויך היסטאריע גיאגראפיע חכמת התכונה (-אסטראנאמיע) אא"ו מיט אלעמען קען איך שטיין און שמועסן און קאווע שטיבל אדער און יעדע חסידישע קרעמל און שמועסן און אדורך טוהן פאליטיק און חסידישע שטותים (יא, שטותים דאס וואס עס איז) פון אלע חסידישע הויפן מיטן גאנצן געשמאק און איך זעה נישט אין דעם קיין פראבלעם ס'נעמט גארנישט אראפ מכבודי (און עס איז דא אסאך)
נאר א קלייניקייט, אז דו ביזט יא אזוי קלוג און געלערנט, פארוואס ווייסטו נישט די חילוק צווישן אין און און?
Re: Re:
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 07, 2023 6:56 am
דורך הגאון הצדיק
yatzmachp האט געשריבן: ↑מיטוואך דעצעמבער 06, 2023 9:18 pm

ווייל איך בין א"י און אין חדר האט מען נישט געלערנט ווי אזוי צו שרייבן אויף אידיש און איך האב זיך אליינס אויסגעלערנט ווי אזוי צו שרייבן מילא קען איך אסאך מאל א טעות האבן (עס געשעט אסאך איך ווייס) און שריייבן מיט גרייזן אדרבא יעדער וואס זעהט אז איך האב נישט גיט געשריבן און ער וועט מיך מעיר (מען דארף ליינען - מאיר) זיין דהיינו מיך ווייזן מיין טעות וועט ער זוכה זיין משמח זיין א איד