בלאט 1 פון 1
אויסלייג פון אידיש שפראכיגע פאמיליע נעמען אויף העברעאיש
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 10:45 am
דורך מוישע
אויסלייג פון אידיש שפראכיגע פאמיליע נעמען אויף העברעאיש
שלום עליכם טייערע מיטגלידער!
איך בין דא א נייער תושב, און איך האף טאקע אז איך וועל דא הנאה האבן
ווען איך בין געווען א בחור האב איך איין מאל באמערגט אז משפחה נעמען ווען זיי ווערן גערשיבן אויף גוי'אישע בוכשטאבן ווערן זיי געשריבן ווי דער קוואל שפראך, צ.ב.ש. פאמיליעס: שווארץ, דויטש און קליין ווערן געשריבן: Schwartz, Deutsch, און Klein און נישט shvarz, Doich, און Klain. ווי זיי וואלטן געדארפט ווערן געשריבן אויף ענגליש.
די זעלבע זאך איז אויכעט אין ווערטער פון אנדערע שפראכן וואס ליגן אין ענגליש למשל, אדער מיט ענגלישע ווערטער וואס זענען געפאלן אין דייטש למשל, וואס ווערן געשריבן ווי זייער אויסלייג אין מקור. די סיבות זענען, ערשטנס: ווייל אזוי איז מען צוגעוואוינט צו שרייבן. צווייטנס ווייל זיי דארפן ארויסגעדרוקט ווערן ווי זיי ווערן ארויסגדרוקט אין מקור.
אנדערש איז אבער מיט א ווארט וואס גייט אריבער פון איין לשון וואס מען שרייבט אין איין טיפ כתב צו א צווייטע לשון וואס מען שרייבט אין אן אנדערער טיפ כתב וואס דארט וועטמען זיכער שרייבן נישט מיט דער כתב פון דעם ערשטן לשון נאר לויט דער כתב פון דעם צווייטן לשון.
די פראגע איז איצט פארוואס יודישע שפראכיגע משפחה נעמען ווערן נישט געשריבן אויף העברעאיש ווי זייער אויסלייג אין מקור און "ארנפלד" זאלמען שרייבן ערנפעלד "וייס" ווייס און "רוזנברג" רויזענבערג א.א.וו. נאר די תשובה איז פשוט – ווי באוואוסט האט מדינת ישראל פון איר ווינדלען אן געקעמפט קעגן די גלות שפראכן בכלל, און אידיש בפרט. דערפאר איז קיינער נישט איינגעפאלן צו שרייבן ווי מען שרייבט יודיש. דעריבער האלט איך אנכי הקטן אז עס איז ריכטיג צו שרייבן אידיש שפראכיגע משפחה נעמען לויט דער אידישער אויסלייג ווי די אלע קולטורישע שפראכן. און פון דאן אן טאקע (אלס בחור) האב איך מיך צוגעוואוינט זיי שרייבן ווי מען שרייבט זיי אויף אידיש, און אנדערש ווי איך בין געווען צוגעוואוינט ביז דאן.
און דער אמת איז אז די אקאדעמיע צום העברעאישן לשון (האקדמיה ללשון עברית) האט אויכט געוויכט דעם אל"ף פון די ווערטער וואס שטאמען פון אראמיש און עס געטוישט צו ה"א אז "דוגמא" זאל מען שרייבן דוגמה, "קופסא" קופסה א.א.וו.
וואס האלט עץ?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:33 pm
דורך קרעמער1
מוישע האט געשריבן:ווען איך בין געווען א בחור האב איך איין מאל באמערגט אז משפחה נעמען ווען זיי ווערן גערשיבן אויף גוי'אישע בוכשטאבן ווערן זיי געשריבן ווי דער קוואל שפראך, צ.ב.ש. פאמיליעס: שווארץ, דויטש און קליין ווערן געשריבן: Schwartz, Deutsch, און Klein און נישט shvarz, Doich, און Klain. ווי זיי וואלטן געדארפט ווערן געשריבן אויף ענגליש.
מיינסט מסתמא
כלל שפראך (ייוו"א)
אגב, ס'דא וואס האבן יא ליב צו פאריידישן דרויסנדיגע ווערטער - בפרט לשה"ק'דיגע
ספעציעל איז באקאנט די רוסישע קאמוניסטן - איבערהויפּט אין ביראבידזשאן - וועלכע פלעגן אפיציעל שרייבן: "שאָלעם אַלייכעם", "סייפער טוירע" אא"וו
און זייער סיבה איז געווען ווייל זיי האבן דאך געהאט א ציהל אויסצורייסן אלע שפּורן פון די העברעאישע שפראך און רעליגיע
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 1:46 pm
דורך מוישע
ווי קומט דא אריין כלל שפראך?!
איך מיין צו זאגן אז ווען מען שרייבט אויף ענגליש משפחה נעמען וואס שטאמען פון אנדערע שפראכן ווערן זיי נישט געשריבן ווי די כללים פון ענגליש, נאר ווי די כללים פון דער אנדערער שפראך. און למשל ווערטער וואס שטאמען פון דייטש ווערן געשריבן ווי דער אויסלייג וואס איז איינגעפירט אין דער דייטשער שפראך און נישט ווי עס איז איינגעפירט אין ענגליש.
דערפאר איז מיין שאלה וואס איז א חילוק צווישן דייטש צו ענגליש פון אידיש צו עברית?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 2:19 pm
דורך מוישע
ר' קרעמער
די צווייטע באמערקונג וואס איר האט געשריבן האט צוטון מיט דעם אז עס איז דא א צד צו טראכטן אז עס איז שענער אין א שפראך אז אלעס ווערט געשריבן אין דעם זעלבן סטיל און עס קען זיין טאקע אז פארדעם שרייבטמען טאקע אויף עברית ווי דער אויסלייג אין עברית און נישט ווי דער אויסלייג אין דער מקור שפראך און איך פארשטיי די טענה און עס איז לכאורה א גערעכטע טענה. אבער דאך איז עס נישט ריכטיג והראיה: 1)אז די אויסלייג פון די רוסישער ביראבידזשאנער קאמעניסטן איז געווען נאר צו ארויסרייסן די לש"ק'דיגע שטאם און האבן א שפראך וואס איז ריין פון העברעאיזמען. און והראיה 2)אז די אלע וואס האבן געארדנט צוריק אידיש ווי ייווא און אקספארד און אוודאי די פרומע האבן עס נישט אנגענומען און דאס איז פארשוואונדן געווארן (אפשר ווייל לש"ק האט א גרויסע חשיבות און נישט ווייל א ווארט פון א פרעמדן לשון דארף ווערן געשריבן ווי דעם מקור). און והראיה 3)אז ס'רוב ווערטער וואס שטאמען פון פרעמדע לשונות און ווערן געשריבן אין דעם זעלבן אלפאבעט ווערן טאקע געשריבן ווי דער אויסלייג אין מקור.
א פארקערטע ראיה 1) אויף עברית שרייבטמען ווערטער וואס שטאמען פון אידיש ע"פ רוב (99%) ווי דער עברית'ישע אויסלייג
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 2:22 pm
דורך פארוואס?
לענ"ד איז דא א גרויסע חילוק צווישן א ווארט אין ענגליש און דויטש וואס זענען ביידע לאטיינישע שפראכן, משא"כ פון אידיש צו עברית וואס עברית איז א שפה שמית.
אזוי אז עס האט ממש נישט קיין פשט צו שרייבן וואקאלן אויף עברית, עס איז נישט פארהאן קיין פלאץ דערפאר אין עברית.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 2:40 pm
דורך מוישע
פארוואס? האט געשריבן:לענ"ד איז דא א גרויסע חילוק צווישן א ווארט אין ענגליש און דויטש וואס זענען ביידע לאטיינישע שפראכן, משא"כ פון אידיש צו עברית וואס עברית איז א שפה שמית.
אזוי אז עס האט ממש נישט קיין פשט צו שרייבן וואקאלן אויף עברית, עס איז נישט פארהאן קיין פלאץ דערפאר אין עברית.
ס'האט אויך נישט קיין פשט אז דויטש ווערט געשריבן אויף ענגליש Deutsch און נישט Doich וואס עפעס זאל eu ווערן געליינט ווי: oi און וואס עפס זאל: tsch ווערן געליינט ווי: ch. נאר אזוי שרייבטמען דאס ווארט "דויטש" און שלום על ישראל, חוץ פון דעם האט Deutsch א משמעות און Doich נישט - פרעגט יעדע דייטשע אינגל, אויף Deutsch וועט יעדער וויסן וואס עס שטייט און וואס איז דער באדייט דערפון, משא"כ פרעגט יעדע מענטש אין דער וועלט אויף Doich וואס דאס איז וועט קיינער נישט וויסן. די זעלבע זאך אזוי שרייבטמען "זייגערמאכער" און נישט זייגרמכר און נאך - זייגערמאכער האט א משמעות עס האט א באדייט, זייגרמכר האט קיין באדייט, פרעגט יעדע אידיש רעדער אויף "זייגערמאכער" וועט ער דיר זאגן וואס הייסט? א זייגער מאכער! פרעגט אויף זייגרמכר וועט מען אייך אנקוקן ווי א האן אין מענטשן...
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 2:44 pm
דורך ישראל קאפקע
פארוואס? האט געשריבן:לענ"ד איז דא א גרויסע חילוק צווישן א ווארט אין ענגליש און דויטש וואס זענען ביידע לאטיינישע שפראכן, משא"כ פון אידיש צו עברית וואס עת איז א שפה שמית.
אזוי אז עס האט ממש נישט קיין פשט צו שרייבן וואקאלן אויף עברית, עס איז נישט פארהאן קיין פלאץ דערפאר אין עברית.
נישט ריכטיג,
ענגלישע ווערטער אין דויטש למשט אדער פראנצויזיש שרייבט מען אזויווי ענגליש און פארקערט פון דויטש און פראנצויזיש צו ענגליש אפילו די ענגלישע אות איז נישט פארהאן אין דויטש וכו,
וואס דארף מען מער, מען שרייבט לשון הקודש און ארמישע ווערטער אזויווי זיי ווערן געשריבן אין לשון הקודש אפי אידיש לייגט א גרויס דגוש צו שרייבן פאנעטיש, אפילו מען זעצט צו א זילבע צום לשון הקודש'דיגן ווארט למשל גע'גנב'ט פאר'חלש'ט שבת'דיג,
אבער צו מוישע'ס שאלה קען מען זאגן אז זיי זענען לכתחילה נישט קיין אידישע ווערטער/נעמען נאר זיי שטאמען פון דויטש פויליש אדער אונגאריש וכו', וואס איינמאל מיין שרייבט מיט אנדערע בוכשטאבן איז מער נישט גילטיג דעם כלל צו שרייבן אזויווי דעם קוואל שפראך,
אבער צו שרייבן דוגמה אנשטאט דוגמא איז שוין טאקע א טיפשות
אגב מוישע, וואס איז דאס שרייבן מוישע אנשטאט משה???
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 3:04 pm
דורך מוישע
ישראל קאפקע האט געשריבן:אבער צו מוישע'ס שאלה קען מען זאגן אז זיי זענען לכתחילה נישט קיין אידישע ווערטער/נעמען נאר זיי שטאמען פון דויטש פויליש אדער אונגאריש וכו', וואס איינמאל מיין שרייבט מיט אנדערע בוכשטאבן איז מער נישט גילטיג דעם כלל צו שרייבן אזויווי דער קוואל שפראך,
וואס איז פאר אונז אינטערעסאנט פון ווי שטאמען די ווערטער פאר טויזנט יאר צוריק? די ווערטער "באלאגאן" אן "שמאטע" זענען אנגעקומען צו עברית דורך אידיש און נישט דורך פויליש.
דעם איז איר האלט אז מען דארף שרייבן ווי מען שרייבט אויף עברית, איז וויל אין איר אינטערבאוואוסטזיין (תת מודע) טראכט איר איז אידיש איז נישט קיין חשוב'ער שפראך דערפאר דארפמען זיך נישט בארעכענען מיט איר (מיט אידיש)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 3:11 pm
דורך מוישע
ישראל קאפקע האט געשריבן:אבער צו שרייבן דוגמה אנשטאט דוגמא איז שוין טאקע א טיפשות
איר מיינט אז אין דער "אקאדעמיע צום העברעאישן לשון" זיצן א באנדע פון אנאלפאבעטן? דארטן זיצן פראפעסארן און דאקטארן הויעכע געבילדעטע און געלערענטע מענטשן
איך ווארט אויף א תשובה
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 3:15 pm
דורך מוישע
ישראל קאפקע האט געשריבן: אגב מוישע, וואס איז דאס שרייבן מוישע אנשטאט משה???
איך בין מודה ומתוודה אז ס'איז נישט תיקני (ווי זאגטמען אויף אידיש?)
אסך מאל שרייבטמען נישט "תיקני" ווען מען וויל למשל ציטירן גענוי וואס א רבי צ.ב.ש. האט געזאגט אדער געוואונטשן, אבער מען ווייסט כאטש אז ס'איז נישט תקני.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 4:45 pm
דורך איך אויך
מוישע האט געשריבן:איר מיינט אז אין דער "אקאדעמיע צום העברעאישן לשון" זיצן א באנדע פון אנאלפאבעטן?
אבסלוטלי יא! געב נאר א קוק אויף די ראוד סיינס אין א''י אדער די תחנות פון די רכבת הקללה אין ירושלים.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 5:10 pm
דורך מוישע
איך אויך האט געשריבן:מוישע האט געשריבן:איר מיינט אז אין דער "אקאדעמיע צום העברעאישן לשון" זיצן א באנדע פון אנאלפאבעטן?
אבסלוטלי יא! געב נאר א קוק אויף די ראוד סיינס אין א''י אדער די תחנות פון די רכבת הקללה אין ירושלים.
וואס טייטש "ראוד סיינס" און פארוואס רופט איר די טראם (אזוי הייסט עס אין אנטווערפן און אזוי האט מען דאס גערופן אין פוילן אין יענע צייטן) אדער רכבת הקלה "רכבת הקללה"?
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 5:21 pm
דורך ישראל קאפקע
מוישע האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:מוישע האט געשריבן:איר מיינט אז אין דער "אקאדעמיע צום העברעאישן לשון" זיצן א באנדע פון אנאלפאבעטן?
אבסלוטלי יא! געב נאר א קוק אויף די ראוד סיינס אין א''י אדער די תחנות פון די רכבת הקללה אין ירושלים.
וואס טייטש "ראוד סיינס" און פארוואס רופט איר די טראם (אזוי הייסט עס אין אנטווערפן און אזוי האט מען דאס גערופן אין פוילן אין יענע צייטן) אדער רכבת הקלה "רכבת הקללה"?
Road signs גאס שילדן
לגבי אויבן, געווירצמאן איז א 'נאמען' וואס שטאמט פון דויטש, אזויווי אידיש איז א דייטש אפשטאמיגער ווייסן מיר אז געווירץ מיינט ספייס תבלין, און מאן מיינט.....
פעקעטע איז אויך אידיש? מיליקאווסקי? סאדילקאוו? באנדא? זיי זענען 'נעמען' און אין אידיש שרייבט מען זיי אזויווי מען זאגט זיי ארויס, פארשטייט זיך אז דויטשע נעמען זענען פארשטענדליך פאר אידיש רעדנדע, משא'כ יודאקאווסקי זייבארט און גענוט,
ח'ו איך טו נישט גרינגשעצן אין אידיש (איך בין א האלבער אידישיסט) און אלס אנטי ציוניסט שטערט מיר זייער ווען אידיש רעדנדע שרייבן זייער לעצטער נאמען אויפן מאדערן העברעאישן אויסלייג, אבער מען קען פארשטיין פארוואס אין אלגעמיין שרייבט מען נישט לעצטע נעמען אויפן אידישן אויסלייג.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 6:30 pm
דורך מוישע
ישראל קאפקע האט געשריבן:לגבי אויבן, געווירצמאן איז א 'נאמען' וואס שטאמט פון דויטש, אזויווי אידיש איז א דייטש אפשטאמיגער ווייסן מיר אז געווירץ מיינט ספייס תבלין, און מאן מיינט.....
פעקעטע איז אויך אידיש? מיליקאווסקי? סאדילקאוו? באנדא? זיי זענען 'נעמען' און אין אידיש שרייבט מען זיי אזויווי מען זאגט זיי ארויס, פארשטייט זיך אז דויטשע נעמען זענען פארשטענדליך פאר אידיש רעדנדע, משא'כ יודאקאווסקי זייבארט און גענוט,
ערשטענס, ווער זאגט אז געווירצמאן שטאמט פון דייטש אפשר שטאמט עס פון אידיש? וואס שטערט מיר דעם אז טויזנט יאר צוריק איז עס גיווען דייטש, די היינטיגע דייטשע שפראך איז דאס זעלבע שטאמיגע פון דייטש ווי אידיש איז שטאמיג פון דייטש (די אמאליגע).
צווייטנס, פעקעטע און מיליקאוויטש שרייבט נישט אידיש, אבער כאטש די ווערטער וואס שטאמען פון אידיש זאלן ווערן געשריבן ווי אין מקור. און איך וועל פרעגן נאך א מאל, זייגרמכר האט א פשט? (אויף דייטש ווייסטמען נישט פון זייגער)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:38 am
דורך משולם שטיינפעלד
שאלה געוואנדן צום פותח האשכול.
נאר לעצטע נעמען איז נוגע וויאזוי מען לייגט אויס, אדער ערשטע נעמען אויך, דוגמת משה=מוישע?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:26 pm
דורך ישראל קאפקע
אבטולמוס האט געשריבן:אינטערעסאנטער געדאנק, [tag]מוישע[/tag], און וועלקאם צו קאווע שטיבל.
איך מיין אז דער תירוץ איז ווי פאלגנד. ענגליש און דייטש זענען שפראכן פון דעם זעלבן פאמיליע-בוים, און פאלגן נאך זייער ענליכע כללים. ענגליש אנערקענט די לעגיטימיטעט פון גראמאטיק-ניואנסן פון אנדערע פאמיליע-שפראכן, כאטש זיי זענען פרעמד אין ענגליש. א ש' ווערט אין ענגליש געשריבן sh, אבער ענגליש האט נישט קיין פראבלעם צו נוצן דעם דייטשן sch ווען א גערמאנישע ווארט ווערט אדאפטירט וויבאלד די שפראכן זענען ענליך און איינע קען פארדייען די צווייטע'ס דעוויאציעס.
אידיש און עברית, ווידעראום, ווערן געשריבן מיט גענצליך אנדערע סיסטעמען, און עס איז צו ערווארטן אז עברית זאל זיך נישט קענען ספראווען מיט די פילע "צוגעלייגטע" אותיות וואס אידיש לייגט אריין אין ווערטער. אויב זאלסטו טרעפן א שפראך וואס נוצט לאטיינישע בוכשטאבן אן וואקאלן, און וועסט עס ווילן נוצן אין ענגליש, וועסטו אוודאי צולייגן וואקאלן כדי מ'זאל עס קענען לייענען.
דאס איז אפשר די פאל ביי דייטש, אבער פויליש איז ווייניגער ענליך, אונגאריש נאך ווייניגער, און פראנצויזיש איז דאך גאר אנדערש, נאר מען מאכט נישט קיין חילוק די כלל איז גילטיג אפילו ביי א שפראך וואס ליינט זיך זייער אנדערש,
און דיין זוך פאר א שפראך געשריבן מיט לאטיינישע אותיות און וואקאלן איז איבריג, וויל דו זעסט דאך אז אין -אידיש פון די מערסט פאנעטישע שפראכן- שרייבט מען
לשון הקודש אן וואקאלן,