בלאט 1 פון 2
בחור, לאז געמאכט, גיי אן מיטן לעבן, שלא תמות כדרך שמת פלוני
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 3:25 pm
דורך שעפטל
איך שרייב דא א בריוועלע פאר די טייערע בחורים דא, וואס זאל שוין זיין לעילו ולטובת נשמת א אינג בחור'ל וואס איז פארשניטן געווארן טראגיש ברוחניות און אין בגשמיות אינגערהייט, ידיד מנעירי הבחור יואל ע"ה ב"ר ראובן שמעון הי"ו, און די נשמה זאל האבן אן עלי', בזכות אז ס'וועט אויפטוהן אפילו פאר איין בחור, און אפילו נאר למחצה ולשליש ולרביע.
טייערע בחור:
ס'הייבט זיך יעצט אן א נייע זמן, איך ווייס אז גאר אסאך פון ענק גייען יעצט אריבער גאר שווערע לאנגע פיינפולע וואכן, ס'איז טאקע נאר א חודש, אבער ס'קוקט ענק אויס ווי א גאנצע יאר מיט אן עיבור אדר ב', נאכט נאך נאכט באנעצט עטץ דעם קישן, פארנאכטס נאך פארנאכט שפאצירט עטץ אריין אין שטוב און פרובירטס נישט צו קוקען ענקער מאמע'ן אין פנים, נישט ווילענדיג זעהן איר צער און פארזויערטן פנים, צופרי ווילט עטס נישט אויפשטיין א גאנץ בין הזמנים איידער ענקער טאטע איז ארויס פון שטוב, פשוט זיך נישט צו באגעגענען מיט זיין אנגעצויגענעם געזיכט וואס שרייט פון זיך אליינס 'וואס וועט דא זיין?! וואס וועט דא זיין?!'.
יא עס ענדיגט זיך א פרישע בין הזמנים, א פרישע שווערע דורכגאנג פאר די טייערע בחורי ישראל, דער מי ישפל ומי ירום איז מקוים געווארן במלוא מובן המילה, מ'האט ארויסגעשיקט דעם מי לה' ומי לעזאזל, דאס יאר גארנישט אנדערשט ווי אנדערע יארן, דער בין הזמנים קומט טאקע צו אן ענדע, אבער די גרויסע פראבלעמען פאנגן זיך יעצט אן.. דער האט באקומען א 'לא נתקבל', דער א 'ימצא לעצמו מקום המתאים', דער דריטער גייט פלעין אדורך צרות יגון ואנחה און דער 'צריך לדבר' וואס מ'האט אים געשיקט אויף פאוסט איז לויטער ליגענט ווייל ס'נישטא צו וועם צו רעדן. הצד השוה שבהם, הונדערטע בחורים גייען נישט אנהייבן קומענדיגן זינטאג אין א מסגרת הישיבה, עכ"פ נישט דארט ווי ער האט געלערנט פאריגעס זמן.
כלפי מה דברים האמורים? כאפענדיג א שמועס מיט א בחור, דערציילט ער מיר ווי גרינג ס'איז היינט צו מאכן א לעבן, ווי גרינג צו ס'איז צו זאגן פאר די עלטערן "זיי מיר און האב מיר" מיט א ליידער א שטיקל ריכטיגע טענה "קיינער נעמט מיך נישט אן! קיינער דארף מיך סיי ווי נישט", פון די אנדערע זייט דרייען זיך ארום חברה, און טייל מאל אפילו געוועזענע חבירים און לאקערן און רעדן אים צו אז בני תלך בדרך אתנו, מיר האקן א לעבן, מיר הייסן געלעבט אויף די וועלט, מ'דרייוט, מ'פארט, מ'קומט און מ'פליעט, דראפ אלעס און דזשוין אונז..
דערציילט מיר דער בחור, ער איז קארגע 15 1/2 יאר אלט, קיין דרייווערס לייסענס האט ער נישט, קיין געהעריגע דזשאב אויך נישט, קיין געלט קומט דאך נישט אריין, סך הכל איז ער א נאכשלעפער און פילט אן די קאר פאר קאר-פול.. מ'ניצט אים ווען מ'דארף און מ'לאזט אים לויפן ווען מ'דארף נישט... ער האט שוין טועם געווען די געווירצן און געווען הויעך כמה פעמים און זיך פאר'דביקות'ט אין אן הסתרה קומזיץ.. און זה הוא... (איך רעד שוין נישט וואס דער עלטערער בחור האט געטוהן מיט אים אין האטעל...). דער בחור איז קרח מכאן ויחצאל מכאן, נישט קיין אידישע לעבן און נישט קיין גויאישע, און ער איז נישט ס'אינציגסטער! ס'דרייען זיך אזוי צענדליגע אין די גאסן וואס זיכן וואס צו טוהן מיטן לאנגן טאג, און זיכן ווי נאך מ'קען טריצן מיט זיינע הורים ומורים צו ווייזן אז נעקסטיים ווארפט מען נישט... ער האט מיר אנגעוויזן אויף א גרופע וואס איך האב עטליכע מאל געזעהן אין שטאט, וואס טראץ וואס זיי שטעלן זיך אהער ווי יאפי'ס קומען זיי נאכאלץ אייביג צוריק צום חסידישען געגענט און פרובירן צו שלעפן אויפמערקזאמקייט... דאס ווייזט גאר אסאך!!
נא, כלפי מה דברים אמורים...???? די זאך איז אזוי, בחורים טייערע, איר האט באשלאסן צו גיין אייער וועג? באשלאסן צו דראפן די גאנצע זאך? קיינער קען אייך נישט אפהאלטן! ס'איז א ווייטאג... אבער גייטס לחיים ולשלום, ס'איז א פרי קאנטרי, יעדער איז אינטיידעלט צו טוהן וואס ער וויל, און אפילו תורה'דיג האט איר א בחירה פון ובחרת.
געדענקטס נאר איין זאך!!! נעמטס א דזשאב! כאפ וואס מ'טראגט דיר אן, נעם וואס דו קענסט האבן, עטליסט פארן אנפאנג, מאך אפאר רייניש און אין איינוועגס פיל דיר אן ס'טאג! אדער גיי לערן דיך עפעס! זיי נישט יעצט ביזי אז דו האסט נישט באקומען דאס עדיוקעישאן, קוק נישט צוריק און פאנג אן א נייע לעבן און ווער עדיוקעיטעד! הער אויף צוריקצוקוקן א גאנצן צייט צום עבר, באוויין נישט וואס ס'איז געווען, גיי אן מיטן לעבן און לאז געמאכט, דאס ברענגט בכלל נישט גארנישט, זיצן און בלעימען די סיסטעם, שעלטן אויפן סאסייעטי, קלאגן אויף די יוגענט וועט דיר גארנישט ברענגן! ווי איינער האט מיר אמאל נאכגעזאגט פון עפעס א רעדנער (נאר די קאנסעפט וויל איך ארויסברענגן) פארוואס זאל מען מקבל זיין יסורים באהבה? ווייל דו קענסט סייווי גארנישט טוהן סייווי... ווייסטו וואס? זיץ און טריץ און בלאז אויף די יסורים... ס'וועט דיר עפעס העלפן? אבערווייז! האסטעס סייווי און דיעל דערמיט....
עניוועיס, איין זאך געדענק!!! דראגס איז שעדליך! דיפרעסיע איז מסתמה נאך שעדליכער! מ'קען האבן א נארמאלע נייע לעבן אן די אלע זאכן! די וואס האבן נישט איבערגעמישט ס'בלעטל און פאר טריץ פארמישט געווארן אין סאום שעדי סטאוף, האבן זייער ביטער געענדיגט!!!
ווילסט צוריקגיין אין ישיבה, מה טוב ומה נעים! אז נישט, האב א נארמאלע פלאן, קענסט ווערן סתם א וואוילער איד, א דאקטער, א לויער, א ארכיטעקט... און ווער נישט קיין גאסן אינג, דארפסט נאכנישט ווערן קיין גוי דערפאר, דארפסט נאכנישט מחלל שבת זיין וועגן דעם, ווער נישט אינוואלווד אין קיין דראגס, גניבה און קרעדיט קארד פראוד! ס'וועט דיר גאנץ קנאפע העלפן ווען מ'וועט דיר ארעסטירן פאר סיי וואס אז דו וועסט קוויטשענען "מ'האט מיך מאלעסטעד!!!", ס'ענדיגט זיך מיט דעפרעסיע! און פון דארט איז עס א קאצן שפרינג צום חיי עולם הבא!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:14 pm
דורך איש עברי
געוואלדיג דברים כדרבונות!
אבער פון די אנדערע זייט דארף א בחור האבן די שטיצע פון עלטערן און די סביבה צו גיין שטודירן, אדער טרעפן א נארמאלע פרנסה. און די ווייטאגליכע פאקט איז אז רוב עלטערן וועלן ענדערש לאזן דאס קינד פאלן אין טיפן תהום ווי איידער רעאליסטיש באטראכטן די מצב און דיסקוטירן מיט'ן בחור זיין עתיד.
אויף גליטשן דארף ער נישט קיינעמס הסכמה, אבער אויף זיך נעמען א אנדער וועג דארף ער תמיכה און הדרכה וואס דאס וועט אים ליידער קיינער נישט געבן...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:27 pm
דורך שעפטל
[tag]איש עברי[/tag] אויב מעג איך דיסאגריען מיט דיר, וועל איך עס טוהן...
אן אכצן יעריגער בחור דארף נישט קיין טאטע'ס הילף אדער געוועזענע סביבות שטיצע צו גיין ארבייטן אדער שטודירן. יעדער קאלעדזש וועט אים אננעמען און מ'קען טרעפן דזשאבס וואס וואלטן אים געכאפט (איך רעד נישט אויב די טאטע וועט ממש אנרופן דעם בעלעבוס אז מ'זאל אים פון דארט אויך פארווארפן).
לולי דמסתפינא, וואלט איך געזאגט -אויב האסטו עס געהערט פון איינעם אלס אן עקסקיוז- אז דאס איז פשוט א פאצערישע תירוץ און נאך א בלעים אויפן קאמיונעטי פארוואס ער קוקט אויס ווי ער זעהט אויס...
יעדער קען זיין סוקסעספול! יעדער קען אנקומען צו וואס ער וויל! ער דארף נאר וועלן ווערן געסעטעלט ענדערשט ווי הוליען און לערנען זיינע געוועזענע הערן בלק
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:35 pm
דורך איש עברי
איך עגרי מיט דיר אז מען דארף וויינען און שרייען צו די בחורים וואס גליטשן אז זיי זאלן אנשטאט פאלן אין תהום זיך נעמען אין די הענט אריין און נעמען א ארבעט אדער לערנען א פאך.
אבער די שטעלסט א הנחה אז די בחורים וואס ווערן געווארפן פון ישיבות זענען בעצם זעלבסשטענדיגע מענטשן וואס בדעה צלולה שליסן זיי זיך אן אין נידריגע גרופעס און ווערן פארוואנדלט אין גענגסטערס, און געבויט אויף די הנחה בעטסטו זיי אז אנשטאט דעם זאלן זיי נעמען א דשאב.
די מציאות איז אבער אז די בחורים זענען צובראכענע פארלוירענע נפשות וואס ווערן אריינגעשלפט און פאלן אריין אין די נענטסטע קלאב וואס נעמט זיי אריין.
זיי ווייסן אז טאמער ווילן זיי זיין געסעטלטע ארבעטערס אדער סטודענטן ווערן זיי אויסגעשפיגן פון אלע זייטן, און ווען זיי גייען מיט די שטראם פון די גאסן יונגן האבן זיי כאטש ערגעצוואו די געפיהל אז מען אקצעפטירט זיי וויאזוי זיי זענען...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 5:48 pm
דורך רויטע וואנצעס
געוואלדיג הערליך באשריבן. מיר אבער אלץ אחינו בני ישראל דארפן העלפן די בחורים, אויב די בחורים האבן נישט זייערע עלטערנס סופארט. אלץ "למעשה" טייערע בחור אויב דו זעהסט די ריכטיגע דיבורים פון שעפטל, און דו זוכסט פאר הילף, בין איך דא דיר צו העלפן בעצה ובתושיה ווי אזוי אנצוקומען צו דיינע צילן. ביטע שיקן אין אישי. איך בין זעכער אז נאך אסאך ניקים דא זענען אויך גרייט צו העלפן מיט וואס אימער. מ'דארף נישט וויסן ווער יענער איז אים צו העלפן.
באהבה נפשית "לכל" בחורי ישראל.
ידידכם רויטע
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:43 pm
דורך [NAMELESS]
די ארטיקעל האט א געוואלדיגע אפקלאנג. שוין באקימען 3 לינק'ס דערצו
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:56 pm
דורך דריידל
אין וויליאמסבורג איז דא KW וואס איז געשטעלט ארויסצוהעלפן בחורים וואס זענען נישט אין ישיבה. איך בין נישט צו באקאנט מיט זייער מהלך, דהיינו וואס טיען זיי למשל ווען א 15 יעריגע בחור קומט אריין און זאגט אז ער וויל זיך לערנען א פאך, וועלן זיי אים העלפן אדער דעסקארידזן? איך האף אז זיי טיען וואס איז ריכטיג און טאמער נישט דארף מען זיי מעורר זיין.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:21 am
דורך אויליגער
[tag]שעפטל[/tag] געוואלדיגע דברים היוצאים מן הלב, אמתדיג תורהדיג און שכלדיג יעדע ווארט; קען מען עקסטער זאגן שפתיים קישאק מיטן שם ומלכות.
אגב די ארטיקעל האט א מוראדיגע אפקלאנג איבער די גארער וועלט שוין באקומען אויף יעדע גרופ ווי איך בין אויף וואטס עפפ אוו טעלעגראם ועוד, זכות הרבים תלוי בך, ווי די רבי פלעגט זאגן אויב סוועט ראטעווען אפילו איין יוד האט זיך אלעס געלוינט!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:14 pm
דורך שעפטל
שכח פאר אלע שטיצערס... די חורבן איז א איינער איז געוואר געווארן מיין ניק...
עניוועיס, איך וויל דא ארויפלייגן וואס איך האב באקומען אויף וואטסעפפ...
דער שרייבער איז הונדערט פראצענט גערעכט, די ראשי ישיבות אין מערסטענס פאל גייט גאנץ ווייניג אן אז דער בחור ווערט א גוי גמור.. אבער איין זאך זאל דער בחור וויסן, זיין סוקסעס איז די גרעסטע דורכפאל פארן מנהל, זיין דורכפאל איז די גרעסטע סוקסעס פאר די סיסטעם! למשל קוקטס אן וואס ס'גייט יעצט פאר, ווי מ'רעדט אז יענער איז געווען א חולי נפש סייווי און פארדעם איז דעס און דעס געשעהן.. וואלט ער ווען געווארן א מיליאנער און געטיילט צדקה רעכטס און לינקס וואלטן זיי געפלאצט עד אין שיעור. קוק אן .... ......... (איך האב דא ארויסגענומען די נאמען) מ'האט אים געווארפן פון ישיבה, היינט אלס מיליאנער איז ער זייער גרעסטע שטיצער, ווייל די רבי האט אייביג געהאלטן קשר מיט אים..
די גרעסטע נקמה פון א לא נתקבל איז א שער אויף דעם ישיבה בנין... (פארשטייט זיך אויב זיי טוישן אביסל דעם סיסטעם!)
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:30 pm
דורך שעפטל
דריידל האט געשריבן:אין וויליאמסבורג איז דא KW וואס איז געשטעלט ארויסצוהעלפן בחורים וואס זענען נישט אין ישיבה. איך בין נישט צו באקאנט מיט זייער מהלך, דהיינו וואס טיען זיי למשל ווען א 15 יעריגע בחור קומט אריין און זאגט אז ער וויל זיך לערנען א פאך, וועלן זיי אים העלפן אדער דעסקארידזן? איך האף אז זיי טיען וואס איז ריכטיג און טאמער נישט דארף מען זיי מעורר זיין.
ווי איך ווייס נעמען זיי בכלל נישט אן קיין אינגע בחורים.
בכלל, טוהט דען KW ארבייטן פאר דיין דזשאב אדער זאלסט דיך גיין לערנען ערגעץ? איך האב אייביג געמיינט אז ס'איז סתם א מסגרת וואס האלט צוזאם די בחורים אז זיי זאלן ענדערשט אהינקומען ווי זיך דרייען אויף די גאסן. באמת איז עס גארנישט קיין סתם... שוין איינמאל עפעס!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:40 pm
דורך [NAMELESS]
און וואס איז די מעשה מיט עזר לבחורים לויט וויאזוי זייער געלונגענע פאנדרעיזר מר האניג לייגט אראפ די זאך זענען זיי עוסק צו שטעלן די בחורים אויפן פוס מיטן העלפן עמאשינעל און מיט מסדר זיין א דזאב (ממש ווי פוטסטעפס...) סוי @שעפטל וואס ווייסטו איבער די מוסד עזר לבחורים?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:01 pm
דורך שעפטל
איך בין נישט קיין אלעס ווייסער, אבער לויט די עדס פון עזר לבחורים שטעלן זיי צו חבריתות. נישט קיין דזשאבס און זיכער נישט קיין קאלעדזש הילף.
ס'קען זיין אז יא, און אויב טאקע יא צוה איך צוריק און איך בעהט זיי איבער למפרע. און זאל מיין געבעט דא זיין אז דער בחור זאל זיך ווענדן צו עזר לבחורים. וועריפייטס די פאקטן און לייג ארויף זייער נאמבער!
סטאפ די סואיסייד און דיפרעסיע פון די געווארפענע!!!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:01 pm
דורך יאיר
עזר בחורים זענען די פארמיטלער צווישן די עלטערן פון די שוואכע בחורים און זייערע געדינגענע פריוואטע מדריכים. פאר די פארמיטלונג רעכענען זיי הון תועפות פון כלל ישראל.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:49 pm
דורך קאך_לעפל
שעפטל האט געשריבן:איך בין נישט קיין אלעס ווייסער, אבער לויט די עדס פון עזר לבחורים שטעלן זיי צו חבריתות. נישט קיין דזשאבס און זיכער נישט קיין קאלעדזש הילף.
ס'קען זיין אז יא, און אויב טאקע יא צוה איך צוריק און איך בעהט זיי איבער למפרע. און זאל מיין געבעט דא זיין אז דער בחור זאל זיך ווענדן צו עזר לבחורים. וועריפייטס די פאקטן און לייג ארויף זייער נאמבער!
סטאפ די סואיסייד און דיפרעסיע פון די געווארפענע!!!
ר' שעפטל איר האט זיך זייער גוט אויסגדרוקט "לויט ווי די עדס זאגן"
איך האב ליידער א משפחה קרוב, א זיסער ב'טעמט' ער בחור, וואס איז אריין געפאלן מיט גאר א שלעכטער מלמד, וואס האט נישט געהאט צו אים קיין איין טראפ נערוון, און ווען אימער ער האט נישט געקענט איינזיצן אין חדר, האט אים דער מלמד געהייסן קישן די ווענט פון קארידאר, אזוי ארום איז ער נעבאך פארוואנדעלט געווארן אלסס דער האל אינגעל, און דער טאטע האט נעבאך גארנישט געוויסט, ביז עפעס א פרעמדע מלמד האט פארציילט פארן טאטען, אז זיין זון איז מער אין די האל ווי אין חדר, מען האט גערעדט צום מלמד, און דער אפגעפליקטער טיפוש האט נאך גענפערט "וואס קען איך טאן? איך קען אים נישט הענדלן" די בהמה גסה.. אז די קענסט נישט אפשר איז דא איינער וואס קען יא? פארוואס האסטו נישט געקאלט דעם טאטען?
למעשה איז דער קינד נעבאך געווארן אפעקטירט, און מען האט זיך ביטער געפלאגט מיט אים אין ישיבה קטנה, וואס האט אים ביז גאר א קירצע צייט איידל געבעטען אז ער זאל גוט פארמאכן דעם טיר פון די צווייטע זייט.
מען האט אים בילת ברירה געמיזט איין שרייבן אין א ישיבה וואס גיבט זיך אפ מיט ספעציעלע בחורים, און דארט האט ער אויך נישט געהאט קיין תכלית, ווייל חוץ פרעסן געלט פון די עלטערן, און צווינגען די בחורים צו גיין נאך געלט צו קענען פארן קיין אמאן, האבן זיי גארנישט געטאהן, חוץ פון דעם האט דער ר''י בכבודו בעצמו זיך ערלויבט מהנה צו זיין זיין פארשאלטענעם עקלאפטיגען גוף טמא, מיט דעם צושאסענעם בחור, וד''ל.
עס האט נישט גענומען צו לאנג ביז דער בחור איז געווען אויפן גאס, פטור געווארן פון די שוואנצן וואס הענגן אים לעבן אויער, דאס קאפ-דעק איז געווארן אביסל גרעסער ווי א האלבע איי..... און ער האט באקומען גוטע פרענדס וואס האבן אים מזכה געווען מיט נארעמהאפטיגע חשיש, און ער האט ענדליך געהיט די
או סי די קלאב, און דאס תפילין בייטל זיינער האט געזאמעלט שטויב....
דער מאמע האט נעבאך געמיינט אז זי ווערט משוגע פאר צער, זי האט אויסגעוואשען דאס קישען אירע מיט הייסע זודיגע קאכעדיגע טרערן נאכט נאך נאכט... און דאס מצב אין שטוב איז געווען נורא ואיום...
ווי אלעמאהל איז דאך דא גוטע פריינט וואס האבן ליב צו געבן גווטע עיצות.... נישט העלפן חלילה ווייל זיי זענען דאך פארנימענע מענטשען.... אבער שענקן פון זייער טיפזינגע חכמה זענען זיי יא גרייט, נאך נארדעצו ווען מען קען זיך אביסל שטילן דאס נייגער דארשט, און הערן וואס יענער גייט דירך...... האט מען איר געגבן א עיצה אז זי זאל זיך ווענדן צו עזר לבחורים..... איבריג צו זאגן..... א ארגענעזאציע ווי אלע ארגענעזאציעס..... קודם האבן זיי געוואלט וויסן ס'דא געלט???? וויפיל וועט מען קענען ארויסזייגען פון די משפחה? ביזן עקלערן אז מען קען שוין ליידער גארנישט טוהן, ווי נאר זיי האבן געהערט אז מען וועט נישט קענען זייגן די משפחה.... האבן די טעלפאן כעוואליעס מיטאמאהל אויפגעהערט צו ארבייטען... און מען האט געלאזט די מאמע הענגן מיט אירע צרות... און נישט געוואלט מער וויסן פון איר.......
עס איז א פלענע פארשטינקענע ארגענעזאציע מיט א שינע קליפ פון קאפי עלנבויגען.... זיי שטעלן צו א חברותא פאר א אראפגעפארענע בחור אויף א האלבע שעה אין טאג.... און בעטן דערפאר טבין ותקלין.... א 50גער געבן זיי אראפ פאר דעם יונגערמאן וואס זיצט מיטן בחור... און די איבריגע 500 לייגט מען אוועק פאר אפיקמן... און מען לויפט דערנאך ארום צו אלע קרובים פארציילן בסוד סודות אז מען האט געראטעוועט דעם בחור.... דעריבער שאי ידיכם קודש...... פוי און נאכאמאהל פוי און צום דריטן מאהל פוי.....
שפטל איז גערעכט דער בחור דארף גיין זיך לערנען א פאך... אויף די אייגענע הענט... חלילה צו גיין צו די אלע אפגעפליקטע ארגענעזאזיצעס וואס אויסער פרעסן געלט פון די מיואש'דיגע עלטערן זענן זיי גארנישט ווערט..... מען דארף זיי אלע אויסשאלטערן און זיי שיקן דארט ווי דער כהן גדול האט געשיקט דעם צווייטען ציגעלע יום הקדש....
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:57 pm
דורך ברסלבער
שעפטל, זייער גוט געזאגט, ליידער איז נישטא ווער עס זאל לערנען מיט די בחורים הלכות ומנהגי באמעס, דרייען זיי זיך ארום אן קיין שום ציהל אין לעבן, און מאכן באשלוסן וואס וועט זיי אליין באגראבן נאכדעם.
וועגן עזר בחורים האב איך אויך מיטגעהאלטן עטליכע מעשיות מיט זיי, זיי טוהן בכלל נישט דאס וואס זיי זאגן.
קומט ער אין שוהל און שפילט אויף די געפילן פון רחמנות'דיגע אידן און לייגט אראפ דעם מצב אז עס איז געפערליך און אז זיי זענען די סעלושאן צו דעם, און מענטשן מיינען אז מען קען זיין רואיג אז עס איז כאטש דא איינער וואס טוט עפעס, בעת וואס דאס איז הוילע פראפעגאנדע.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:13 pm
דורך שעפטל
ברסלבער האט געשריבן:שעפטל, זייער גוט געזאגט, ליידער איז נישטא ווער עס זאל לערנען מיט די בחורים הלכות ומנהגי באמעס, דרייען זיי זיך ארום אן קיין שום ציהל אין לעבן, און מאכן באשלוסן וואס וועט זיי אליין באגראבן נאכדעם.
ווערט געזיכט א מגיד שיעור עיסעפ
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:18 pm
דורך קאך_לעפל
ווי לאנג מיר וועלן זיך נישט נעמען אין די הענט אריין, און אנפאנגען אריין צו געבן אין די זיסע קינדערלך, השקפה, ווארימקייט, א זיסקייט צו אידשקייט, א ברען צו יעדע דבר שבקדושה, וועלן מיר זיך ליידער מיזן פלאגן מיט די אידישקייט פון אונזערע קינדער.
עס איז אינה דומה א קינד וואס זעט ווי דער טאטע לאזט הייסע טרערן יוה''כ פארנאכט ביי ברכת הבנים, און די שמחה פונעם טאטען ביים טאנצען שמחה בית השאיבה, און ביי די הייליגע הקפות, און דאס התדבקות וואס דער טאטע האט זי זיין רבי, און זיין הידור במצות.... וכו' וכו וכו.....
צו א קינד וואס זעהט דעם טאטען משוגע ווערן מיטן טאג, און שעלטן דעם מאמען מיט כל הקללות האמירות בתורה... און וי ער זיצט אויפן כלי און האלט מיט די געים... בדחילו ורחימו .......
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:26 pm
דורך ברסלבער
איך בין זייער נתעורר געווארן דאס יאר אין אומאן טרעפענדיג א שפע פון די סארט בחורים, זיי האבן נישט קיין מושג וואס זיי ווילן, יעדן טאג מאכן זיי א פרישע 360 דעגרי טורן, איין טאג א מלאך און די צווייטע טאג א גלח.
פון איין זייט איז דאס אביסל נארמאל פאר א טינעיזשער, אבער ווען ער זאל דאס וויסן, ווען ער זאל כאטש וויסן אז ער וואלט געדארפט האבן עפעס א ציהל אין לעבן, ווען ער זאל וויסן אז איין טאג גייט ער כאפן א געזונטן פליק און דעמאלט וועט ער בעל כרחו מוזן אפמאכן וואס ער וויל, דאן וואלט כאטש גוט געווען. דערווייל לעבט ער אין עולם התוהו.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:28 pm
דורך שעפטל
הרב [tag]קאך_לעפל[/tag], דאס איז נישט די נושא דא!!!
דא רעד איך צו די וואס האבן שוין באשלאסן צו לערנען דעם טאטען מיט מאמען און זיינע ראשי ישיבות בענעזאם אז די קינדער זענען נישט קיין שפילצייג, נאכאלס זאל ער האבן שכל און זיך נישט באנערישן, סוף כל סוף וועט מען דארפן דיבעיטן צו מען דארף זיצן שבעה צו נישט ל"ע רח"ל
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:37 pm
דורך berlbalaguleh
אבטולמוס האט געשריבן:אלו ואלו, איש עברי איז ליידער גערעכט אין רוב פעלער, אבער שעפטל איז אויך גערעכט אז עכ"פ אין געוויסע פעלער טאר די געזעלשאפט נישט גענוצט ווערן ווי א תירוץ ווען מ'קען זיך אליין העלפן.
פאר דעים איז דאך דא די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "פוטסטעפס". וועלכע פרובירן צו פארשאפן אן סופלעמענטל עדיוקעישן פאר בחורים און מיידלעך וועלכע זענען אויף איין וועיג אדער אן אנדערן, ארויסגעפאלן פון די מסגרת.
וואס זאלל מען אבער טון אז רבינו הגאון הקדוש מקרית יואל שליט"א האט אין זיין כל נדרי דרשה באוויינט דעם פאקט אז ס'איז דא אן ארגאניזאציע וועלכע שמד'ט אויס אידן, רח"ל. די ציונים ימ"ש זענען דאך שוין ב"ה געפייגערט. איז נישט געבליבן וועים צו בלעימען...!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:44 pm
דורך berlbalaguleh
קאך_לעפל האט געשריבן:ווי לאנג מיר וועלן זיך נישט נעמען אין די הענט אריין, און אנפאנגען אריין צו געבן אין די זיסע קינדערלך, השקפה, ווארימקייט, א זיסקייט צו אידשקייט, א ברען צו יעדע דבר שבקדושה, וועלן מיר זיך ליידער מיזן פלאגן מיט די אידישקייט פון אונזערע קינדער.
עס איז אינה דומה א קינד וואס זעט ווי דער טאטע לאזט הייסע טרערן יוה''כ פארנאכט ביי ברכת הבנים, און די שמחה פונעם טאטען ביים טאנצען שמחה בית השאיבה, און ביי די הייליגע הקפות, און דאס התדבקות וואס דער טאטע האט זי זיין רבי, און זיין הידור במצות.... וכו' וכו וכו.....
צו א קינד וואס זעהט דעם טאטען משוגע ווערן מיטן טאג, און שעלטן דעם מאמען מיט כל הקללות האמירות בתורה... און וי ער זיצט אויפן כלי און האלט מיט די געים... בדחילו ורחימו .......
אבער אפילו דער טאטע וועלכער איז מקיים אלע מצוות בהידורם דארף אויך א ביסל (און אפשר מער ווי א ביסל) לערנען מיט זיינע קינדער די זיסקייט און די טעמי המצוות. און זיך אויפפיהרן בדרכי נועם, מיט איידלקייט אין אלע זיינע מעשים. און נישט נאר כסדר שרייען און זידלען. אויך איז זייער וויכטיג אז מ'זאלל מחנך זיין די קינדער צו גיין אין ביהמ"ד. אפילו נאר צו שפילן זיך. און נישט ווערן נערוועיז און שפיר אז די חינוך הבנים והבנות איז לעול ולמשא...!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 5:46 pm
דורך הוגה
[tag]קאך_לעפל[/tag], סתם געהאקט אין קאפ אריין. די סטאטיסטיקס זענען נישט אנדערש ביי די צוויי סארטן עלטערן. קינדער פון די א. ג. שענסטע און בעסטע שטיבער לאזן אפ די דרך. מען דארף זיין גוטע עלטערן ריגארדלעס, אן די נערישע חשבונות.
.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 6:00 pm
דורך שעפטל
berlbalaguleh האט געשריבן:אבטולמוס האט געשריבן:אלו ואלו, איש עברי איז ליידער גערעכט אין רוב פעלער, אבער שעפטל איז אויך גערעכט אז עכ"פ אין געוויסע פעלער טאר די געזעלשאפט נישט גענוצט ווערן ווי א תירוץ ווען מ'קען זיך אליין העלפן.
פאר דעים איז דאך דא די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע "פוטסטעפס". וועלכע פרובירן צו פארשאפן אן סופלעמענטל עדיוקעישן פאר בחורים און מיידלעך וועלכע זענען אויף איין וועיג אדער אן אנדערן, ארויסגעפאלן פון די מסגרת.
וואס זאלל מען אבער טון אז רבינו הגאון הקדוש מקרית יואל שליט"א האט אין זיין כל נדרי דרשה באוויינט דעם פאקט אז ס'איז דא אן ארגאניזאציע וועלכע שמד'ט אויס אידן, רח"ל. די ציונים ימ"ש זענען דאך שוין ב"ה געפייגערט. איז נישט געבליבן וועים צו בלעימען...!
סארי [tag]berlbalaguleh[/tag], נעם עס נישט אן אז איך בין יעצט גערעגט ווייל דו ווילסט דעם ארטיקל אריינשליידערן אין צימעס אדער סתם אויסגעבן דיין כעס קעגן א רבי פאר וואטעווער ריזען איט איז.
לאמיר זיך האלטן צום פוינט! ביזסט ראונג עז ראונג יו קען בי! יעצט ברענגסטו מיר ארויף פוטסטעפס??? אן קיין בושה? אדער ביזסטו באמת אן אפגעהיטענע אינגערמאן און האסט נישט קיין עקסעס צו פעיסבוק, אדער סתם מאכסטו דיך צו דיינע אייגעלעך! ליין וואס אלע פוטסטעפס מעמבערס באוויינען יואלי'ן ע"ה, האט אים איינער געהאלפן? האט אים פוטסטעפס געהאלפן? וויפיל קענסטו וואס פוטסטעפס האט געשטעלט אויפן פלאץ? וואס האקסטו דא א טשייניק? איך קען 6 מענטשן וואס גייען נאר צו זייערע פארטי'ס ווייל ס'איז עקסייטינג און האפן אנצוטרעפן נייע פרענדס, אבער קיין דזשאב, קיין עדיוקעישאן האבן זיי דארט נישט באקומען!!! ס'קען זיין אז זיי שטעלן דאס צו, סאומהאו האבן זיי נישט זוכה געווען דערצו. דארט איז קיין תקנה נישטא אז מ'טאר נישט זיין אויף דראגס, ביי די צוזאמקומען דארטן אינדרויסן איז דא בראוני'ס מער וויפיל א מענטש קען דערהייבן, הער אויף מיט די נארישקייטן!
פוטסטעפס איז קיין סעלושאן פאר דעם אפגעפארענעם! פוטסטעפס איז א וועג ווייזער!רובא דרובא פון זייערע באוויסטע מעמבערס, פירערס און ווידיא עקטערס זענען ביזי טאג און נאכט מיטן סאסייעטי, ווי געשריבן אויבן,
דאס ווייזט אסאך! ס'לעבן גייט דיר גוט? הער שוין אויף צוריקצוקוקען און סטאפ שוין פרובירן אויפצוווייזן ווי גוט יענע זייט איז, ניץ דיר אויס דיין פרייהייט און קוק נישט צוריק,
איינער האט צוריקגעקוקט און געווארן זאלץ, די איבריגע קוקן צוריק ווייל זייער לעבן איז זאלציג!
איך האב נאך קיינמאל נישט עכט געשריבן קעגן זיי, טראץ דעם וואס איך האב מיטגעהאלטן אסאך, באט צו לייגן דאס פאר די סעלושאן, קוקט עס מיר ענדערשט אויס אז דו האסט געוואלט ערגעץ צוקומען. וד"ל
בחור'ל, אויב ליינסטו [tag]berlbalaguleh[/tag]'ס תגובה, און גייסט אהין געב דיר א דעדליין, און האלט דיך דערצו, אויב זעהסטו אז די פארשווענדסט די צייט מיט פארטי'ס און שטותים, אנטלויף פון דארט און זיך דיר א בעסער פלאץ ווי דו קענסט יא שטייגן און ערגעץ דערגרייכן! געדענק! שלא תמות כדרך שמת פלוני!!!