בלאט 1 פון 2

איך בין נישט כוכב, פעריאד

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:12 pm
דורך כוכב
אויף אייוועלט האט זיך איינער געעפענט א ניק מיט'ן נאמען כוכב, וויל איך דא מודיע זיין איינמאל פאר אלעמאל קליפ און קלאר בשער בת רבים אז דאס איז נישט מיר, נישט אפיליאירט מיט מיר אויף סיי וועלכע אופן און ניטאמאל ווייס איך ווער דאס איז.
דערביי וויל איך אויסדרוקן מיין מחאה עצומה וצעקה אויף די עוולה נוראה פון זיך פאררופן אויף מיין נאמען, איך האב נישט קיין זעקס מיליון דאלער צו צאלן פאר זלמן גרויז צו רופן צו דין תורה, אבער עס איז שוין היינט ברייט באקאנט אז נוצן יענעםס ברענד איז אן עולה הן בדיני תורה ולהבדיל בדיני דמלכותא דינא.
און געוויס איז מיין טיפסטע אנטריסונג פאר'ן בעל דברים אליין, ווער מיינסטו דו ביזט, האסט דיך נישט געטראפן בעסער וויאזוי זיך צו פאררופן נאר אויפן געערטן און פרעסטיזשפולן נאמען כוכב, מארגן וועסטו זיך נאך איינרעדן דו ביזט ראקעפעלער אליין און טיילן טשעקס אין פארק .
לדעתי טוט די ארטיגע באהערדע אן עוולה מיט'ן ערלויבן קאפירטע נעמען א שטייגער ווי כוכב און [tag]לעיקוואד[/tag]. ווער סאיז באקאנט מיט די הויכע פענסטער בעט איך פערזענליך זאלסט שטתדלן לטובתי און זיך אננעמען פאר מיין כבוד וואס ווערט אזוי ביליגערהייט פארשוועכט, און אויב איז אמת די אפריל פולס (אומגעלונגענע) וויץ אז באריסטא איז גאר געלעגער, בעט איך אייך טייערער געלעגער באריסטא איר זאלט דעם כוכבן אויסשפארן לחרפה ולדראון עולם גארנישט ווייניגער ווי איינער וואלט זיך דערוואגט אנצורופן די צוויי טעגלאש ברודער ביים שם המופרש, אה... און זאל.... הס מלהזכיר.

ובזה יצאתי ידי חובת מחאה ועל זה באתי על החותם
כוכב האמיתי בלי שום איזה שם ליווי

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:20 pm
דורך רויטע וואנצעס
יענער איז נישט קיין כוכב, ער איז א קאמעט מיט א לאנגע שוואנץ.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:23 pm
דורך ישמעאל הכהן
ס'איז א חלק פון די אייזענע טעמישע בת היענה סטראטעגיע ווי ק"ש עקזיסטירט נישט, ממילא איז דאך זייער כוכב דער ערשטער כוכב. נישט צוצולאזן נאכמאכן אונזערע ניקס איז אן הודעה אז קש עקזיסט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:29 pm
דורך אפטעמיסט
אוי דו לץ :lol:

למעשה ביסטו דער תובע. איך ווידער בין א נתבע, און איך בין אין פעקל מיט א לאו סאוט פון שווערע מיליאנען פאר'ן גנב'ענען דעם ניק אפטעמיסט פון א יעניגער בשם "אפטימיסט" אויף וויי וועלט. כ'וועל טאקע ניצען דעם געלעגנהייט צו באשטעטיגען פאר די רעקארד אז אני הקטן בין נישט יענעם, און די כת הנודניקים זאלן ביטע אויפהערן שיקן אישי'ס פרעגן צי איך בין יענער. בשעתו, ווען כ'האב געעפענט מיין ניק האב איך נישט געוויסט אז אזא ניק איז פארהאן אויף יענע וועב-זייטל און כ'וועל ענדערש באצאלן די נישטיגע פאר מעלאנעס ווי בייטן דעם נאמען פון מיין יעצטיגער ניק וואס איז שמו הטוב הולך לפניו.

דאס איז חוץ פון דעם וואס מיר האט מען א נאמען געגעבן אפטעמיסט בשעת וואס יענער רופט זיך אפטימיסט. בכלל, אויב עפעס, זאל יענער מיר באצאלען פארן פראמאוטן זיין ניק און אים געבן פעים.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:38 pm
דורך שעפטל
אוי מי יתן והי' און איינער איז זיך מרחם אויף מיר..

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 6:40 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב דאס אויך געהאט מיט קרעטשמע. נאכ'ן אים צופיקסען.... האבן זיי עס מסדר געוועהן

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 7:25 pm
דורך כוכב
אגב, דער כוכב דארט האט געעפענט א ניק צו פארטיידיגן די אנפירער פון די אונטערן פלעי.
לויט ווי ס'ליינט זיך ארויס פון צווישן די תגובות דארט איז ביים שפיל געווען א שיף אן א רודער און הונדערטער באטייליגער זענען אהיים געגאנגען מיט א זויערן טעם אין מויל.
דער טיפוש כוכב פרובירט צו פארענטפערן מיט זינלאזע תירוצים דער איז שולדיג יענער איז שולדיג וואס דאס דערמאנט מיר א מעשה (בערל בעל עגלה אלערט).
געווען אן אלטער מקוה איד וואס האט ארויסגעהאנגען א צעטיל אז היות ס'קומט דריי טעג יו'ט און די מקוה קען נישט צושטעלן אזויפיל האנטוכער בעט ער אז צום דריטן טאג זאל מען געדענקען מיט צו ברענגען א האנטוך.
פון דער זייט האט ער צו געשריבן: און מיט קיין תירוצים קען מען זיך נישט אפווישן.
פארשטייסטו מיר מיסטער נייהויז, האסט צוזאמגערופן די גאנצע שטאט, געשינדעט די הויט גענומען גראב געלט פאר טיקעטס, אז דער עולם גייט אהיים אנגעדוסט ביזטו א לוזער, קענסט האבן די בעסטע תירוצים אויף דער וועלט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 7:32 pm
דורך רויטע וואנצעס
ענדליך, האבן א מאדנע נאמען האט זיך אויסגעצאלט, נישטא קיין משיגי גבול.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 7:32 pm
דורך איך אויך
ווי פלעגט א באבע זאגן? אימער (ויש גורסים נימער) קיין ערגערס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 7:41 pm
דורך קאווע טרינקער
קיין פארגלייך, דו ביסט פון די כוכבי בוקר; ס'אנדערע איז פון די כוכבי לילה.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 9:22 pm
דורך shem-tov
די חברה זענען נאר ביזי זיך צו רייצן. אגב האב איך א פאני פילינג אז אלע תגובות דארטן ווערט געשריבן דורך די זעלבע מענטש היא מותיב והוא מפרק, אלעס גייט מיט אזא פערדערישע יוי כבין דיך אזוי מקנא, אוי דאס אוי יענץ שטותים מיט הבלים. נאכדעם שרייבט ער נאך ער וויל מיט ק"ש גארנישט האבן. הער אויף צוגאנבענען אונזער כוכב און מיר קוקען נישט אויף דיין זייט. א באנדע צבועים. פלוצלינג האקן זיי אויף דער איד און דער בלאט. ווען ק"ש וואלט דאס געשריבן וואלטן זיי שוין מסביר געווען אז מיר ליגן פארטאן אין די אינטערנעט און פארשטייען נישט די חשיבות פון די היימישע אויסגאבעס. סקומט צו ברעכען פון זייערע קוקי קאטער תגובות. העווינג סעד אל דעט. איז אביסל מער לעבעדיג דארטן און דאס ברויכען מיר טרייען נאכצומאכן. די שוטים זיצן אויפן נעט און מאכן זיך הייליג. עני באדי פאלאוינג מי

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:02 am
דורך דולה ומשקה
קאווע טרינקער האט געשריבן:קיין פארגלייך, דו ביסט פון די כוכבי בוקר; ס'אנדערע איז פון די כוכבי לילה.


א חוצפה און עזות דאס, דארף איך יעצט ווארטן 9 יאר וואס דער שלשה רועי בקר וועלן פסק'ענען?
מ'דארף שוין יעצט צווינגען יענעם צו צולייגען א שם ליווי, איין מינוט כ'דארף וויסן וואס פאר א מלבוש טראגט אונזער כוכב.
איז דאס יענעמ'ס הכרת הטוב פאר איהם צו שטעלן די סוכות אראומעס?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:48 am
דורך פישלע העררינג
[tag]כוכב[/tag],
[justify]דער פראבלעם איז מעגליך נישט אזוי ווייט דער עצם פלעי, נאר אז עס איז אדווערטייזד געווארן סיי פאר קינדער און סיי פאר יונגעלייט. מה שקארני לזה הוא פאני לזה, ומה שפלאפ לזה הוא חד-עשר לזה. אויב איז עס קינדעריש גייען די קינדער אהיים העפפי, און אויב איז עס טאטעריש גייען די טאטעס אהיים אן עי היי. ואי אפשר לצאת ידי שניהם, ובזה טעו.[/justify]

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:01 am
דורך כוכב
די פראבלעמען זענען געווען איבער לאגיסטיקס, די זאל איז געווען ביטער הייס, מ'האט אנגעהויבן דעם שפיל ווען הונדערטער זענען נאך געווען אינדרויסן, פרויען האבן געזיגלט יעדנס האנט מיט א סטעמפ מיט דעם סימבל פון המפואר (א חוצפא און אן עזות, סיי אז ס'איז געווען פרויען, און בכלל דאס גאנצע אנזיגלען מיט אן אדווערטייזמענט). איבער דעם עצם פלעי זענען סיי די גרויסע און סיי די קליינעעפ"י רוב געווען צופרידן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:19 am
דורך געפילטע פיש
די נגיעה איז געווען בדרך חיבה?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:41 pm
דורך כוכב
איך רעד נישט להלכה, כ'האלט סאיז אן אומיושר זיך נישט צו רעכענען מיטן סענסיוויטעט פון א ציבור וואס איז אין גרויס טייל מקפיד ניטאמאל איבערצוגעבן אין די האנט פון א פרוי, און געוויס נישט זיך צו לאזן בארירן דורך א פרוי. דעריבער איז עס לדעתי אן עוולה צוצולאזן פרויען זוגלען די הענט פון מענער, בחורים און יונגלעך.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:32 pm
דורך Ben-Shishim
כוכב האט געשריבן:איך רעד נישט להלכה, כ'האלט סאיז אן אומיושר זיך נישט צו רעכענען מיטן סענסיוויטעט פון א ציבור וואס איז אין גרויס טייל מקפיד ניטאמאל איבערצוגעבן אין די האנט פון א פרוי, און געוויס נישט זיך צו לאזן בארירן דורך א פרוי. דעריבער איז עס לדעתי אן עוולה צוצולאזן פרויען זוגלען די הענט פון מענער, בחורים און יונגלעך.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:54 pm
דורך zurich
כוכב האט געשריבן:איך רעד נישט להלכה, כ'האלט סאיז אן אומיושר זיך נישט צו רעכענען מיטן סענסיוויטעט פון א ציבור וואס איז אין גרויס טייל מקפיד ניטאמאל איבערצוגעבן אין די האנט פון א פרוי, און געוויס נישט זיך צו לאזן בארירן דורך א פרוי. דעריבער איז עס לדעתי אן עוולה צוצולאזן פרויען זוגלען די הענט פון מענער, בחורים און יונגלעך.

יעצט קיקט אויס ווי כוכב פון איי וועלט רעדט ;) :roll:

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:56 pm
דורך כוכב
נישט אזא וויכטיגע תגובה זאלסט פארדעם דארפן אפירקראצן דיין ציריכער ניק.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 4:59 pm
דורך ברסלבער
ומכאן מודעי אז עס לוינט זיך צו מאכן דעם זעלבן ניק אין די אנדערע פארומ'ס, אפילו נישט אויף צום נוצן נאר צו היטן דעם נאמען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 6:41 pm
דורך אחד העם
סאיז באקאנט אז ווען צוויי כוכבים שטויסען זיך צוזאם איז עס א קאטעסראפע, און אויך גאר גאר זעלטען...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:19 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:קיין פארגלייך, דו ביסט פון די כוכבי בוקר; ס'אנדערע איז פון די כוכבי לילה.

אבער וועלכע זעהט מען בעסער?!....!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:33 pm
דורך לעיקוואד
אויף אזוינע פראבלעמען זאגט דאך שוין תוספות תרי רב אחא הוי, הכי נמי תרי לעיקוואד הוי, תרי כוכב הוי.