בלאט 1 פון 2

איך זוך א חברותא

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:34 pm
דורך [NAMELESS]
איך וואונדער זיך שוין פונלאנג די סיבה פארוואס דווקא פון אזא וויכטיגע נושא רעדט מען אזוי ווייניג, ביי א נושא וואס חז''ל זאגט או חברותא או מיתותא וואס א תנא האט דאס טאקע מקיים געווען נאכן זיך אויף וועקן פון א 70 יעריגע דרימל און די נייע דור וועלכע האבן עם שוין נישט געקענט (פארשטייט איר שוין פארוואס ס'איז אזוי נייטיג די בילדער מאגאזינען פאר די רבנים..) האבן זיך נישט געקערט איבער עם, האט ער א תפילה געטוהן צו השם אז ער זאל עם באגנאדיגן מיטן טויט און גאט האט עם פארשטאנען און טאקע געגעבן די טויט,

אפילו ביי שידוכים וואס קערט זיך א וועלט פון 40 דעיס פרק שירה תילים חצות כולל וכו' נישט נאר אז עס שטייט נישט או אשותא או מיתותא נאר צומאל געפונט מען די מוצא אני את האשה מר ממוות...

דעריבער עפען איך די אשכול פאר די וואס זיכען א חברותא אפשר וועט פון דא קומען די ישועה,
וויאזוי עס וועט צוגיין יעדער וויזוי ער איז באקוועם אז איינער האט נישט קיין פראבלעם ארויפצושטעלן זיין רעזימעי אין פאבליק איז אקעי אבער מען קען סתם מעלדן אז מען זוכט א חברותא אין די מקצוע אין די צייט און די געגענט און פאר מער אין אישי און אויב סקוקט אויס אינטערעסאנט גייט מען ארויס זיך דעיטן און שוין יא יא נישט נישט און צומאל קען מען אפילו טרעפען חיי שעה אין פאל סשטימט נישט אינגאנצען אבער פאר א זמן צוויי קען עס זיין אינטערעסאנט,

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:41 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי וועל איך אנפאנגען איך זיך א חברותא פאר פארמיטאג אין די ברוקלינע געגענט לכתחילה אין גפ''ת מעג זיין א למדן באט נישט קיין קריכער זיך האלטן צום פשט עקסעפטן וואס יענער זאגט אפי' ס'רעדט נישט צו דיר זיין אפען צו מיר אויב סבאדערט עפעס און פארשטייט זיך פארשטיין וואס מען רעדט, פאר מער אין אישי נאר ווער עס איז ערנסט איטערעסירט
תודה

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:37 pm
דורך דריידל
איך זעה אז ידידנו רב עמעזאן האט אריינגעשטעלט דעם אשכול אין תורה און מחשבה אפטיילונג אנשטאטס אין אחיעזר. מיינט דאס אז אויב זיך איך א חברותא פאר סטראטיגא אדער שאך קען איך עס נישט דא מעלדן?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:49 pm
דורך [NAMELESS]
@דריידל איך מיין אז סיי וועלכע חברותאשאפט וואס גייט אריין אינעם או חברותא או מיתותא טרעפט זיך די מקום אין תורה אדער מחשבה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 8:18 pm
דורך [NAMELESS]
צוריק ארויפגעברענגט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:21 pm
דורך ארבעס
אין וויאזוי געט מיט זיך א עצה משום גילוי?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 6:58 pm
דורך [NAMELESS]
ארבעס האט געשריבן:אין וויאזוי געט מיט זיך א עצה משום גילוי?

יא ס'איז א פראבלעם אני כשלעצמי האב שוין מוותר געווען אויף די פראבלעם פארשטייט זיך נאכן שמועסן אביסל און ער סאונט היבש סטאביל וואלט איך גענומען די ריסק,

אבער כ'פארשטיי אז די עולם מער ווייניגער האט יא די פראבלעם איז אפשר כדאי עס זאל גיין דורך אימעיל,

אקעי שכוח @ארבעס פארן אויפברענגען די פראבלעם

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:11 pm
דורך [NAMELESS]
אקעי אלס דעם גילוי פראבלעם האבן מיר צו געשטעלט א אימעיל אדרעס,

ווער עס זיכט א חברותא קען זיך מעלדן צו. chavrusahelp@gmail.com

[center]תודה. וועד דחברותא העלפ[/center]

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:29 pm
דורך ארבעס
איך זיך א חברותא.
איך גלייך צי לערנען מיט הבנה. לומדות. קלאר. אויך וויל איך לערנען א בלאט אין א שעה בערך.
איך זיך שוין לאנג א חברותא צי מיין געשמאק.
כ,האב שוין אפילו געקלערט אז צי צייט מקיים זיין ״קנה לך חבר״

איך זוך א נאכט חברותא

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 9:34 pm
דורך [NAMELESS]
איך זוך א חברותא פאר די נאכט שעות לכתחילה מס' יומא, און אז עס וועט קליקען אויך א שפאציר יעדע נאכט ארום די ברוקלינע גאסן

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 9:41 pm
דורך ירח בן יומו
עמעזאן האט געשריבן: און אז עס וועט קליקען אויך א שפאציר יעדע נאכט ארום די ברוקלינע גאסן

און וואס נאך? ליל שישי טשולענט, ביר, לאמיר הערן דיינע השגות.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 10:14 pm
דורך קאצקע ציקער
עמעזאן האט געשריבן:איך זוך א חברותא פאר די נאכט שעות לכתחילה מס' יומא, און אז עס וועט קליקען אויך א שפאציר יעדע נאכט ארום די ברוקלינע גאסן

Wow ביסט גרייט פאר א גילו?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:34 pm
דורך דריידל
געגאנגען

זאגט די הייליגע משנה: שבעת ימים קודם יום הכיפורים......

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:38 pm
דורך ירח בן יומו
דריידל האט געשריבן:געגאנגען

זאגט די הייליגע משנה: שבעת ימים קודם יום הכיפורים......

געגאנגען............... ווי פארברענגט מען היינט?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 15, 2015 11:45 pm
דורך לא להנאת גופי
וואס מוט א קאר האסטו??..

-------------------
איך זיך א ביזנעס חברותא. זיך איינער דער צוויטער ארויסהעלפן מוט איידיעס קאנטעקטס וכו'. עניבאדי??

נשלח: פרייטאג יאנואר 16, 2015 12:26 am
דורך [NAMELESS]
קאצקע ציקער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:איך זוך א חברותא פאר די נאכט שעות לכתחילה מס' יומא, און אז עס וועט קליקען אויך א שפאציר יעדע נאכט ארום די ברוקלינע גאסן

Wow ביסט גרייט פאר א גילו?

ולא הביישן למד....

Re: איך זוך א חברותא

נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 4:07 pm
דורך טמיר
איך זיך א חברותא אויפן טעלעפאן אהן א באשטימטע צייט. נאר ווען עס מאכט זיך אן איבריגע שעה פאר ביידע

נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 4:16 pm
דורך סמבטיון
איך זוך א חברותא צו לערנען עני מוסר ספר פאר צען מעניט א טאג

נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 4:23 pm
דורך [NAMELESS]
וועלכע ספר? ברית כהונת עולם איז אקעי?

נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 4:31 pm
דורך סמבטיון
מסילת ישרים/אורחת צדיקים/פלא יועץ וכדו' נישט עפעס טיעף א סימפעל מוסר ספר

Re: איך זוך א חברותא

נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 4:36 pm
דורך טמיר
לדעתי קומט א מוסר ספר צו לערנען אליין. מען דארף אריינקריכן אין די אייגענע מחשבות

נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 4:37 pm
דורך אפשר
איך זיך א חברותא צו לערנען א יעדע נאכט אין די ברוקלין עריע, עס קען זיין סיי וועלעכע סדר פון א קהילה, די עיקר איז מיט א סדר וואס מען דארף יעדן טאג אנקומען. אויך זונטאג ווען מען ארבעט נישט זאל מען קענען אנטלויפן אין ביה"ד פאר אפאר שעה.
נאכן לערנען שמועסן אפאר מינוט, נישט פלעין אהיימלויפן.

נשלח: זונטאג מאי 22, 2016 4:41 pm
דורך סמבטיון
אליין האב איך שוין געלערנט געניג.., יעצט איז צייט צו טרעפן א חברותא, גיימער לערנען אדער יא?