בלאט 1 פון 7
ראבינאוויטש אקעגן סמארטפאונס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 10:44 pm
דורך יתרו
ס'דרייט זיך לעצטענס ארום איינער ראבינאוויטש ער גייט ארום פון מנין צו מנין און אלע בתי מדרשים און ער האלט פייערדיגע דרשות אקעגן סעלל פאונס. ער איז משוגע לאותו דבר. אין זיין פיליזאפיע טאר מען נישט האבן קיין סמארט פאון אפילו לצורך פרנסה. ער איז זייער א דינאמישער רעדנער, ער האט אויך א סענס אויף יומער, ער זאגט איבער שיינע געדאנקען און מענטשן שטייען אדער פארגאפט אדער לאכט מען אין די פויסטן. ווען איך הער אים רעדן טראכט איך אייביג הלואי איך האב דעם קוראזש זיך אויפצושטעלן און זאגן אן אפשלאג דרשה כדבעי, זאלן די קעלבערלך וויסן אז עס איז דא א צווייטע צד. אבער איך האב קינדער אין די מוסדות זיץ איך איינגעפאקט ווי יונה אין דער לויתן.
ווער עס האט א קליפ איז געבעטן ארויף צו לייגן אז כהעל האבן נערווען וועל איך נאכשרייבן זיינען דברי חכמה ופיקחות.
ווער עס ווייסט וואס די מעשה איז מיט אים, וואס האט אים אנגעפאקט צו ווערן ירמיהו הנביא בימינו זאל אונז מיטיילן. אפשר איז ער מאלעסטעד געווארן? ווער ווייסט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:05 pm
דורך יתרו
היינט איז ער געווען אין א בית מדרש ווי איינער האט אים פארגעהאלטן ברבים אז היות רוב עולם האט נישט קיין סמארט פאונס זאל ער מער רעדן איבער אקטואלע טעמעס א שטייגער ווי די געפערליכע עולה אז אינגעלייט שטיין נאקעט אין די שאוערס אין מקוה אין מען רעדט דברים בטלים פאר א האלבע שעה אן קיין בושה. דער ראבינאוויטש האט אים גענטפערט אז דאס אלעס קומט פון די סעלל פאונס.
יחי השגעון.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:09 pm
דורך ברעט מענינג
סקולענער רבי גייט מאכן א כינוס פארן שטיין און שויער'ס און שמיסען!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:11 pm
דורך יתרו
ער זאגט אז דער אייבישטער וועט זאגן א אינגערמאן: זיי מקריב דיינע צוויי קינדער פאר א קרבן עולה, וועט ער זאגן, שוין, וואס קען מען טוען אז דער אייבישטער הייסט מוז מען, און ער וועט זיי מקריב זיין. נאכדעם אז דער אייבישטער וועט אים הייסן יעצט זיי מקריב דיין סמארט פאון, ווער ער ענטפערן: רבונו של עולם, עד כאן! דאס קען איך שוין נישט! אז די ווילסט וועל איך דיר מקריב זיין א דריטע קינד.. אבער נישט די סעלל פאון.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:18 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט וואס דו פארפיערסט גראדע רעדט ער דברים של טעם אביסל עקסטרעים באט די פאוינט איז אמת, צו ער טוט אויף מן הסתם עפעס זיכער צו פארדעם מעג ער איבערדרייען א ביהמד''ר ווייס איך נישט,
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:19 pm
דורך יתרו
ער זאגט אז איין ראיה אסורה איז נישט ווערט די גאנצע פרנסה. ממילא קומט אויס אז איינער קען נישט אויסקומען מיט זיין פרנסה אן אינטערנעט זאל ער אויפגעבן די פרנסה ווייל חז"ל זאגן אז אין הברכה שרויה אין א עסק וואס האט א נדנוד עבירה, און ווער עס איז מפקפק אויף חז"ל איז א כופר. ער לייגט צו אז דאס איז די סבה וואס דער עולם זעצט אן גרויסע געלטער און מען האט נישט קיין פרנסות, אלעס איז וועגן מען באנוצט זיך מיט אינטערנעט וואס סאיז כמעט אוממעגליך ניצול צו ווערן פון א ראיה אסורה.
אויף די פראגע פון איינע פון די מתפללים ווי קען זיין אז דער רבי זכיתו יגון עלינו האט געלאזט גיין ארבעטן אין מאנטהעטן? ענטפערט ער אז דאס איז אן אריכות און ער פארענטפערט עס אויף די טעיפ וואס ער טיילט בחנם, א בחינה ווי הוא מותיב ליה והוא מפרק ליה. נעבעך איז דאס ווארט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:21 pm
דורך יתרו
עמעזאן האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו פארפיערסט גראדע רעדט ער דברים של טעם אביסל עקסטרעים באט די פאוינט איז אמת, צו ער טוט אויף מן הסתם עפעס זיכער צו פארדעם מעג ער איבערדרייען א ביהמד''ר ווייס איך נישט,
וועלכע פוינט? אז מען טאר נישט האבן קיין סמארט פאון און אינטערנעיט לצורך פרנסה?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:23 pm
דורך יתרו
ער זאגט אז נייציג פראצענט פון די אלע וואס האבן סמארט פאונס זענען גוים למחצה ולשליש ולרביע.
די איבעריגע צען פראצענט? זיי זענען גוים גמורים...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:26 pm
דורך שמעקעדיג
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:27 pm
דורך יתרו
ער איז גאנץ א געריבענער, ער קען נישט האלטן קיין דרשות א קעגן אינטערנעיט לצורך פרנסה ווייל סוף כל סוף האבן די רבנים עס מתיר געווען. וואס טוט ער? ער פאקעסט זיין דרשה א קעגן סמארט פאונס (לצורך פרנסה) וואס דאס איז נישט קיין סתירה צום פסק פון די רבנים אין בתוך הדברים מאכט ער עס איין קוגעל מיט סתם אינטערנעט אפילו אויפן קאמפויטער.
ווער האט געזאגט אז טאליבאנער זענען נישט קיין געריבענע?
א גוטע נאכט טייערע אידן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:35 pm
דורך [NAMELESS]
יתרו האט געשריבן:עמעזאן האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס דו פארפיערסט גראדע רעדט ער דברים של טעם אביסל עקסטרעים באט די פאוינט איז אמת, צו ער טוט אויף מן הסתם עפעס זיכער צו פארדעם מעג ער איבערדרייען א ביהמד''ר ווייס איך נישט,
וועלכע פוינט? אז מען טאר נישט האבן קיין סמארט פאון און אינטערנעיט לצורך פרנסה?
רבי לעבן דו ווייסט אויך אז דאס איז נישט זיין פאוינט יא ער רעדט דערפון אבער דאס איז נישט זיין פאינט ער מיינט בעיקר די עדיקשען וואס מענטשען האבן צו די פוין, ער זאגט טאקר ווילדע גוזמאות אבער אלעס האט א פאוינט לדוגמה דאס וואס ער זאגט וועגן גוי כוונתו גוישע השקפות ארעי ס'איז נאך אלס עקסטרעים באט סדארף א תיקון
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:39 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
שרייט ווי א טיפוש, כ'גלייב נישט קיין אייינס פון די פארנאטישע מעשות,
קוקט ארום אויפן עולם בשעת ער רעדט רוב עולם לאכט עיהם אויס, קיינער נעמט נישט אן אלץ א ערענצטע נארמאלע מענטש
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:48 pm
דורך Samkoton
לויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:55 pm
דורך berlbalaguleh
Samkoton האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס
היינו דאמרי אינשי: "א משוגע'נער מיט געלט איז זייער שטארק מסוכן". א יעדער איינער האט משוגעת'ן. נאר מ'האט נישט קיין געלט אדורכצופיהרן די משוגעת'ן. אבער א משוגע'נער וואס האט נאך געלט אויך, קען אדורכפיהרן אלע זיינע משוגעת'ן. וואס, און ווען ס'כאפט איהם אן א נערוו.
איך אליינס קען איינעם א געזונטן משוגע'נעם וואס איז נאך אן עושר אויכעט דערצו. מ'רופט עים אן בלשון נקיה אן "עקסטרעמיסט". דער בראך איז דאפלט. ווייל ער איז נאך אין חינוך אויך. און ער האט שוין גורם געוועין א סאך בחורים זאללן ווערן או.טי.די.'ס...
נשלח: דינסטאג אקטאבער 21, 2014 11:56 pm
דורך איחוד פעלד
Samkoton האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס
דאס איז לכאורה אן עוולה, ווייל ער מאכט פרנסה דורך די אינטערנעט....
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:46 am
דורך הדד בן בדד
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:50 am
דורך [NAMELESS]
נאך איין מזל האב איך אז איך האב אינטרנט וי אזוי ווען נישט די אינטרנט וואלט איך געוויסט צו זאגען פון ראבינאוויטש וואס האקט אויפן אינטרנט?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:12 am
דורך לית דין בר נש
יתרו האט געשריבן:ווען איך הער אים רעדן טראכט איך אייביג הלואי איך האב דעם קוראזש זיך אויפצושטעלן און זאגן אן אפשלאג דרשה כדבעי,
נא go ahead דא קענסטו אפזאגן דיין גאנצע דרשה קיינער גייט נישט ווארפן דיינע קינדער פון די מוסדות
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:27 am
דורך געפילטע פיש
Samkoton האט געשריבן:לויט ווי איך האב געהערט איז ער א באצאלטע רעדנער, ער האט אן אנאנימעס ספאנסאר וואס צאלט אים פארן געבן די דרשות ווי אויך איז יענער מנדב די פרי סי די'ס
פאסט פאר הערשל שרייבער.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 8:38 am
דורך איחוד פעלד
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 8:42 am
דורך ארבעס
ארבעטן אין מענהעטען איז ערגער. גיין אין סאבוועי איז ערגער.
נישט גיין פיהר אינטשעס פירט אהן מער מענער ווי סעלפאוין
נשלח: זונטאג נאוועמבער 30, 2014 10:43 pm
דורך [NAMELESS]
והנה אין נון...... ווידער מיט זיין ליצנות פון מיין באליבטע סעל.
m.youtube.com/watch?v=Yu4OqFuz04E
שאול יצחק ראבינאוויטש אין סאטמאר 53
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 01, 2014 11:24 am
דורך היסטאריקער