בלאט 1 פון 2

כל האומר קלינטאן חטא אינו אלא טועה

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:46 am
דורך יאיר
די קלינטאן פרעזידענטליכע לייברערי האט פארעפנטליכט א מכתב קודש אין וועלכן בתש"ק הרבנית שושנה העשל תליט"א איז מברר אז קלינטאן האט קיינמאל נישט געזינדיגט לויט די אידישע הלכה.
די רבנית, הקרואה מכונה שושנה/סוזען, וועלכע דינט אלס פראפעסארין פון אידישע שטודיעס און איז א טאכטער פון הרה"ק איש האלקים מרן ר' אברהם יהושע העשל השני זצוק"ל, שרייבט אין דעם דעמאלטדיגן בריוו, דאטירט צו יוני 99', ווען עס איז נתגלה געווארן קלונו של ביל ברבים אז דער אחד העם האט שוכב געווען מיט מס. מנוחה לעווינסקי, אז לויט די געזעצן פון דעם תלמוד האט דער נשיא ירום הודו נישט עובר געווען אויף איסור זנות, וויבאלד ער האט בסך הכל מפתה געווען א יפת תואר וועלכע איז בעת ההוא געווען א נערה אשר לא מאורסה היא.
"ערגסטנס האט דער נשיא עובר געווען אויפ'ן איסור פון מעשה אוננות, אן עבירה וואס פלאגט לכאורה דאס געוויסן פון רוב אידישע מענער." ליינט זיך דער בריוו.
לויט ווי עס איז משמע האט די תלמידה חכמה מכריע געווען דלא כשיטת התוס' (סנהדרין נט) אז בני נח זענען נישט מצווה אויף הוצאת זרע לבטלה. אזוי אויך זעט אויס אז זי האט אנגענומען דעת הבית שמואל (אבהע"ז סי' כ"ג) אז דער חטא הידוע איז גרינגער ווי איסור אשת איש און נדה, דלא כדמשמע בשיטת רביה"ק מסאטמאר זי"ע וגווארדיאתיה.
אגב, דער תשובה דערמאנט נישט קיין ווארט איבער איסור נשג"ז. ווי עס זעט אויס איז הרבנית תליט"א, טראץ אירע וואונדערבארע כשרונות, נישט באהאוונט אין אלע מקצועות התורה.
"פון דעם פערספעקטיוו פון אידישע היסטאריע דארפן מיר פרעגן, ווי קענען אידן פארדאמען פרעזידענט קלינטאן'ס אויפפירונג אלס אוממאראליש, בעת מיר רימען אויס דוד המלך?" טענה'ט די מלומדת, ווייזנדיג איר ברייטע בקיאות אין תנ"ך. "דוד המלך האט פארארדנט צו אומברענגען בת שבע'ס מאן, אוריה. בעת דוד המלך איז געווארן פארדאמט און באשטראפט, איז ער קיינמאל נישט געווארן אראפגעווארפן פון דעם שטול. אדרבה, ער ווערט אויסגערימט אלס דער פאראייניגער פון עם ישראל."
א שטארקע טענה.
אויב איר האט ראיות להיפך, זייט בונה וסותר כדרכה של תורה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:47 am
דורך לעיקוואד
הרבנית מקאפישניץ נעמט אביסל צוריק און איז זיך מסביר
http://www.thejewishweek.com/editorial- ... w-rebuttal

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:50 am
דורך לעיקוואד
אין א רילעיטעד נקודה, האט מרת מנוחה לעצטנס געשריבען א לענגערע ארטיקל פארדאמענדיג די כת מספרי לשון הרע וועלכע האבען זיך אזוי פארסמאקועט מיט יעדער דעטאל פון די נארישקייטן וואס זי האט פארבראכט מיט'ן נשיא הדור.
http://www.vanityfair.com/online/daily/ ... sky-speaks

און האט די וואך אויפגעטראטען מיט א נייע קאמפיין אויסצוראטען סייבער בוליינג, פון וואס זי שטעלט זיך פאר אלץ דער ערשטער וויקטים http://youtu.be/Xy7icJSTjL8

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 12:59 am
דורך יאיר
לעיקוואד האט געשריבן:הרבנית מקאפישניץ נעמט אביסל צוריק און איז זיך מסביר
http://www.thejewishweek.com/editorial- ... w-rebuttal

בקיצור נמרץ זאגט זי אז אין די פארטיידיגונג פון פרעזידענט קלינטאן איז בשעתו געווען סמוי א גילוי דעת וואס איז עומד געווען להתגלות זעכצן יאר שפעטער אז ארטאדאקסיע דארף מבטל זיין די הלכות וואס זענען קעגן פרויען רעכטן. א פיינע בת מצוה פשט'ל.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:23 am
דורך אחד העם
יאיר האט געשריבן:די קלינטאן פרעזידענטליכע לייברערי האט פארעפנטליכט א מכתב קודש אין וועלכן בתש"ק הרבנית שושנה העשל תליט"א איז מברר אז קלינטאן האט קיינמאל נישט געזינדיגט לויט די אידישע הלכה.
די רבנית, הקרואה מכונה שושנה/סוזען, וועלכע דינט אלס פראפעסארין פון אידישע שטודיעס און איז א טאכטער פון הרה"ק איש האלקים מרן ר' אברהם יהושע העשל השני זצוק"ל, שרייבט אין דעם דעמאלטדיגן בריוו, דאטירט צו יוני 99', ווען עס איז נתגלה געווארן קלונו של ביל ברבים אז דער אחד העם האט שוכב געווען מיט מס. מנוחה לעווינסקי, אז לויט די געזעצן פון דעם תלמוד האט דער נשיא ירום הודו נישט עובר געווען אויף איסור זנות, וויבאלד ער האט בסך הכל מפתה געווען א יפת תואר וועלכע איז בעת ההוא געווען א נערה אשר לא מאורסה היא.
"ערגסטנס האט דער נשיא עובר געווען אויפ'ן איסור פון מעשה אוננות, אן עבירה וואס פלאגט לכאורה דאס געוויסן פון רוב אידישע מענער." ליינט זיך דער בריוו.


אזוי צו אזוי מיר ביסטו סתם אזוי חושד...ס'איז סתם אן אונטערגעווארפען פעקל...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:29 am
דורך מאטי
דאכט זיך אז דער חטא פון ירום הודו 'ווילהעלם ג'עפרעסאן' איז געווען דאס לייקענען די מעשה, מיטן זאגן: "איך האב 'קיינמאל-נישט' געהאט געשלעכטליכע באציאונגען מיט דאס מיידל מיסס לאווינסקי."
להבדיל אלף אלפי הבדלות דוד המלך האט גלייך מודה געווען צו נתן הנביא אז ער האט געזינדיגט (הגם דורך א משל וואס דוד האט נישט גלייך געכאפט אז ער טוט זיך זעלבסט-באשולדיגן - הוי! ווען ראש לימבא וואלט ווען געוואוסט פון דעם טריק)

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:24 am
דורך געפילטע פיש
יאיר האט געשריבן:אגב, דער תשובה דערמאנט נישט קיין ווארט איבער איסור נשג"ז. ווי עס זעט אויס איז הרבנית תליט"א, טראץ אירע וואונדערבארע כשרונות, נישט באהאוונט אין אלע מקצועות התורה.

די איסור גייט אן ווען ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין בעילה? סך הכל א בלאזעלע, ס'איז א מח' צו ס'הייסט בכלל דרך איברים.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:17 pm
דורך יתרו
כ'פארשטיי נישט ווי קומט אריין נשג"ז ער איז דרך א גוי און א בן נח. אויב גייט ביי אים אן נשג"ז טאר ער דאך נישט וויאוינען מיט הילערי.
פאר ווער עס ווייסט נישט נשג"ז איז די ראשי תיבות פון נדה שפחה גיוה זונה. מלכות בית חשמונים האבן גוזר געווען אז הבא על הנכרית עובר משום נשג"ז.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:23 pm
דורך יתרו
ווידעראום אויף נדה אליין איז ער נישט מצווה, בפרט אז רוב נשים בזמנינו אינן מרגישות און סגאנצע איז אן איסור מדרבנן וואס מען האט נישט גוזר געווען אויף קיין גוים .
ואולי קען מען דן זיין אויף איסור זונה. אבער זונה איז דאך נאר אלץ לא תהיה (קדש) וקדשה, נו, אויף דעם איז ער ווייטער נישט מצווה. ועוד אויב עס איז נאר באקראי קען מען דן זיין צו סגייט אריין אינעם כלל פון קדשה, וואס אויפן פשטות'דיגן זין פון ווארט מיינט א האאקער בדרך קבע.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:25 pm
דורך כוכב
וסת איז א דאורייתא אפילו בפשטות אפילו אן קיין הרגשה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:32 pm
דורך יתרו
איך רעד לדעת הרמב"ם הרשב"א הרמב"ן הטור השו"ע הש"ך והט"ז. ווער פונקליך דינגט זיך?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 1:37 pm
דורך שעפטל
מאטי האט געשריבן:דאכט זיך אז דער חטא פון ירום הודו 'ווילהעלם ג'עפרעסאן' איז געווען דאס לייקענען די מעשה, מיטן זאגן: "איך האב 'קיינמאל-נישט' געהאט געשלעכטליכע באציאונגען מיט דאס מיידל מיסס לאווינסקי."

בקיצור לויט דיר [tag]מאטי[/tag] קומט אויס, אז מ'האמער אנגענומען אז שבועת שוא איז נאך פילפאכיג ארגער ווי מוצא ז"ל זיין

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:17 pm
דורך יאיר
יתרו האט געשריבן:כ'פארשטיי נישט ווי קומט אריין נשג"ז ער איז דרך א גוי און א בן נח. אויב גייט ביי אים אן נשג"ז טאר ער דאך נישט וויאוינען מיט הילערי.
פאר ווער עס ווייסט נישט נשג"ז איז די ראשי תיבות פון נדה שפחה גיוה זונה. מלכות בית חשמונים האבן גוזר געווען אז הבא על הנכרית עובר משום נשג"ז.

עוד יש לומר אז מנוחה תחי' איז דאך א אידיש קינד. (וואס האט איר געמיינט, נאר נאבעל פרייז געווינער זענען אידן?)
דאס פארענטפערט אבער נישט פארוואס הרבנית הפוסקת תליט"א האט נישט געפינען פאר וויכטיג צו דערמאנען די וויכטיגע נושא, כאטש עס צו מצרף זיין אלס סניף, אפשר טרעפן א פארווארפענער פוסק יחיד וואס נעמט אן אז נשג"ז גייט אן אפילו ווען דער מאן איז א גוי און דאס מיידל איז א אידענע און מאכן א קים לי. עס איז קלאר אז הרבנית איז אינגאנצן נישט באהאוונט אין הלכות תשובה (מליצה בכונה).

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:23 pm
דורך יאיר
געפילטע פיש האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אגב, דער תשובה דערמאנט נישט קיין ווארט איבער איסור נשג"ז. ווי עס זעט אויס איז הרבנית תליט"א, טראץ אירע וואונדערבארע כשרונות, נישט באהאוונט אין אלע מקצועות התורה.

די איסור גייט אן ווען ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין בעילה? סך הכל א בלאזעלע, ס'איז א מח' צו ס'הייסט בכלל דרך איברים.

כֵּן דֶּרֶךְ אִשָּׁה מְנָאָפֶת, אָכְלָה וּמָחֲתָה פִיהָ; וְאָמְרָה, לֹא-פָעַלְתִּי אָוֶן.

לכאורה קען מען אבער ארויסדרינגען אז הרבנית תליט"א נעמט אן אז דאס הייסט יא א זנות, ווען נישט וואס דארף זי צוקומען צו די גאנצע סוגיא איבער אשת איש, ווען לא ידע ביאה ושיבה. אלא מאי מוז מען זאגן אז אדער נעמט זי אן להלכה אז מעשה חידודין שמו ביאה, אדער האלט זי אז דער בָּעַל דבר איז נישט נאמן.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:27 pm
דורך ישראל קאפקע
די אשכול גייט אין טענדעם מיט כל האומר דוד חטא?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:28 pm
דורך יאיר
מאטי האט געשריבן:דאכט זיך אז דער חטא פון ירום הודו 'ווילהעלם ג'עפרעסאן' איז געווען דאס לייקענען די מעשה, מיטן זאגן: "איך האב 'קיינמאל-נישט' געהאט געשלעכטליכע באציאונגען מיט דאס מיידל מיסס לאווינסקי."
להבדיל אלף אלפי הבדלות דוד המלך האט גלייך מודה געווען צו נתן הנביא אז ער האט געזינדיגט (הגם דורך א משל וואס דוד האט נישט גלייך געכאפט אז ער טוט זיך זעלבסט-באשולדיגן - הוי! ווען ראש לימבא וואלט ווען געוואוסט פון דעם טריק)

א גרויסע קונץ. ווען קלינטאן וואלט געהאט א הוה אמינא אז מיט'ן אנטון א זאק פאר א טאג וועט מען אים אלעס מוחל זיין וואלט ער זיך אויפ'ן פלאץ מודה געווען און געשלאפן מיט נאך זיבעציג בתולות.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:30 pm
דורך יאיר
געפילטע פיש האט געשריבן:
יאיר האט געשריבן:אגב, דער תשובה דערמאנט נישט קיין ווארט איבער איסור נשג"ז. ווי עס זעט אויס איז הרבנית תליט"א, טראץ אירע וואונדערבארע כשרונות, נישט באהאוונט אין אלע מקצועות התורה.

די איסור גייט אן ווען ס'איז קיינמאל נישט געווען קיין בעילה? סך הכל א בלאזעלע, ס'איז א מח' צו ס'הייסט בכלל דרך איברים.

לפי דבריך האב איך מחדש געווען א פרישע מאמר חז"ל: כל האומר קלינטאן חטא אינו אלא טועה בדבר מצוה.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:36 pm
דורך יאיר
ישראל קאפקע האט געשריבן:די אשכול גייט אין טענדעם מיט כל האומר דוד חטא?

וואס זענען די צדדים לכאן ולכאן?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:39 pm
דורך ישראל קאפקע
יאיר האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:די אשכול גייט אין טענדעם מיט כל האומר דוד חטא?

וואס זענען די צדדים לכאן ולכאן?

זיי זענען אייביג איינס העכערן אנדערן אין אקטיווע אשכולות -געווענליך מיט אן אנדערן קאמענטירער- וואס דאס איז די וואונדער דא,

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 2:45 pm
דורך יאיר
אה, זעט אויס אז אלע טועים וואנדערן אריין אין די זעלבע ערטער.
די סיבה פארוואס יענער אשכול איז ארויפגעקומען איז ווייל לכתחילה האב איך געשטעלט דעם אשכול אלס א תגובה דארטן. למעשה האב איך באשלאסן אז ס'איז געווען א טעות בשיקול הדעת, די צוויי נושאים באלאנגען נישט איינעם צום צווייטן, האב איך געעפנט א באזונדערער אשכול. ער פארדינט זיך עס, קייזער ווילהעלם דער ערשטער (קרעדיט: מאטי).

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:27 pm
דורך לעיקוואד
יאיר האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:הרבנית מקאפישניץ נעמט אביסל צוריק און איז זיך מסביר
http://www.thejewishweek.com/editorial- ... w-rebuttal

בקיצור נמרץ זאגט זי אז אין די פארטיידיגונג פון פרעזידענט קלינטאן איז בשעתו געווען סמוי א גילוי דעת וואס איז עומד געווען להתגלות זעכצן יאר שפעטער אז ארטאדאקסיע דארף מבטל זיין די הלכות וואס זענען קעגן פרויען רעכטן. א פיינע בת מצוה פשט'ל.

זענען אירע געדאנקען וועגן פרויען רעכטן און ארטאדאקסיע א חידוש פון די לעצטע יארן ביי איר אדער האט זי אלץ אזוי געטראכט?

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2016 1:06 pm
דורך שבת אחים
א 27 יעריגער האלבע -שווארצער אין סאוט קארליינע קלעימט אז ער איז וויליג צונעמען א DNA טעסט אז ביל קלינטאן איז זיין טאטע! ער זאגט אז זיין מאמע איז געוועהן א פראסטאטאצקע (זונה) און זי האט געהאט שייכות מיט ביל קלינטאן פאר בערך 30 יאהר צוריק און ביל קלינטאן האט אים נישט אנערקענט און זיך קיינמאל נישט וואסונדיג געמאכט פון אים!
איז דאס אמת? וואס האלט איר?

Bill Clinton Allegedly Has A BLACK SON . . . That He’s Been NEGLECTING FOR YEARS . . . And Now The BILL’S SON Started A FACEBOOK Campaign To Meet HIS FATHER!! (Lawd . . . Hillary Ain’t Need This)
http://mediatakeout.com/295946/bill-cli ... l?mobile=1

Re: כל האומר קלינטאן חטא אינו אלא טועה

נשלח: מאנטאג פעברואר 15, 2016 2:23 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך האב שוין געהערט פארקערט אויך, אז טשעלסי האט עפעס א טאטע ערגעץ (נישט ביל)

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk