בלאט 1 פון 2

יפה בעתו - הרב יוסף פרץ הלוי ביללער

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 1:30 pm
דורך זר זהב
אנומעלט זעה איך א בילד אין איינע פון די צייטונגען ווי "הרב יוסץ פרץ הלוי ביללער פארקויפט זיינע קונטריסים אין שול" דאס מאל איז עס נישט די אלעמען באקאנטע יפה בעתו אויף וואס אונז (30 יעריגע רעינדזש אינגעלייט) האבן געהאט די זכיה אויפצואוואקסן, היינט פארקויפט ער עפעס א ביכל מיט אן אנדערען נאמען כ'געדענק נישט די נאמען.

איך זאג "געהאט די זכיה אויפצואוואקסן" איך מיין עס מיט אן אמת ווייל ליידער די היינטיגע בחורים וואקסן אויף מיט אנדערע סארט לייען מאטריאל וואס איך וויל נישט פורש בשמם זיין ווייל נישט דאס איז מיין ציהל דא.

דער בילד האט מיר דערמאנט ימים מקדם ווי ר' יוסף פרץ זיצט זיך ביי זיין טישל מיט זיין אייגענארטיגן חן אין ראדני שול און פארקויפט זיינע יפה בעתו'ס יאר נאך יאר חודש נאך חודש, א קונטרס וואס ווען ער זאל עס היינט אראפלייגן אויף די טישן אין שול פאר יעדן אהיימצונעמען בחינם, ווייס איך נישט וויפיל אידן וואלטן עס אפילו אויפגעהויבן צו געבן א בליק דערין... (ווייל היינט איז דאס דאך זייער צורישעשטאנען).== און איך מיט מיין קינדישן מוח פלעג שטיין אין דער זייט און באטראכטן דעם מאדנעם הויכן פארשוין וואס ווייסט אלעס ... אלע סודות זענען פאר אים אפען פונקטליך יעדענ'ס בהמה/חי'ס נאטור, וויאזוי די לאקאמאטיוון פלעגן פארן אויף הייסע פארע, וויאזוי צו מאכן א טעלעפאן (אן אינטערנעט) פון 2 פלעסטיק קאפס מיט א שיך בענדל, איטערעסאנטע היסטארישע קאפיטלען קורות עם ישראל, און וואס נישט ?

אין ישיבה קטנה פלעג איך אריינסניקען א יפה בעתו אינעם גמרא אריין און דער מגיד שיעור האט זיך איינגערעדט אז מ'קוקט אריין אין גמרא דערווייל האט מען געטון אן עבירה נעמליך מ'האט געלייענט נפלאות הבורא, מ'האט געלייענט פארוואס דער עלעפאנט האט אזא ריזיגען נאז, מ'האט געלייענט א לאנגע אידישע מעשה וואס האט ארויסגעברענגט א שטארקן מוסר השכל און אריינגעלייגט יראת שמים. -- דאס זענען געווען די ביטול תורה'ס פון די פיעוטים בחורים אין אונזערע צייטן.

היינט מיין איך וואלטן די מחנכים זיך געוואונטשען צו קענען מאכן א שיעור פאר בחורים אין ... "יפה בעתו" אויב זאלן נאר די בחורים אוועקווארפן אלע אנדערע אבאמא ביל געיטס לייען מאטעריאל!

עד היום ווייס איך נישט ווער עס איז דער האלי-מען הרב יוסף פרץ הלוי ביללער.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 1:37 pm
דורך שמואל הלוי
היינט הייסט עס "דבר בעתו"

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 1:46 pm
דורך משולם שטיינפעלד
שמואל הלוי האט געשריבן:היינט הייסט עס "דבר בעתו"

דבר בעטו. בעט"ו איז א ווערטער שפיל אויף בעתו

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 1:48 pm
דורך זר זהב
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:היינט הייסט עס "דבר בעתו"

דבר בעטו. בעט"ו איז א ווערטער שפיל אויף בעתו

"מעלות" פלגעט עס נוצן פאר זייער עדיטאריעל.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 1:56 pm
דורך ידען
איך האב געלייענט אסאך פון זיינע זאכן און סע גאנץ פיינע סחורה, טאקע נישט אזוי גוט ווי די שטערן וואס שרייבט סאך קלארער א זאך אבער די שטערן האט נישט קיין נפלאות הבורא. (פארוואס טאקע נישט?)

וועלעכע יארן האט ער ארויסגעגעבן די יפה בעתו און פארוואס האט ער געטוישט די נאמען?

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 1:59 pm
דורך זר זהב
די ערשטע יפה בעתו איז ארויס לאור עולם חנוכה תש"נ.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 2:05 pm
דורך שמואל הלוי
קארל האט געשריבן:"דער בליק" וואס האט זיך דאן געעפנט דורך האדמו"ר זלמן-לייב

וואס?

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 2:05 pm
דורך זר זהב
געהערט האב איך לעצטענס אז ער שרייבט/רעדאגירט די קינדער אפטיילונג אינעם איד.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 2:09 pm
דורך ידען
קארל האט געשריבן:הרב בילער האט ארויסגעגעבן פונקט הונדערט נומערן פון "יפה בעתו". דער לעצטער נומער איז ארויס אין יאר תש"ס, און נאכדעם האט ער זיך צוזאמענגעשטעלט מיט "דער בליק" וואס האט זיך דאן געעפנט דורך האדמו"ר זלמן-לייב. אינעם "בליק" האט ער ווייניג מחדש געווען, און פיל מאל איבערגעלייגט אלטע ארטיקלען פון דעם "יפה בעתו". נאכדעם וואס ער איז ארויס פון דעם "בליק", האט ער ווידעראמאל פרובירט זיין מזל מיט דעם "דבר בעטו", וואס איז אויך מערסטנס איבערגעדרוקטע ארטיקלען פון דעם "יפה בעתו".

שוין נישטא אלטע זאכן אז מע מוז איבערלייגען אלטע מעשיות?

זייער נאריש.

שטעל דיך פאר אז די שפאקטיוו זאל לייגן זאכן וואס די שטערן האט געשריבן א פאר יאר צוריק.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 2:09 pm
דורך אבי גערעדט
אוי מעמאריעס מעמאריעס..
אגב, פארגאנגענע וואך האב איך געטראפן אזא דבר בעתו אין ביהמ"ד (כ'ווייס נישט צו עמיצער האט עס דארט איבערגעלאזט צו פארלוירן) אין דער הויפט ארטיקל איז געווען דער טיטאניק. (כ'שמייכל מיך אזוי אונטער ווען איך שרייב הויפט, ווייל קיין אנדער ארטיקל אחוץ דעם איז נישטא אין דעם 48 זייטיגער אויסגאבע) בקיצור, איך האב מיך אזוי אינטערגעשמייכלט זעענדיג דעם דעקל, טראכטענדיג צו מיר, וואס קען מיר שוין דער עלטערער הרב ביללער אויסלערנען איבער דעם טיטאניק, כ'האב שוין געליינט צענדליגער ארטיקלען אין אידיש אין ענגליש, דאס איז חוץ די דאקומענטארן וואס איך האב שוין געזען דערפון, אבער אז ס'איז בחנם האב איך עס אהיימגענומען, אין וואס זאל איך אייך זאגן? כ'האב באמת הנאה געהאט דערפון, א שאד אז ס'איז אזוי אומפראפעסיאנאל, פיהל מיט טעותים, אבער כ'האב אסאך נייע ידיעות ארויסגעלערנט.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 2:20 pm
דורך יידל
ער איז געווען מסתמא דער ערשטער היימישער איד צו נוצן אינטערנעט פאר אינפארמאציע.... אין די אנהייב פלעגט ער נאך זיצן אין לייבערעריס אין דורכלייענען גאנצעטע ביכער אבער אין די הויעכע נון'ס האט ער אנגעהויבן נוצן די אינטערנעט פאר זיינע ארטיקלן.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 2:34 pm
דורך יידל
אפשר האט ער אויפגעהערט לעצטנס. אין די יפה בעתו יארן ווייס איך פאר א פאקט אז ער פלעגט נוצן די אינטערנעט.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 3:45 pm
דורך הדד בן בדד
איך האב יעדן אייציגן נומער פון דעם יפה בעתו אינדערהיים, מיינע קינדער האבן זיך גאנץ גוט מחי' געווען דערמיט, און ביים אהייב פלעג איך קויפן פון אים דעם דבר בעט"ו אויך, פשוט ווייל איך האב אים געוואלט שטיצן, א איד וואס מוטשעט זיך מיט פרנסה. אבער למעשה האבן עס מיינע קינדער נישט ליב. זיי וועלן ענדערש איבערליינען אן אלטע יפה ווי א נייע קאלירטע דבר. האב איך עס אויפגעהערט צו קויפן.

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 6:19 pm
דורך זר זהב
יא איך האב 2 בענדער ארויסגעקומען ניסן תשנ"ו

נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 6:36 pm
דורך יידל
איך אויך פארמאג כמעט אלע 100 יפה בעתו'ס אינדערהיים. צומאל ווען ס'ווערט מיר שוין נמאס פון וויקיפעדיע געב איך א מיש אויף אן אלטע יפה בעתו, און איך נעם זיך ליינען א ראנדאם ארטקיל... אה, נאסטאלגישע זכרונות וואס דאס ברענגט מיר...

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 3:04 pm
דורך דולה ומשקה
ידען האט געשריבן:
קארל האט געשריבן:הרב בילער האט ארויסגעגעבן פונקט הונדערט נומערן פון "יפה בעתו". דער לעצטער נומער איז ארויס אין יאר תש"ס, און נאכדעם האט ער זיך צוזאמענגעשטעלט מיט "דער בליק" וואס האט זיך דאן געעפנט דורך האדמו"ר זלמן-לייב. אינעם "בליק" האט ער ווייניג מחדש געווען, און פיל מאל איבערגעלייגט אלטע ארטיקלען פון דעם "יפה בעתו". נאכדעם וואס ער איז ארויס פון דעם "בליק", האט ער ווידעראמאל פרובירט זיין מזל מיט דעם "דבר בעטו", וואס איז אויך מערסטנס איבערגעדרוקטע ארטיקלען פון דעם "יפה בעתו".

שוין נישטא אלטע זאכן אז מע מוז איבערלייגען אלטע מעשיות?

זייער נאריש.

שטעל דיך פאר אז די שפאקטיוו זאל לייגן זאכן וואס די שטערן האט געשריבן א פאר יאר צוריק.

דער 'בליץ' טוט גענוי דאס זעלבע, ער נעמנט טעמעס וואס דער שטערן/שפאקטיוו האט שוין געשריבען אין דערמאנט אין מאכט חזרה.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 3:59 pm
דורך גדעון
זכרונות זכרונות.. און ווער רעדט נאך פון די מיוחד לימי הקיץ אויסגאבעס,
אסאך זאכן וואס איך ווייס היינט פאר א פאקט האב איך אויפגעפיקט פון די יפה בעטו

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 5:28 pm
דורך געפילטע פיש
ג"א מצטרף צו אלע וואס דערמאנען זיך פון די גליקליכע קינדערישע יארן ווען מ'זעט א אפגעריבענעם יפה בעתו, ווי טרעפט מען היינט אזעלעכע אינהאלטסרייכע מאטריאל צו געבן פאר קינדער צו לייענען? הרב ביללער האט אין מיר איינגעפלאנצט די קערענדליך פון נייגעריקייט אין סייענס, היסטאריע, ידיעות און נאך, איך גלייב אז א גרויס חלק פון דאס ביסל וואס איך ווייס היינט איז א תוצאה פון די קינדערישע נייגעריקייט פון די יפה בעתו'ס.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 5:32 pm
דורך שמואל הלוי
איז דא ערגעץ אנליין ווי מען קען ליינען די אלטע יפה בעתו'ס?

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 7:26 pm
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:ג"א מצטרף צו אלע וואס דערמאנען זיך פון די גליקליכע קינדערישע יארן ווען מ'זעט א אפגעריבענעם יפה בעתו, ווי טרעפט מען היינט אזעלעכע אינהאלטסרייכע מאטריאל צו געבן פאר קינדער צו לייענען? הרב ביללער האט אין מיר איינגעפלאנצט די קערענדליך פון נייגעריקייט אין סייענס, היסטאריע, ידיעות און נאך, איך גלייב אז א גרויס חלק פון דאס ביסל וואס איך ווייס היינט איז א תוצאה פון די קינדערישע נייגעריקייט פון די יפה בעתו'ס.

שששש... באלד וועט מען נאך זאגן אז די יפה בעתו האט גורם געווען צו אלע א-פ-ד'ס (אראפ-פון-דרך).

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 7:37 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:

סוי פאר, לעסט טיים איי טשעקט בין איך נאך אויפן דרך... :roll:

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 8:01 pm
דורך יידל
געפילטע פיש האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ג"א מצטרף צו אלע וואס דערמאנען זיך פון די גליקליכע קינדערישע יארן ווען מ'זעט א אפגעריבענעם יפה בעתו, ווי טרעפט מען היינט אזעלעכע אינהאלטסרייכע מאטריאל צו געבן פאר קינדער צו לייענען? הרב ביללער האט אין מיר איינגעפלאנצט די קערענדליך פון נייגעריקייט אין סייענס, היסטאריע, ידיעות און נאך, איך גלייב אז א גרויס חלק פון דאס ביסל וואס איך ווייס היינט איז א תוצאה פון די קינדערישע נייגעריקייט פון די יפה בעתו'ס.

שששש... באלד וועט מען נאך זאגן אז די יפה בעתו האט גורם געווען צו אלע א-פ-ד'ס (אראפ-פון-דרך).

סוי פאר, לעסט טיים איי טשעקט בין איך נאך אויפן דרך... :roll:

סארי, כ'האב נישט געמיינט דיך ח"ו, נאר די לשון "איינגעפלאנצט קערנדליך פון נייגער אין סייענס, היסטאריע" האט ארויפגעברענגט אסאסיאציעס אין וועלכע געוויסע אויסגאבעס זענען באשולדיגט געאווארן אינעם זעלבן חטא פון איינפלאנצן אזוינע קערנדלך וועלכע פירן נאכדעם צו סוטה זיין מן הדרך.

נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 11:48 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:סארי, כ'האב נישט געמיינט דיך ח"ו, נאר די לשון "איינגעפלאנצט קערנדליך פון נייגער אין סייענס, היסטאריע" האט ארויפגעברענגט אסאסיאציעס אין וועלכע געוויסע אויסגאבעס זענען באשולדיגט געאווארן אינעם זעלבן חטא פון איינפלאנצן אזוינע קערנדלך וועלכע פירן נאכדעם צו סוטה זיין מן הדרך.

ווער ווייסט וואס דאס וועט מיר נאך גורם זיין? אל תאמין בעצמך עד...