בלאט 1 פון 1
PAL - Plaza Auto Leasing
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 6:08 pm
דורך שמעקעדיג
היות כ'טראכט פון ליעסן א נייעם קאר בקרוב, און כ'קוק מיר אזוי אום אויף די פרייזן. איך זעה אז כסדר האט די PAL שטוינענדע ביליגע פרייזן (אדווערטייזט אין כמעט אלע נוזפעיפערס ביים היימישם ציבור), אבער כפי השמועה גייט עפעס פאר ביהיינד-די-סיענס, ד.ה. אז עס איז ביליגער צוליב א סיבה, אבער כ'ווייס נישט וואס דער ענין איז,
אלזא כ'העט געקענט באשטיין צו הערן אביסל אינפארמאציע פון חברים וועלכע האבן שוין גענומען ביי זיי, און הערן זייער עקספיריענס לטוב או לרע.
א דאנק
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 6:30 pm
דורך בשבילי!
פשוט די פרייזן וואס דו זעסט איז נישט וואס דו צאלסט למעשה, מיט פשטלך פון ריעבעטס און דארפסט צאלן טעקס אויפן ריבעיט..
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 6:54 pm
דורך אפשר
אויך שרייבן זיי קיינמאל נישט די טעקס
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 7:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
זייער אסאך מאל זענען די פרייזן נאר גילטיג אלס "לאיעלטי". ד"ה אז ווען דו קומסט אראפ צו זיי אין אפיס, זאגן זיי די פרייז איז נאר אויב דו האסט ביז יעצט געהאט א ליעס, פון די זעלבע קאמפאני וואס דו גייסט נעמען.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:34 pm
דורך ארבעס
מיין עקספיריענס איז, אויב ווילסט די ביליגסטע פרייז דאן ריף אפאר לאקאל דילערס אין זעה די פרייז דערנאך גיי צי דיין דילער אין פארלאנג די ביליגסטע קוואט. אויב איינע קען דיר געבן די קאר פאר 350 קען דיין חבר אויך.
איך געדענק אפאר יאר ציריק האבען לאקעל דילערס גענימען די ביליגסטע סיעענע אין אליין געלייגט לעדערנע סיטס אין gps ממילא איז עס געוועהן אזוי ווי א fully loaded אבער אסאך ביליגער ווי די געהעריגע fully loaded.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:12 am
דורך מאנסי חסיד
זיי זענען זייער גוט. דער בעל הבית ר״יושע גרינבוים איז זייער א פיינע מענטש גענימען א קאר פון איהם און זייער הנאה געהאט
ביידיוועי האב איך זייער ליב זיינע עדס. פונקט יעצט געזעיהן זייער עד און די כולל עצי חיים לוח
וואס זאל איך עינק זאגן כגיי פאר זיינע עדס
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 12:25 am
דורך משולם שטיינפעלד
רוב ליסינג פלעצער זענען סוף פסוק די זעלבע געלט. איינער שמירט עס ארויף אין פארעם פון טעקס, איינער ביי די וואראנטי וכדומה.
דער איינציגסטע חילוק איז, אז PAL שטופט אסאך מער קארס ממילא קען ער זיך ערלויבן ארויפצולייגן א קלענערע מארק אפ אויף יעדע קאר, דערפאר קען ער זיין ביליגער.
ביי ליעס ריטוירנס קען ער זיין היבש ביליגער צוליב זייער שותפות אין די אויטא דילערשיפ אויפן גאס.
איך האב גענומען דארט, נאכן גיין שאפינג, איך בין געווען זייער צופרידן