בלאט 1 פון 1

די תשובה פראגראם

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:28 pm
דורך פארוואס?
מיט די היינטיגע טעכנאלאגיע, וואס מיט יעדן קליק ווערן גערוקט גאנצע עולמות, איז נישט מער ווי ערווארטעט פאר איינער וואס זאל אויפקומען מיט אן אויטאמאטישע פראגראם, וואס זאל פארוואנדלען דעם איד אין א בעל תשובה מיט איין קליק. 

איך טראכט איבער א פראגראם וואס זאל עס קענען טוהן, איך ווארט נאר פאר די אידישע קינדער וואס ווילן האבן די זכות צו פאנדן אזא הייליגע פראיעקט. 
די פראגראם וועט ארבעטן בערך ווי פאלגענד:

איהר וועט דארפן אויספולן א פארום און אריינלייגן אייער אידישע נאמען, אייער פאטער׳ס נאמען, און אייער מוטער׳ס נאמען. און געבן א ייפוי כח פאר אונז צו מזכה זיין, זוכה זיין, מקנה זיין, און קונה זיין אין אייער נאמען.

די פראגראם וועט אויטאמאטיש אויספיהלן אויפן פלאץ, א שטר מכירת חמץ פאר די קומענדע 120 יאהר, און עס ארויספרינטן. 

אזויך אויך א היתר עיסקא, אויף אלע אייערע באנק-אקאונטס, ביזנעסער, און סטאקס. 

דערנאך א שטר-מכירה אויף אייער ביזנעס פאר שבת. אויב וואוינט איהר אין ארץ ישראל און איהר האט א קרקע א שטר מכירה אויף אייער פעלד אין שמיטה. 

מ׳וועט מזכה זיין פאר אייך אן עירוב תחומין, תבשילין, און חצירות. 
אזוי אויך א פרוזבול, פאר יעדע זיבן יאהר. 

די פראגראם וועט אויטאמאטיש אינסטאלירן א שבת-עפפ אין אייערע סמארט-פאונס. 

אייער נאמען וועט אריינגיין אין א דעיטע-בעיס, וואס יעדע שטיק צייט גייט מען מאכן תיקונים און כפרות אויף אלע נעמען דערפון. אזוי אז אפילו אויב טוהט איהר עפעס עבירות, וועט איהר יעדע שטיק צייט אריבערגיין אן אויטאמאטישע קלין-אופ. 

פאר א נישטיגע פרייז, וועלן מיר אויך שרייבן פאר אייך א שטר-שותפות יששכר זבולון, אזוי אז איהר וועט אויך באקומען שכר פון לימוד התורה פון עפעס א יונגערמאן וואס זיצט און לערנט. 
(לויט ווי געשמועסט דא, קען זיין אז מ׳וועט אפילו קענען מאכן עפעס א קאמפיוטער זאל לערנען נאכאנאנד תורה ספעציעל פאר אייך). 

ועל זה נתנבא הרמב״ם (הלכות תשובה פרק ז' הלכה ו) באמרו:

דער רמב''ם האט געשריבן:אמש היה זה שנאוי לפני המקום משוקץ ומרוחק ותועבה והיום הוא אהוב ונחמד קרוב וידיד.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 9:52 pm
דורך [NAMELESS]
סאיז גוטע נייעס!
זאג מיר נאר, האבן קינדער וועט מען אויך קענען מיט א קליק וזהו?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 10:49 pm
דורך ברסלבער
איך ווייס דאך דעם אמת אז די גאנצע פראגראם איז נאר געמאכט צו קענען נאכקוקן און טרעקן מיין פאון...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:18 pm
דורך יאיר
פאר נאך א הונדערטער א חודש וועלן א מנין אידן מקיים זיין מצות עונה אין אייער נאמען.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 22, 2014 11:27 pm
דורך נולד מאוחר
אויב האסטו א פעקעדש וואס אינקלאד הוכח תוכיח בין איך גרייט צי אינוועסטן