בלאט 1 פון 3
הכנות צום צען טויזענטסטער תגובה פון @שמעקעדיג
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:17 pm
דורך נתן מנחם
מיט גרויס התלהבות און מיט א הארץ פיל מיט פרייד גרייטען מיר זיך צו די גרויסע שמחה פון אונזער מנהיג, אונזער וועג ווייזער צום פייערונג פון די 10,000'ער תגובה דא אויף ק"ש.
איך וואלט געוואלט מציע זיין אז מען זאל מאכן א מלכות'דיגע סעודת מצוה לכבודו. א צוזאמקום (reunion) פון אלע ק"ש שרייבערס. ווי מען וועט קענען זיף פרייען מיט חתן דינן "חתן עשרת אלפים". און איינמאל פאר אךעצאל זיך באקענען מיט דעם גרויסען ריז.
די מעמד וועט קענען הייסען "ברבבותינו"!
פארשלאגען און עצות אויף די פלאץ, מעניו און אגענדע זענען וועלקום.
נ.ב. מען ברויך נאר מתפלל זיין אז @שמעקעדיג זאל נישט פארשוואונדען ווערן אזוי ווי @זר זהב איז פאר זיין אייגענע צען טויזענטסטער תגובה.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:33 pm
דורך שמעקעדיג
עס וועלן זיך צאמקומען 500 סדרנים נעקסטע וואך אין די ארמארי מיט ספעציעלע פינס און קייטלעך און נאז בענדער און יעדער וועט באאויפטראגט ווערן מיט זיין מיסיע כדי דער כבוד המעמד זאל געקרוינט ווערן מיט זעלטן-שטוינענדע סוקסעס.
עקסטער וועט מען אנזאגן אלע פאטאגראפירער זיי זאלן נישט כאפן קיין בילדער פון די גאנצע רבבבותינו עולם, ווייל עס קען ח"ו שאטן פאר א עיה"ר אזש אפילו מעיני הישועה וועט זיין צו שוואך עס אפצושפרעכן, ע"כ זאלן זיי בלויז כאפן בילדער פון "א טייל פונעם ציבור" אויף יעדע זייט מיט אמאל, ומתן שכרה בצדה אזוי וועלן אויך זיין מער בילדער אין די צייטונגען און אין די וואך.
כ'גרייט מיך שוין צו זאגן ד"ת מיט א שיינע משל וואס כ'האב גענאשט פונעם מילקשעיקער'ס ספרי קודש, איי קענט וועיט, גדול יהי' כבוד המעמד הזה, וינועו אמות הסיפים וכו' בב"א.
פרטים יבואו!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 4:52 pm
דורך כוכב
אנטשולדיגט מיר מיסטער נתן מנחם מיט אייערע גאנצע דרייצן תגובות, ניטאמאל צוטריט צו שבת אחים האט איר, און פון מאחורי איז אפגערעדט און איר לאדנט אונז שוין אלע צו די אראמארי. זאגסטו מיר דיין אלטע ניק איז גוט, אז נישט, קום איך נישט!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 5:55 pm
דורך נתן מנחם
מדארף פרישע יונגע כוחות צו פירען אזא ריזיגע מעמד.
און בכלל איז נישט שיין צו אטאקירען א ניי געקומענע. וואס איז מיט :"כי גרים הייתם בארץ מצרים"? די האסט דאך אויך אמאל געהאלטען ביי 13 תגובות.
צום שלוס: ביסטו א חלק פון די מעמד אדער בלייבסטו אינדערהיים?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 6:01 pm
דורך נתן מנחם
כוכב האט געשריבן:אנטשולדיגט מיר מיסטער נתן מנחם מיט אייערע גאנצע דרייצן תגובות, ניטאמאל צוטריט צו שבת אחים האט איר, און פון מאחורי איז אפגערעדט און איר לאדנט אונז שוין אלע צו די אראמארי. זאגסטו מיר דיין אלטע ניק איז גוט, אז נישט, קום איך נישט!
אז וועסט קומען צום מעמד וועסטו זעהן א איד מיט די גרעסטער וואקי טאקי וועסטו זעהן ווער איך בין. איין זאך קענסטו זיין זיכער "כוכב" פון אייוועלט בין איך נישט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 6:12 pm
דורך שטאפענע קאפעליטש
כ'האלט ס'זאל זיין א עקסטרע טיש פאר מאחורי ניק'ס
נ.ב. מיין זוהן וויל א סדרן badge
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:07 pm
דורך chusid
וואס טוט זיך מיטן איימלאדענען די ראבונים??
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:15 pm
דורך מאטי
chusid האט געשריבן:וואס טוט זיך מיטן איימלאדענען די ראבונים??
וואס טוט זיך מיט וואס??
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:24 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:עס וועלן זיך צאמקומען 500 סדרנים נעקסטע וואך אין די ארמארי מיט ספעציעלע פינס און קייטלעך און נאז בענדער און יעדער וועט באאויפטראגט ווערן מיט זיין מיסיע כדי דער כבוד המעמד זאל געקרוינט ווערן מיט זעלטן-שטוינענדע סוקסעס.
עקסטער וועט מען אנזאגן אלע פאטאגראפירער זיי זאלן נישט כאפן קיין בילדער פון די גאנצע רבבבותינו עולם, ווייל עס קען ח"ו שאטן פאר א עיה"ר אזש אפילו מעיני הישועה וועט זיין צו שוואך עס אפצושפרעכן, ע"כ זאלן זיי בלויז כאפן בילדער פון "א טייל פונעם ציבור" אויף יעדע זייט מיט אמאל, ומתן שכרה בצדה אזוי וועלן אויך זיין מער בילדער אין די צייטונגען און אין די וואך.
כ'גרייט מיך שוין צו זאגן ד"ת מיט א שיינע משל וואס כ'האב גענאשט פונעם מילקשעיקער'ס ספרי קודש, איי קענט וועיט, גדול יהי' כבוד המעמד הזה, וינועו אמות הסיפים וכו' בב"א.
פרטים יבואו!
שמעקעדיג: איך האב שוין גערעדט צו א הויכראנגיקן פארשטייער פון אונזער גאווערנאר קואמא, יר"ה. און ער האט מיר צוגעזאגט ארויס צונעמען אלע מיליטערישע טרעקלעך און דזשענערעיטאר'ס פון די גרויסע ארמארי אויף מארסי. ער האט נאר געוואלט וויסן איין שאלה. וועלעכער "שמעקעדיג"? פון די ארונים אדער די זאלונים? האביך איהם געפרעיגט צו ער האט געהערט פון הרב יוסף בן מרים (אזוי האט איהם דער בלאט באקרוינט, בשעתו.) וואלדמאן שליט"א און זיין גרופע, די בני יואל, וועלכע זענען די אמת'ע לוחמי מלחמות ה' און זייער הייליגע ארגאניזאציע, די בני יואל. כ'האב עים געזאגט אז דער שמעקעדיג וואס מ'גייט בעז"ה פייערן די חגיגת עשרת אלפים פאר עים, באלאנגט צו אט די הייליגע ארגאניזאציע...

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:28 pm
דורך berlbalaguleh
שטאפענע קאפעליטש האט געשריבן:כ'האלט ס'זאל זיין א עקסטרע טיש פאר מאחורי ניק'ס
נ.ב. מיין זוהן וויל א סדרן badge
איך ווייס איין ניק וועים מ'קען מכתיר זיין אלס דער ראש פון די מאחורי'ניקס. ער דארף זיצן בראש השולחן...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:40 pm
דורך [NAMELESS]
ווער איז דער ראש אין מלפנינו?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:42 pm
דורך כוכב
יעצט קאנפירמד אז מורינו הרב און תרנגול וועלן אי'ה פירן די מאחורי סעקשאן.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:50 pm
דורך berlbalaguleh
אתא קלילא האט געשריבן:ווער איז דער ראש אין מלפנינו?
דו מיינסט צו פרעיגן "מלפנינו" כפשוטו, אדער בלשון סגי נהור?!...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:37 am
דורך ביבער
עס וועט פארקומען אינאיינעם מיט מעמד צען טויזנטסטען ניק פון...
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 12:45 am
דורך chusid
אנטשולדיקט , מיין פראגע איז געווען וואס טוט זיך מיטן איינלאדענען די רבנים ופני העדה
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 1:16 am
דורך [NAMELESS]
איך בין אזוי עקסייטעט איך קען נישט ווארטען!!!!
ש-מ-ע-ק-י!!!!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 12:53 pm
דורך [NAMELESS]
Countdown
25
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:34 pm
דורך [NAMELESS]
Countdown
23
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:02 pm
דורך רויטע וואנצעס
אריינגעבען די סוט צו די קלינערס, ס'זאל זיין גרייט אין צייט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:48 pm
דורך קאסטנער
יעצט קימט צי לויפן די גיטע נייעס עס איז אויפגענימען געווארן ספעציעלע גבאים זיך אפציגעבן מיטן עסקארד
ביי יעדע פענסטער מיז זיין לכל הפחות אין נאכאמאל ״לכל הפחות״בליצערס פין יעדע זייט מזרח מעריב וכו׳
די סיירינס מיזן זיין פארטויבענדע אזש אז ווען שמעקעלע וועט דערגרייכן צום אולם ענקי וועט זיין וינעו אמות הסיפים
אינזערע שונאים וועלן אלע קריצן מיט די נעגל אבער ואנחנו בשם וכו׳
רעגסטרציע איז אין פילן שוואונג אין אפיס יעדן טאג פין אכטע ביז ניינע
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:48 pm
דורך [NAMELESS]
Countdown
17
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 12:36 pm
דורך [NAMELESS]
Countdown
12
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:41 pm
דורך [NAMELESS]
/