בלאט 1 פון 2
נייעס און אפדעיטס איבער די טויטליכע איבאלע ווירוס אין נ.י.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 7:38 pm
דורך ישראל קאפקע
קרעיג ספענסער א דרייסיג יעריגער דאקטאר וואס האט זיך נארוואס אומגעקערט פון גואינעא וואו ער האט באהאנדלט איבאלע אנגעשטעקטע מיט די וואוילטעטיגע ארגאניזאציע 'דאקטוירים אנע גרעניצן' איז אריינגעפירט געווארן אין בעלוויו שפיטאל אין מאנהעטן,
נאכן ליידן הויך פיבער און זיך אפרעדן אויף מאגן שמערצן איז דאקטאר ספענסער וואס וואוינט אין מערב הארלעם אין מאנהעטן היינט אינדערפרי אריינגעפירט געווארן אין שפיטאל, נעכטן נאכט האט ער זיך באנוצט מיט די אובער (Uber) סערוויס און זיך באטייליגט ביי א שפיל אין גאטטער (Gutter) א באולינג עלי אין צפון וויליאמסבורג (נארט 14) ווייניגער ווי א מייל ווייט פון דעם היימישן געגנט, באריכטן געבן איבער אז די עלי איז פארשלאסן געווארן ביז מען וועט זיין זיכער אז עס איז נישט אנגעשטעקט ח'ו מיט די טויטליכע ווירוס,
דר' קרעיג ספענסער, פון די 'מעדסאן סאן פראנטער' ארגאניזאציע
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:04 pm
דורך יאיר
בעניי פארשטיי איך נישט דעם חשבון פון בכלל לאזן מענטשן פארן קיין ליבעריע און צוריק. ווען מען קען ראטעווען מענטשן מילא, אבער אז מען קען זיי סייווי נישט ראטעווען איז סתם א נארישקייט צו שטעלן אין סכנה דריי הונדערט מיליאן מענטשן. איך שעץ באמת א דאקטאר וואס איז זיך מוסר נפש צו פארן העלפן קראנקע, אבער זאל ער נאר וויסן אז ער גייט אדעתא דהכי אז טאמער ער וויל צוריקקומען וועט מוזן אויסווארטן ביז עס ווערט הונדערט פראצענט פארזיכער אז ער ליידט נישט דערפון, און אויב ער ווערט אנשטעקיג וועט מען קיינעם נישט לאזן צורירן צו אים.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:06 pm
דורך פארוואס?
יאיר האט געשריבן:בעניי פארשטיי איך נישט דעם חשבון פון בכלל לאזן מענטשן פארן קיין ליבעריע און צוריק. ווען מען קען ראטעווען מענטשן מילא, אבער אז מען קען זיי סייווי נישט ראטעווען איז סתם א נארישקייט צו שטעלן אין סכנה דריי הונדערט מיליאן מענטשן. איך שעץ באמת א דאקטאר וואס איז זיך מוסר נפש צו פארן העלפן קראנקע, אבער זאל ער נאר וויסן אז ער גייט אדעתא דהכי אז טאמער ער וויל צוריקקומען וועט מוזן אויסווארטן ביז עס ווערט הונדערט פראצענט פארזיכער אז ער ליידט נישט דערפון, און אויב ער ווערט אנשטעקיג וועט מען קיינעם נישט לאזן צורירן צו אים.
ווארענונג! די אשכול גייט אריינפארן אין א שמועס איבער מאראל, און פון דארט צי פילאזאפיע.
טיפיקל קאווע-שטיבל, און טיפיקל יאיר...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:09 pm
דורך יאיר
מיר האט מען געלערנט אז צוויי אמר ר' יהודה אמר רב'ס אין ווילד פרעמדע ענינים איז גענוג זיי צוצוקלעבן.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:15 pm
דורך ישראל קאפקע
זאל ער פארן, אבער למען השם האסט דאך באהאנדלט איבאלע אנגעשטעקטע, פארוואס גייסטו צווישן מענטשן פארן זיין זיכער אז ביזט נישט אנגעשטעקט? פארוואס האט נישט Doctors without borders א פאליסי אז אלע זייערע דאקטוירים מוזן זיין איזאלירט צוויי דריי וואכן זיכער צו מאכן אז מען איז נישט אנגעשטעקט? פארוואס טוט נישט כאטש די אמעריקאנער רעגירונג האלטן אלע וואס קערן זיך אום פון אפריקע באהאנדלן איבאלע אפגעזונדערט?
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:17 pm
דורך פליקער
די טעסט איז אהיים געקימען פאזעטיוו
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:34 pm
דורך kliger
BREAKING!!!
TEST CAME BACK POSITIVE
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:37 pm
דורך ישראל קאפקע
טוויטער טענהט אז סאיז צוריקגעקומען פאזיטיוו via NYT,
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:38 pm
דורך outspoken
שוין צייט צו גיין קיין בלומינגבורג...
איבאלע באשטעטיגט אין שטאט ניו יארק סיטי!!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 8:47 pm
דורך ישראל קאפקע
די געים the Plague אין ריעל לייף!!
Apocalypse#
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:04 pm
דורך ישראל קאפקע
eBowling hash tag#
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:04 pm
דורך לאליפאפ
ער איז נעכטן געפארן מיטן סאבוועי צווישן מאנהעטן און ברוקלין. השם ישמרנו ויצילנו.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:09 pm
דורך בן תמליון
זיי זאגן ער'ט נעכטן נאכט גענומען אן 'אובער' קאר אהיים פון וויליאמסבורג. גראדע האב איך היינט אויך גענוצט אן אובער אין וויליאמסבורג. כ'האף מר. ספענסער האט נישט געלעקט זיין פינגער ביים אנצינדן דעם קליינעם טעקסי טיווי אדער ביים צאלן. ביני לביני גיי איך דא אין מקוה אין הכנות וכו'. שוין דער מלאך המות האט זיינע זיבן נעמען. מיר האבן געמיינט מען רעדט עפעס פון ווייטן אפריקע און טעקסעס, למעשה עמי בבית דא אין פלטרין של מלך אין הייליגן שטאט וויליאמסבורג בוזשעווען די מלאכי חבלה.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:16 pm
דורך לאליפאפ
נאך איינער דא איז פריקן דערשראקן דערפון אזוי ווי מיר.
#טיפשיםאנעגרעניצן
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:20 pm
דורך ישראל קאפקע
איך האב געהערט אז מען קען עס נאר איבערכאפן פונעם אנגעשטעקטנס בלוט און נאר אויב עס רירט אן אן אפענעם וואונד,
איז דא איינער אן עקספערט אין ווירוס דיזיז טרענסמישן?
דער עולם איז פריעקינג אוט,
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:32 pm
דורך בן תמליון
א שאד. ר' י.מ. סופר האט די וואך א לענגערן מאמר איבער איבאלע אין נייעס באריכט. דער וויליאסבורג פאל וואלט איהם שטארק צונוצגעקומען.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:39 pm
דורך יאיר
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך האב געהערט אז מען קען עס נאר איבערכאפן פונעם אנגעשטעקטנס בלוט און נאר אויב עס רירט אן אן אפענעם וואונד,
איז דא איינער אן עקספערט אין ווירוס דיזיז טרענסמישן?
דער עולם איז פריעקינג אוט,
עס קען אריבערגיין דורך סיי וועלכע פליסיגיקייטן פון דעם חולה, אבער נישט דורך די לופט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:41 pm
דורך מאטי
איך גרייט מיך צו מיין לעצטע תגובה... פארשלאגן ביטע.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:43 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:איך האב געהערט אז מען קען עס נאר איבערכאפן פונעם אנגעשטעקטנס בלוט און נאר אויב עס רירט אן אן אפענעם וואונד,
איז דא איינער אן עקספערט אין ווירוס דיזיז טרענסמישן?
דער עולם איז פריעקינג אוט,
פרעגט תוספות א קשיא. ("תוספות". דאס איז שריפטן וואס די תלמידי חכמים, מערסטנס איינוואוינער פון פראנקרייך , אין מיטלאלטער, האבן פארשריבן פון זייערע תלמוד'ישע און הלכה'שע דיסקוסיעס.) איז, וויאזוי האבן די צוויי נוירסעס אין טעקסאס איבערגעכאפט דעם ווירוס?!...

!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:45 pm
דורך berlbalaguleh
מאטי האט געשריבן:איך גרייט מיך צו מיין לעצטע תגובה... פארשלאגן ביטע.
אנטשולדיגט פאר פרעגן: אבער, דו גייסט אריבער קיין "איי-וועלט" אדער יענע וועלט???!!!...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:50 pm
דורך ישראל קאפקע
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 9:53 pm
דורך berlbalaguleh
בן תמליון האט געשריבן:א שאד. ר' י.מ. סופר האט די וואך א לענגערן מאמר איבער איבאלע אין נייעס באריכט. דער וויליאסבורג פאל וואלט איהם שטארק צונוצגעקומען.
ער איז זיכער מברר, (איך האב עס נאכנישט געליינט) אז "עבאלע" קומט פון די פארשאלטענע ציונים און דער ראש הכופרים ביבי נתניהו. און אז ער האטציך געדרייט ביים רבי'ן זכותו יגן עלינו אין שטוב, און ר'האט קיינמאל נישט געהערט רעדן פון דעם, איז דאך משמע, אז ס'איז א דבר שאין בו ממש. נאר אז די פארשאלטענע ציונים למיניהם וגירוריהם האבן עס אויסגעטראכט. און ס'איז א חלק פון זייערע התגרות באומות פראגראם.
און רבינו הגה"ק שליט"א פון מאנרא האט געזאגט אז ס'קומט אין זכות פון צוויי עבירות.:1) דער טמא'נער נחל חרדי: 2) וועיגן סמארטפאונס...!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 23, 2014 10:21 pm
דורך ברעט מענינג
יונגעלייט סע נישט קיין וויצען סע צרות!