בלאט 1 פון 1

ווי איז אברהם אבינו געבוירען געווארען?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 1:57 am
דורך דולה ומשקה
דער אבן עזרא נעמנט אן על פי פשוטו של מקרא אז אברהם אבינו איז געבוירען געווארען אין אור כשדים, זיין ראיה איז פון דער פסוק (בראשית יא כח) "וימת הרן על פני תרח אביו, בארץ מולדתו באור כשדים".

דער רמב"ן איז שטארק חולק אויף דעם, ווייל פון דעם פסוק איז בכלל נישט דא קיין ראי' אויף אברהם, דא שטייט אז אור כשדים איז געוועהן דער געבורטס שטאט פון הרן, עס איז בכלל נישט מוכרח אז אברהם אבינו איז אויך דארט געבוירען.

ווען אברהם אבינו האט געשיקט אליעזר צו טרעפן א ווייב פאר זיין זוהן יצחק, האט איהם אברהם אזוי געזאגט (בראשית כד ד): "כי אל ארצי ואל מולדתי תלך, ולקחת אשה לבני ליצחק". און צו ווי האט איהם אברהם אבינו געשיקט? נישט קיין אור כשדים, נאר אברהם האט געשיקט אליעזר קיין ארם נהרים עיר נחור, וואס דאס איז בכלל נישט "אור כשדים".

אברהם אבינו איז געוועהן פון די אייניקלעך פון 'שם בן נח', די כשדיים זענען געוועהן אייניקלעך פון חם. חז"ל זאגען אונז (בבא בתרא צא ע"א) אז אברהם איז געבוירען געווארען אין כותא. דער רמב"ם (מורה נבוכים ח"ג כט) ברענגט א ראי' צו דער חז"ל פון ספרי האומות.

נאר פון דער נביא ישעיה (כג יג, ועי' ברד"ק שם) איז משמע אז די כשדיים האבן אסאך ארום געוואנדערט, זיי האבען איינגענומען שטחים או שפעטער זענען געקומען אנדערע וואס האבען פארטריבען די כשדיים, אזוי איז געגאנגען חוזר חלילה, ווען מ'האט זיי פארטריבען זענען זיי געגאנגען ווייטער און כובש געווארט דארט. מחמת דעם אין שפעטערע תקופות האט מען גערופען ארם נהריים מיטן נאמען 'ארץ כשדים', ווייל זיי זענען דארט אנגעקומען און זיך דארט באזעצט פאר א לענגערע תקופה.

אלזא, הרן איז געבוירען אין דער ארגינעלע אור כשדים, וואס דער תורה דערמאנט, משא"כ אברהם אבינו איז געבוירען געווארען אין 'כותא' וואס דאס איז אין דער געגענט פון ארם נהריים, וואס אין א שפעטערע תקופה האט מען דאס גערופען 'ארץ כשדים', אבער דאס איז בכלל נישט דער ארגינעלע 'אור כשדים'.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 9:01 am
דורך [NAMELESS]
וואס הייסט ספרי האומות? די גוים שרייבן וועגן אברהם אבינו?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 9:14 am
דורך ישראל קאפקע
.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 1:22 pm
דורך זוכער
דער רמב"ם ברענגט א גמרא אז אברהם נחשב בכותא. פון רש"י אנהייב לך איז אויך משמע אז רש"י האט אנגענומען אור כשדים אלץ אברהם אבינו'ס געבורט-שטאט.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 27, 2014 2:52 pm
דורך בעריש
ער האט א שמועס דערוועגען

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:37 am
דורך מ גפני
ס'ליגט מיר אין זכרון אז דער פלאץ הייסט "אור" כשדים אלץ דאס פייער - קאלך אויוון אין וואס נמרוד האט אריינגעווארפן דעם זיידן אברהם, קומט אויס אז אפילו ער איז נישט דארט געבוירן געווארן האט ער אבער דארט געווען אלץ יונג קינד

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:04 am
דורך געפילטע פיש
וויאזוי וואלט ער געקענט געבוירען ווערן אין אור כשדים אויב די נאמען איז ערשט געקומען ווען ער איז שוין געווען לפחות דריי יאר אלט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:07 am
דורך דולה ומשקה
ביי דער מעשה מיט דער קאלעך אויבן איז אברהם שוין געוועהן בערך 60 יאר אלט, ווייל דאס איז געוועהן נאך דער דור הפלגה, ביי די דור הפלגה מעשה איז ער געוועהן 56 בערך.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 4:07 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אדער אין קרית יואל אדער אין שיכון סקווירא