בלאט 1 פון 1

צעדרייט! (פאעזיע)

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:25 am
דורך כוכב
קאקאריקא א גערויש
טויט און לעבן א טויש
דרייען ארום און ארום
אלע זייטן אומעטום
דרכי אמורי א סברא
דאס בין איך די כפרה

אויפ'ן שטעקן דין
א דריי א ספין
גערודער און קלאפעס
המן כאפט מכות
א גראם פאר להתמגר
דאס בין איך דער גראגער

דער יווני קומט
פליעט שפרינגט
באנק און געלט
נון שטעלט
א שטעקן א ביידל
דאס בין איך דער דריידל

א פלאטער א גלעטל
א שאקל א בלעטל
צו זעקס זייטן קומען
א זמר ברומען
דין און מאגער
דער לולב דער תמר

דרייען דרייען
די עבירות פארצייען
געגאנגען, קינד און קייט
אינגאנצן צעדרייט!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:53 am
דורך פישלע העררינג
א קולארעטור,
מעכטיג און קלאר,
ארויף און אראפ,
זאגט זיין שטיקל אפ,
דרייט מיט'ן קול,
אשר לא עלה עליה עול,
טוט זיך שטענדיג באווייזן,
דאס איז דאך דער חזן.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 11:58 am
דורך פישלע העררינג
לייג מיך אויס א מאה,
פון ווי צו באצאלן האב איך בדעה,
אדער פון די אקאוינט פון מיין ווייב גיטי,
אדער פון מיין צווייטע סאשעל סעקיוריטי,
דריי פון מעכיל,
צו באצאלן רעכיל,
פארשטייט מען מיט דעם די משנה'ס רייד,
על שלשה דברים העולם עומד,
דאס איז דאך אומנות אבותינו בידינו,
דרייען מיט'ן געלט לא עלינו.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 1:21 pm
דורך מאטי
כוכב איז געגאנגען Supernova

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 1:27 pm
דורך לאליפאפ
פישלע די מעכיל רעכיל גראם ווי האסטו געשאפט? ריין קונסט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 1:38 pm
דורך מאטי
"מאה" "דעה" איז אויך נישט אוועקצומאכן.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 9:18 pm
דורך איך אויך
לאליפאפ האט געשריבן:פישלע די מעכיל רעכיל גראם ווי האסטו געשאפט? ריין קונסט.

ישן נושן ,והמשכו פון פערל צו בערל.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:05 pm
דורך יאיר
איך אויך האט געשריבן:
לאליפאפ האט געשריבן:פישלע די מעכיל רעכיל גראם ווי האסטו געשאפט? ריין קונסט.

ישן נושן

טאקע?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 25, 2014 10:27 pm
דורך איך אויך
ניין.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 10:57 pm
דורך כוכב
ווי תכריכים ווייסע
די אויגן נאסע
מיט הבדלה פלאמען
רינגס אין ראמען
פארהייראט אין א וויילע
דאס בין איך די כלה!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 1:04 pm
דורך כוכב
https://youtu.be/aoEnkdgHEgE

ברוך שכוונתי...