בלאט 1 פון 1
אינטערנעץ-צייטונג דער יידישער מאמענט
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 1:56 pm
דורך קרעמער1
ס'איז גאר א אינטרעסאנטער יצירה, זיי שרייבן מער ווייניגער אויף א חסידישן אידיש, ס'איז גענצליך פריי (תרתי משמע) און זיי האלטן זיך אויף פון ביישטייערונגען און פון רעקלאמעס
http://www.yiddishmoment.com/index.htmlכהיום האבן זיי שוין א צוואנציג אפטיילונגען און זיי פלאנען אויף נאך
אינעם אפטיילונג "יונג און חסידיש" שרייבן זיי: דער מאמענט' איז געווארן די באליבטע צייטשריפט ביי יונגע חסידים איבער דער וועלט! אמן!
מיר לויבן און דאנקען אונזערע צענדליקער טויזנטער יונגע חסידישע לעזער פון אלע קהילות איבער דער וועלט, וואס פאסמאקעווען זיך מיט אונזער זשורנאל.
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 3:49 pm
דורך ידען
סע געווען אמאל א אשכול פון אלע blogs און websites. איך מיין אז מע דארף עב דארט לייגן.
עס זעהט אויס א גוטע סייט אביר אביסל נישט מסודר, אדער ווייל איך בין נישט געוואוינט צו דעם?
נשלח: זונטאג יוני 03, 2012 6:17 pm
דורך קרעמער1
ס'איז א אינטרעסאנטע סטייל
דאס איז נישט קיין וועבסייט אדער א בלאג, זיי אפערירן ווי א געהעריגע אונטערנעט-צייטונג נאר אויף היימיש אידיש און דאס איז די אינטרעסאנטקייט דערפון
פון וועלכע אשכול רעדסטו?
נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 2:29 am
דורך John Doe
ס׳געפעלט מיר זייער.
נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 8:39 am
דורך ברוין
די אידישע אפטייטש פון 'שעירס' איז 'אקציעס'?
נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 9:09 am
דורך ידען
קרעמער1 האט געשריבן:ס'איז א אינטרעסאנטע סטייל
דאס איז נישט קיין וועבסייט אדער א בלאג, זיי אפערירן ווי א געהעריגע אונטערנעט-צייטונג נאר אויף היימיש אידיש און דאס איז די אינטרעסאנטקייט דערפון
פון וועלכע אשכול רעדסטו?
viewtopic.php?f=4&t=474
נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 9:09 am
דורך ידען
ברוין האט געשריבן:די אידישע אפטייטש פון 'שעירס' איז 'אקציעס'?
יא.
נשלח: מאנטאג יוני 04, 2012 9:39 am
דורך אלבערט
ווען קומט ער ארויס מיט דעם צייטונג? איינמאל א וואך? וועלכע טאג? קען מען זען די אלטע אויסגאבעס אויך?
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 9:35 am
דורך בן תמליון
זייער אינטערעסאנט. ווער זענען די שרייבער ווי זענען זיי געווען ביז היינט? איז דען דא א פארלאנג פאר אידיש היינט? ס'שמייכלט ווי ער באשרייבט זיין קונקוראציע מיטן יידיש-פארווערטס עסטאבלישמענט וואס זענען שוין פון לאנג גוססים:
נאפאלעאן האט אמאל באמערקט זיינע גענעראלן מיט גרויס אויפגעבראכקייט: ,מ'באשולדיקט מיך אין גנבהנען די פראנצויזישע קרוין. כ'האב ניט צוגערויבט די קרוין פון פראנקרייך; כ'האב זי געפונען אויפן רינשטאק!' ,דער מאמענט' האט ניט צוגעגנבהט די יידישע קרוין; מיר האבן זי געפונען אין אן אפענעם, פרישן קבר! ,דער מאמענט' האט אליין געשאפן א נייע, יידישע קולטור און פרעסע צוזאמען מיט א ניי יידישלאנד. מיר וואלטן דערקלערט, אז ,די יידישיסטישע מאפיע' וויל אונז באגראבן, אבער ס'עקזיסטירט ניט אזא ארגאניזאציע. וואס ס'עקזיסטירט פאקטיש איז זייער א קליין קרעמל אייפערזיכטיקע, אומפעאיקע נודניקעס און ניט-פארגינער מיט א שרייב-מאשינקע אדער קאמפוטער-קלאוויאטור, וואס שרייבן אויף א מאדנעם תרגום, וואס זיי באצייכענען ווי יידיש!
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 11:11 am
דורך בן תמליון
דער $5000 פרייז פאר דער בעסטער קורצער דערציילונג און $2000 פאר פאעזיע רעדט צו מיר. הלואי א חסיד געוואונט.
http://www.yiddishmoment.com/index.html
נשלח: דינסטאג יוני 05, 2012 6:23 pm
דורך פרעג מיין קינד
אלבערט האט געשריבן:ווען קומט ער ארויס מיט דעם צייטונג? איינמאל א וואך? וועלכע טאג? קען מען זען די אלטע אויסגאבעס אויך?
זיי לייגן כסדר צו קלייניגקייטן דא און דארט אבער בעיקר ערשיינט עס פרייטאג וואס דאן שרייבן זיי די ערשטע זייט און א לייט-ארטיקל
א טייל בלייבט אויפן בלאט ביי די קאטעגאריעס וואו מ'דארף אראפסקראלן צו זען די פריערדיגע און ס'איבריגע די שבת'דיגע באגריסונגען און לייט-ארטיקלען איז אין די ארכיוו פון יעדן חודש
ס'איז פול מיט אינטרעסאנטע היסטאריע און בילדער פון אלטע צייטונגען און שטעט. ס'האט נאר א חסרון אז מ'קען נישט לינקן צו א פאוסט אינמיטן א בלאט.
מ'קען זיי נאכפאלגן אויף טוויטער וואו זיי מעלדן כסדר'דיגע אפדעיטס
https://twitter.com/#!/Yiddish_Momenthttps://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%93%D7 ... 7%A0%D7%98
נשלח: מיטוואך יוני 06, 2012 9:27 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
בן תמליון האט געשריבן: נאפאלעאן האט אמאל באמערקט זיינע גענעראלן מיט גרויס אויפגעבראכקייט: ,מ'באשולדיקט מיך אין גנבהנען די פראנצויזישע קרוין. כ'האב ניט צוגערויבט די קרוין פון פראנקרייך; כ'האב זי געפונען אויפן רינשטאק!' ,דער מאמענט' האט ניט צוגעגנבהט די יידישע קרוין; מיר האבן זי געפונען אין אן אפענעם, פרישן קבר! ,דער מאמענט' האט אליין געשאפן א נייע, יידישע קולטור און פרעסע צוזאמען מיט א ניי יידישלאנד. מיר וואלטן דערקלערט, אז ,די יידישיסטישע מאפיע' וויל אונז באגראבן, אבער ס'עקזיסטירט ניט אזא ארגאניזאציע. וואס ס'עקזיסטירט פאקטיש איז זייער א קליין קרעמל אייפערזיכטיקע, אומפעאיקע נודניקעס און ניט-פארגינער מיט א שרייב-מאשינקע אדער קאמפוטער-קלאוויאטור, וואס שרייבן אויף א מאדנעם תרגום, וואס זיי באצייכענען ווי יידיש!
אשפג. ער זאגט דאך אזוי גוט!
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 7:46 am
דורך איינער
די סייט דארף וויכטיג איבערמאכונג, עס וואלט געווען ראטזאם פאר זיי צו אינוועסטירן די $5000 און דעם סייט.
נשלח: פרייטאג יוני 08, 2012 1:55 pm
דורך קרעמער1
וואס נאך ווילסטו פאר בחנם? ס'איז אויף אן אומזיסטער וועב-זייטל...
http://www.weebly.com/אגב, קוקט וואס ער שרייבט אנהייב דעי וואך
,דער מאמענט' איז א מגילה און מ'לייענט אים אזוי.אשפגתי