יוצר קרישקעלעך, על דא ועל הא
נשלח: פרייטאג אקטאבער 24, 2014 2:35 pm
די רעדע איז איבער דעם יוצר וואס ווערט יא צו נישט געזאגט דורכאויס אידישע ימים טובים, אדער אין געוויסע שבתים ווען ערליכע אידן שטייען על המשמר, אז ס'זאל נתעלה ווערן די ניצוצות נישט בלויז פון דעם איינעם לאקשן קוגל - - וועלכער איז כידוע הלכה למשה מסיני - - נאר מ'זאל זיך לאזן קאסטן אפילו אויף אזאנע קוגלען, וואס סתם עמך אידן באטראכטן ווי בלויז נאך א מאכל אויפ'ן טיש.
נער הייתי, און אודה ולא אבוש, כ'האב צוריק דאן געזען דעם גאנצן מושג פון יוצרות, ווי נאך א פליגל פונעם מלאך הממונה אויף דעם ואפילו בהסתרה: א נערווען קריכער און לאנגווייליגער צייט פרעסער, וועלכער שפייזט זיך מיט אידישע ריטואלן. ס'טייטש צו די אנדערע חלקים פונעם גלות-לאנגען דאווענען, האב איך כמובן יא געהאט דאס געדולד (לאמיר דאס לאזן אזוי); ס'איז בלויז געווען דעם מאדנעם יוצר וועמען כ'האב באשולדיגט אין זיין א מיסיאנער פונעם "כולו לה'" לאגער - - א באנדיט וועלכער איז דא על דעת איבערצורעדן תמימות'דיגע שעות פונעם טאג, זיי זאלן זיך אנשליסן אין זיין פראקציע.
את חטאי אני מזכיר היום, כ'האב ליידער געזען מיין ארימען זעל, אין זיין איינשטימיג מיט דעם שטן, און די פילע אומות העולם רח"ל. מיט אזא קאארדינירטער ארמיי, האבן מיר באוויזן זיך צו דערשלאגן אזש ביז צו דער מזרח-וואנט, און געשטעלט די מיליאן דאללער פראגע צו די חכמי חרשים, אדער בעסער געזאגט נבוני לחשים: "מה מצוה הזאת, ומה טעם יש בה". וואס איז פשט פון דער אומפארשטענדליכער און ענדלאזער זאגעריי.
א חלק פון די שלוחי דרחמנא, האבן פראבירט קלארצושטעלן, אז זיי ווייסן אויך נישט פונקטליך וואס, און פארוואס זיי טוען נאכאנאנד מירמלען די מירמעלאציע הגדולה. מ'זאגט, מ'גולמ'ט, מ'כיפערט און מ'דרימלט, אלץ מיט דעם איינעם ציל פון ענדיגן. פארט אבער, וועלן זיי ווייטער פארזעצן צו פראקטיצירן דעם אומפארשטענדליכן מנהג בכל תוקף, און דאס, משום "חוקה היא, ואין להרהר אחריה". דעם הסבר כשלעצמו, איז ממש געווען קולע אל השערה - - ספעציעל אז מ'פראבירט צו קוקן פון דער זעלבער ברייטער פערספעקטיוו, וועלכע די דאזיגע גאוני עולם פארמאגן צו אלץ און אלעמען. הלכה למעשה אבער, האב איך געפינען דעם ענטפער אין זיין קנאפ בייהילפיג. נו וואס זאל איך טאן אז איך בין נאכנישט אויף זייער מדריגה?
דאס רוב מאידך גיסא, האט געהערט מיינע כפירה רייד, אבער האבן זיך באלד פארטייבט די אזוי-אויך טלית-איבערגעדעקטע אויערן. דאס איז שוין לכאורה געווען משום "שאני מינות דמשכי", און פשוט נישט יעדער ציווילער שם-אפשטאמיגער, קען זיך זעלבסט זען האבן אזא ראפאנירטן מח, ווי די יעניגע שארפזיניגע גוט-זאגערס אין דער "דע מה שתשיב" מעלות-רובריק. איי ס'פרעגט דא א קינד א תם "מה זאת", ער וויל וויסן, ער וויל אויך. אבער ניין, "ס'שמעקט" דאך ווי דעם רשע'ס "מה העבודה הזה לכם".
"ר' איד! הערט אים נאר אויס איין מינוט, איידער איר גרייט זיך מקיים צו זיין די מצוות עשה דאורייתא פון הקהה את שיניו. ער וויל דאך 'לכם ואף לו,' ער וויל דווקא נישט זיין דער יוצא מן הכלל."
"איך קען די חברה נישט פון היינט. איך דריי זיך שוין אויף דער וועלט ב"ה לאנג גענוג, צו וויסן אז פון אזא איינעם לויפט מען אוועק ווי פון פייער. שוין גארנישט אזא תם; שטעלט א פנים ווי א תם, און שטויסט ווי א מועד. ער איז אן אויבער-חכם, ער וויל וויסן, ער פרעגט, ס'איז אים נישט גוט אזוי ווי זיין טאטע און זיידע האבן זיך געפירט, ער מוז 'פארשטיין'. ווילסט טאקע דווקא הערן? 'יוצרות איז געשריבן מיט רוח הקודש, און מ'זאגט דאס ווייל דיין טאטע האט אזוי געזאגט.' " - עד כאן אומרים בפיקחות הגדול.
אלס קינד פלעגט מיך דאס שטארק באנג טאן, און דא דארט איז פאר מיר געלונגען צו שעפן סיפוק, דורך אקצעלערירן א ווילדן און הילכיגן אש-אש-אש-אש-אש גאלאפ. פאנטאזיעס ווי איך טרייב א שנעל-לויפנדן אויטא איבער א סוספענשאן-בריק, האט געשאפט דעם שוואוילטאג אן אפציעלן ריטאם, און ערשט דאן האב איך געארבעט שווער צו איבערצייגן מיין סקעפטישן ארום, דאס אז כ'האב אין פאקט יא ארויסגעזאגט יעדעס ווארט.
אלס בחור אבער, האב איך שוין געוואגט צו איבערהיפן די יוצרות, מיט א פרעכן קרירות. געפינען האב איך מיך דאן אין א מצב, וואו מ'איז ווי מ'זאגט "קאמפליטלי צואה-לאז." א דעמן, פון סיי וועלכער מאס, האט מען פון מיר בשום אופן געקענט קריגן, אפגעזען פאר וועמען, אדער וואס ס'האט נאר געבעטן. תחנונים האבן נישט געהאלפן, ווי חנופה צוגלייך. פיש ביי דער סעודה המפסקת האב איך מ'שטיינס געגעסן אן שפירן אפילו א צל פון גילט, און צו כרפס האב איך אראפגעשטעלט מיין אייגענעם שיעור כזית - - א פענדל פון אנארכיע האט ווי געפלאטערט פון העכער מיין קעפל, מיט עזות און שטאלץ.
ויגדל הנער, און ברוך ה' שלא עזב חסדו מאיתי, כ'האב טועם געווען דעם געשמאקן טעם פונעם עץ הדעת. טאקע שפעט, אבער בעסער שפעט ווי קיינמאל. לחץ איז לאו דווקא וואס גיין אין בית מדרש טוט באדייטן, און די צייט איז שוין נישט דער זעלבער שונא, ווי פון דעם אמאל. נעווערדעלעס, די מצווה פון קוגל פרעסעריי, בין איך ווייטער מקיים בכל פרטיה ודקדוקיה - - גענוי ווי איך בין מהדר ביי אלע אנדערע מצוות התלויות באכילה. יעצט אבער, איז דאס שוין מער נישט כגוף בלי נשמה, און כ'הייב שוין אן שפירן די סודות נשגבות וואס באהאלטן זיך אונטער דעם שלייער פון עולם הזה.
אבער דא עקא, מ'קען אן אלטן בער נישט לערנען טאנצן. נישט ממש, כ'גיב מיך באכאשעם אן עצה. טייטש און פשט גייען בדרך כלל אריבער בשלום תחת השבט, מיט יעדן צענטער, וואס הייבט אריין דעם שמיץ.
מאכט זיך אמאל אבער א ווארט, א שורה, א פאראגראף, און צומאל א גאנצע שטיקל, וואס דארף מער ביאור, כדי ס'זאל זיך גליטשן געשמירט.
כולנו בני איש אחד אנחנו, מיר אלע האבן זיך געהאדעוועט אין דעם זעלבן סיסטעם. אן אידילאגיע וועלכע פארמאגט גרויס רחבות ווען ס'קומט צו צמצום; פארשפרייט איגנאראנץ דורך פארוואנדלען אלצדינג אין א חוקה, און וועט ארבעטן צו גלאריפיצירן דעם שוטה דורך אונטערדריקן פארשטאנד. איז כדאי צו מייחד זיין א ווינקל דא, וואו ס'זאל קענען אויסגעשמועסט ווערן ציטאטן, קרישקעלעך, שאלות ותשובות, הערות והארות איבער יוצרות, להודות ולהלל פני שוכן מעונים. דערווייל האב איך נישט געטראפן דא אזא אשכול; אדרבה, אויב איז שוין פארהאן אן אשכול, זאל מען מיר עמיצער ביטע אנצייגן, ולמצוה גדולה ייחשב.
משום ואל תיטוש, וועל איך אנהייבן מיט א מילתא דבדיחותא, איידער מיר הייבן אן לערנען. ביי יוצר אור, זאגט מען ביי אונז חסידים נאר "אור עולם באוצר חיים". דערמיט ווילן מיר מאניפעסטירן, דאס אז מיר ברויכן זיך רעכענען, נישט מיט דעם שולחן ערוך, און נישט מיט מסורה. ואם אינו ענין ליוצר, תנהו לענין אחר.