מזל טוב! דער געראטעוועטער צום רעטער!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

מזל טוב! דער געראטעוועטער צום רעטער!

שליחה דורך שעפטל »

אן אינטערסאנטע מעשה האב איך געזעהן באשריבן, ס'איז מיר ווערט געווען אראפצושרייבן.

א בחור פון ארץ ישראל, א ירא שמים מרובים, א מצויין פון א גאר גוטע ישיבה, אן אויסגעווענדליכע בעל מדות טובות עלטערט זיך און עלטערט זיך, יעדער גראדע פארשטייט עס אביסל, טראץ דעם וואס נארמאלערהייט וואלט ער געדארפט זיין א כאפ, טוהן א באמבע שידוך און אנהייבן זיין נייעם גליקליכן לעבן, האט ער געהאט איין פעלער, א שטארקן צייכן אויף זיין פנים, און ס'איז געווען שטארק מערקבאר.

דער בחור האט אנגעהויבן ארויסגיין מיט מיידלעך, יעדע איינס ביי איינס איז פשוט נתפעל געווארן פון זיין באנעמונג, זיין ווארעמקייט און זיין קלארקייט, אבער ביזדערווייל האט ער נאכנישט געטראפן דעם ריכטיגן זיווג וואס זאל אוועקקוקן איבער די חיצוניות און אים נעמען מיט זיין אויסזעהן.

דעם בחור פון די אנדערע זייט האט מען אים אנגעהויבן אנגעטראגן גאר שוואכע שידוכים, ממש אינו לפי כבודו, ער האט נישט געקענט זעהן ווי ער וועט קענען אויסלעבן זיינע יארן מיט אזעלכע אומפאסענדע, ער טראכט צו זיך אזוי, איך דארף ממש אויף אלעמען אוועקקוקן און נעמען א שאינה הגון אלעס צוליב מיין צייכן אויפן פנים? זו תורה וזו שכרה? אויף דעם האב איך געשטרעבט אלע מיינע יארן?

מיט א צובראכן הארץ איז ער אריבערגעגאנגן צום פוסק הדור, הגאון הגדול רבי חיים קנייבסקי שליט"א, קודם סתם בעטן א ברכה אז ער זאל שוין זוכה זיין צום ולחופה, און שוין אזוי אויך אנפרעגן דעת קדשו צו ער זאל שלום מאכן מיטן מצב און נעמען וואס מ'טראגט אים נאך אן.
דער גאון שליט"א רופט זיך אן: "די נעקסטע מאל וואס דו זיצט מיט א מדוברת, פאר ווי וואס ווען זאלסטו דערציילן ווען און וויאזוי דו האסט באקומען דעם צייכן!"
דער בחור גייט ארויס צוטומעלט, טראכט צו זיך "איך גיי מיך טרעפן מיט איינעם און נאך פאר יענער גייט האבן א שאנס צו זעהן מיינע מעלות גיי איך זיין גאר דער וואס ברענגט ארויף מיין ברענענדיגע חסרון??" אבער האט באשלאסן אז רבי חיים האט אזוי געזאגט איז דאס זעכער דעם רצון ה'!

א שטיק צייט שפעטער טראגט מען אים ווידער אן א בת ישראל, פון א שיינע משפחה, א בת תלמוד חכם, בקיצור א היפשע חלום שידוך, ער האט זיך מיט איר געטראפן און הייבט אן "נאך פאר מיר גיי מיר אריין אין סיי וואס, וויל איך דיר דערציילן די היסטאריע פונעם צייכן וואס איר זעהט דא אויף מיין פנים" ער לייגט צו "זאלסט מיר מוחל זיין אז איך הייב אן אונזער שמועס דערמיט, אבער אזוי בין איך באפוילן געווארן דורך הרב קנייבסקי"
די מיידל האט זיך געוואונדערט איבער זיין הקדמה, און נאך מער איבער דעם באפעל פונעם גדול הדור, אבער הערט אים אויס מיט אינטערעסע.
דער בחור איז ממשיך "איר זעהט אודאי דעם צייכן אויף מיין פנים, און איר ווינדערט אייך אודאי אזוי ווי אלע אנדערע וואס דאס איז, איז דאס עפעס אין די משפחה, קען דאס אריבער גיין צו די קינדער... לאמיך אייך דערציילן וואס עס האט פארסירט" און דער בחור הייבט אן מיט די מעשה "פאר אפאר יאר צוריק האב איך שפאצירט איין נעכט היפש שפעט אין איינע פון די גאסן אין ירושלים, פלוצלינג הער איך געשרייערייען פון איינע פון די הונטערגאסן (Alleys) איך האב מיך געאיילט און אהינגעלאפן זעהן וואס ס'גייט דארט פאר, ווען איך קום אן דערנעבן זעה איך ווי א אינג מיידל לויפט און שרייט, און הונטער איר לויפט אן אראבער וואס האט איר געוואלט מאנס זיין, אן טראכטן צוויי האב איך אנגעהויבן נאכלויפן דעם אראבער מיט די גרעסטע כוחות, דער אראבער האט אנגעהויבן אוועקלויפן צו אן אנדערע ריכטונג, און איך האב נישט נאכגעגעבן, איך האב מיך אנגעשטרענגט מיט די גרעסטע כוחות, און ביי עפעס א זייטיגע געסל האב איך ב"ה געכאפט דעם אינגן שגץ'ל, איך האב אים אראפגעוורארפן צו דער ערד שרייענדיג פאר הילף, אין יענע מינוט האט דער אכזר ארויסגענומען א גרויסן מעסער און מיך ביטערליך אריינגעשטאכן אין פנים אריין, פון ווי ס'האט אנגעהויבן צו גיסן עמערס בלוט"
דער בחור אטעמ'ט אפ און איז ממשיך "דאס מיידל איז ב"ה געראטעוועט געווארן, און איז אהיימגעלאפן א דערשראקענער, ווידעראום מיך האט מען פון דארט אריינגעטראגן אין שפיטאל און נאך עטליכע פלעסטיק אפעראציע'ס האבן די דאקטוירים נאר געקענט איבערגעבן אז דאס צייכן וואס איך האב קען מען נישט פאררעכטן און איך וועל פארבלייבן דערמיט מיין גאנץ לעבן!" דער בחור ענדיגט צו "איך אנטשולדיג מיך נאכאמאל אז איך דערצייל דאס, אבער מצוה לשמוע דברי חכמים"

דער בחור פארענדיגט זיין ערציילונג און וויל ווייטער ציהן א שמועס, אבער זעהט ווי דאס מיידל איז גאר שטארק איבערגענומען, ענטפערט נישט גארנישט, שנירעלעך טרערן הייבן אן אראפצורינען פון אירע אויגן אויף אירע באקן, דער בחור האט שוין חרטה, אבער פרעגט איר "עפעס גייט פאר??" דאס מיידל קען נישט קומען צום ווארט, און מיט א געשטיקטע קול זאגט זי וויינערדיגערהייט "א-י-ך ב-י-ן י-ע-נ-ע מ-י-י-ד-א-ל-ע!!! נאך מיר איז אן אראבער נאכגעלאפן און מיך פרובירט צו שעדיגן, איך האב געציטערט אבער זיך גענומען שרייען, פליצלונג איז א בחור ארויסגעטאנצן און מיך ממש געראטעוועט! זינט דאן גייט נישט דורך א טאג וואס איך טראכט נישט פון די מעשה און איך אייביג קומט מיר ארויף דעם בחור, איך האב אזוי שטארק געוואלט וויסן ווער דאס איז און אים כאטש קענען באדאנקן! איך בין דעמאלטס אנטלאפן ווי אן אויגן בליק, קיינמאל נישט געדענקט וויאזוי ער קוקט אויס!" און די מיידל ענדיגט צו "קוק נאר ווי די השגחה עליונה פירט אונזער וועלטל! ער האט מיך אהערגעשיקט דיך צו טרעפן, הלואי ווען אונז קענען מיר ב-ל-י-י-ב-ן צ-ו-ז-א-מ-ע-ן פא-ר-א-י-י-ב-י-ג!!!" און די מיידל ברעכט ווידער אויס אין א יאמערליכן געוויין.

דער בחור איז ווי עס פארשטייט זיך אליינס, נישט געבליבן אונטערשטעליג.. האט אויך אנגעהויבן וויינען און טראכט צו זיך, ווי גרויס זענען די עבדי ה'!

און שפעטער האט מען געבראכן טעללער און זיי האבן חתונה געהאט למז"ט כדת משה וישראל!

מזל טוב! מזל טוב!
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
ברסלבער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2048
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 27, 2012 11:07 am
האט שוין געלייקט: 3570 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3510 מאל

שליחה דורך ברסלבער »

זייער אינטערעסאנט און רירנד. וואו איז דאס געווען געשריבן?
די וועלט זאגט אז שכחה איז א חסרון, און איך זאג אז עס איז א גרויסע מעלה. אזוי קען מען פארגעסן אלע צרות און פראבלעמען און אנהויבן יעדן טאג פון ניי. (רבי נחמן מברסלב)
נתן מנחם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 129
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 27, 2013 1:58 pm
האט שוין געלייקט: 52 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 117 מאל

שליחה דורך נתן מנחם »

אזוי ווי מיין כתה ג' רבי פלעגט זאגען "וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך אליינס!"
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2518 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2801 מאל

שליחה דורך שעפטל »

ברסלבער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט און רירנד. וואו איז דאס געווען געשריבן?

באקומען פון איינעם א פעיסבוק לינק
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

ס'געווען באשריבן אין פיפל ספיעק פון חיים וואלדער

ממילה קאן זיין אז ס'איז א געבעקס זיינעם
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום zurich, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שעפטל האט געשריבן:
ברסלבער האט געשריבן:זייער אינטערעסאנט און רירנד. וואו איז דאס געווען געשריבן?

באקומען פון איינעם א פעיסבוק לינק

כאילו (ווי גלייך) איינער זאל פרעיגן, אין וועלעכן מוסר ספר האסטו דאס געליינט? ענטפערט יענער,...אין פעיס-בוק...!
שוין, הרב צוקערבערג שליט"א. איהר זענט שוין געווארן א מזכה את הרבים אויכעט...
אויב אזוי, פארוואס האקן די רבנים אזוי שטארק אויף אינטערנעט??!!...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

נתן מנחם האט געשריבן:אזוי ווי מיין כתה ג' רבי פלעגט זאגען "וואס מען טוט, טוט מען פאר זיך אליינס!"

און ווי מין רבי פלעגט זאגן ''וואס מען באקט ,זאל זיין גוט געבאקן''
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דארף מען זעהן צי דער בוך האט א הסכמה פון ר' חיים...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
zurich
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 813
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 16, 2012 12:34 am
האט שוין געלייקט: 532 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 290 מאל

שליחה דורך zurich »

איך קען נישט פארשטיין דעם בחור, איין מאל דאס מיידל איז געראטעוועט לויף דו אויך אוועק! וואס לויפסטו נאך דעם אראבער ביסט אויפן קאפ געפאלן??
לית דין בר נש
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1512
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 06, 2014 5:18 pm
האט שוין געלייקט: 5973 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1125 מאל

שליחה דורך לית דין בר נש »

וואס מיינט כאפצעם??? לויפטס אוועק אדער כאפ אים און מען וועט אים איבערגעבן צו פאליציי?
לכאורה האט ער נישט געוויסט יענע האט א מעסער האט ער אים געוואלט אראפהאלטן אז עס זאל זיך נישט איבערשפילן
א קשיא אויף א מעשה
טראכט וואס די שרייבסט! שרייב נישט וואס די טראכסט! (אדער אפשר יא)
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

People speak volume 3 די ערשטע מעשה.(אן ר' חיים)
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
chusid
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 878
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 11:40 pm
האט שוין געלייקט: 1386 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 432 מאל

שליחה דורך chusid »

what can we learn from this story?
.זיך צו פארבינדן chusid03@Gmail. Com
באניצער אוואטאר
לעיקוואד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3911
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 7:22 am
האט שוין געלייקט: 1536 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6289 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך לעיקוואד »

I have a dream
Martin Luther King ~
קאווע טרינקער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 7167
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 18, 2012 11:01 am
האט שוין געלייקט: 4109 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 7909 מאל

שליחה דורך קאווע טרינקער »

chusid האט געשריבן:what can we learn from this story?

אז מ'דארף זיין אפען.
Under influence
באניצער אוואטאר
איש עברי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 798
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 01, 2014 6:41 pm
האט שוין געלייקט: 997 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1854 מאל

שליחה דורך איש עברי »

chusid האט געשריבן:what can we learn from this story?

אז טאמער מען באטייליגט זיך ביי כאפצעמס קען עס העלפן אין די צוקונפט פאר א גוטן שידוך
באניצער אוואטאר
קאסטנער
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 377
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 19, 2014 7:55 pm
האט שוין געלייקט: 309 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 181 מאל

שליחה דורך קאסטנער »

chusid האט געשריבן:what can we learn from this story?

אז חיים וואלדער איז א קנאקעדיגע שרייבער אין בעל החלומות
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20419
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

יש אומרים, אז ער איז משה גרילק, דער עורך פון "משפחה". געוועיזענער עדיטאר פון "יתד נאמן". אפילו זיינע שרייבונגען אין "משפחה" זענען דמיונות. ער שרייבט כאילו ער האט געכאפט א שמועס מיט א חבר. ס'איז אזוי ווי דער יארמער רב שליט"א זגט אייביג אז דער יצר טוב און דער יצר הרע האבן זיך געקריגט. איינער האט געזאגט טיי אויף און דער אנדערער האט געזאגט שטיי נישט אויף. האט ער זיי ארויסגעשיקט אין קאך זיי זאלן זיך קריגן דארט. און ער איז ווייטער געשלאפן...!
באניצער אוואטאר
איך אויך
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 6351
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 10, 2012 3:27 pm
האט שוין געלייקט: 8611 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2811 מאל

שליחה דורך איך אויך »

אז ווער איז?
משה גרילק איז דער שרייבער פון גאר באקאנטע נאוועלן.
Follow The Money ׁׂ(מרן Deep Throat ז''ל)
באניצער אוואטאר
אויסגערוט
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 206
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך סעפטעמבער 03, 2014 11:38 pm
האט שוין געלייקט: 343 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך אויסגערוט »

berlbalaguleh האט געשריבן:יש אומרים, אז ער איז משה גרילק, דער עורך פון "משפחה". געוועיזענער עדיטאר פון "יתד נאמן".

האסט א טעות. חיים "אליאב" איז משה גרילאק
באניצער אוואטאר
מאטי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3090
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 5:06 pm
האט שוין געלייקט: 3382 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4490 מאל

שליחה דורך מאטי »

מיר ליגט אין קאפ אז די אלע מעשיות פון וואלדער'ן ווערט צום ערשט געליפערט אויף א ראדיא פראגראם וואס יעדער קען מיטהאלטן. ווייסט איינער דערפון?
My enemy showed me an Olive Branch, upon closer observation it turned out to be covered in Fig Leaves
פארשפארט