בלאט 1 פון 2
קולות אין שומר שבת! "שמירה" מהו?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:36 am
דורך קאפקעיק
אין א קאלטע מאנטאג נאכט, דריי איך מיך אזוי ארויף אויף די דרייצענטע עוועניו אין בארא פארק, אויפן וועג צוצופארן עפעס ארלעדיגן, אזוי פארנ'דיג און נאכלויפנדיג איין יעלוי לייט נאכ'ן צווייטן דערמאן איך זיך אז מ'קען שוין היינט דאווענען מעריב פרי, געב איך מיך א דריי אריין אין 53 און איך פארק אריין לעבן שומר שבת,
און דאן האט עס פאסירט,
איך גיי אראפ די טרעפ און איך הער אזעלכע צעקות, איך וועל העקן דיינע קאמפיוטער'ס! איך וועל דיך נאך ארעסטן! און אזוי האט ער-עפעס א משולח מיט א צעטל- איינעם דארט באזונגען, און בא'שגץ'ט, אז ווען נישט ר' הילל וואלט אנגעקומען דארט וואלט נאך געפלויגן פעטש, און נאכדעם האט ער נאך אנגכעפט עפעס א הייסע קאווע וואס איז דארט געווען, און עס געווארפן אויפן יוד וועם ער האלט אינמיטן אנשרייען, וואס שטייט אין די זייט פון עם, אנגעטוהן אין א קורצע רעקל מיט א שיינע נעקטיי, און ציטערט פון שרעק, אינמיטן געט א לויף אריין א יונגערמאן/בחור פון "שמירה" , און כאפט אן דער משולח אין געט עם א שלעפ ארויס פון דארט, באגלייט מיט נאך צוויי דריי "שמירה" מעמבערס, און מ'פירט עם צו צו א זייט,
פרעג איך זיך אזוי נאך, וואס האט פאסירט? זאגט מען מיך, אז דער עלעגאנטע יוד האט געמאכט א ברכה און דער משולח האט עם געהייסן זאגן הויעך, אז ער זאל קענען ענטפערן אמן,
למעשה ביז וואס ווען ווי, איז אנגעקומען פאליס, הצלה, EMS, שומרים, און מען האט עם דארט אויפגעהאלטן א האלבע שעה און געלאזט גיין,
לענייננו וואלט איך געוואלט וויסן, וואס איז דאס שמירה? ווער שטייט אינטער דעם? וואס זענען זייערע מאטיוון? איז עס גוט אז ס'איז דא קאמפעטישן פאר שומרים? אדער אפשר וועט דאס מאכן א צימישעניש?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:51 am
דורך לאליפאפ
שמירה איז א קאמפעטישן ארגענעזאציע פאר שומרים. שמירה גייט שוין אן עטליכע יאר דא אין בארא פארק, אבער האבן זיך ערשט לעצטנס ארויפגעארבעט און געווארן מער אפישעל.
וויבאלד זיי זוכן צו האבן א אויבערהאנט סערווירן זיי זייער שיין דעם עולם, ווי צב"ש די לעצטע פאר ימים טובים זענען ארומגעפארן עט ליעסט א דאזען פעטראל קארס און סקוטערס פון CWSP - שמירה און געהאלפן מיט וואס מ'דארף נאר.
די ארג ווערט געפירט דורך א בחור לייפער, דוד לייפער אויב איך געדענק גוט, און פון ווי דאס געלט קומט איז א מיסטעריע פאר תושבי בארא פארק.
וואס נאך וויסטע וויסן?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:04 am
דורך שבת אחים
לאליפאפ האט געשריבן:וואס נאך וויסטע וויסן?
די נומבערס פון די לאטערי
שטייטצעך א פריוואטע מעסעדש אין אישי ....נאך דאס פעלט מיר אויס צו ווערן א שותף מיט כל הקָהל הקאַווע
און ס׳וואלט געוועהן שיין פון דיין זייט ווען דו ווארפסט אריין אפאר ברענד נייע תירוצים אויף אונזער אלעמען באקאנטען שווערע בית יוסף קשיא וואס דריקט אַ יעדען רעכט-דענקיגע איד אין די דאזיגע דערהויבנע ערב חנוכה זמנים
דאס אלעס !

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:27 am
דורך רויטע וואנצעס
עס ווערט געפירט דורך לוי יצחק לייפער.
די חברה זענען גרויסע אנהענגער פון כ"ק אדמו"ר מ'ניקולשבורג זעכצן/וואודבוירן שליט"א.
אויף טוויטער:
https://twitter.com/CWSPshmiraאיך בין נישט קיין צימעס איד, אבער ס'איז א דבר ידוע אז יענקי דאסקל פון שומרים האט עם גערופן אין קאורט אפאר מאל. מ'קען זעהן די לאוסאוט ערגעץ אנליין.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:39 am
דורך קאפקעיק
יישר כח פאר אלע וואס האבן צוגעשטעלט אינפארמאציע!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:51 am
דורך לית דין בר נש
רויטע וואנצעס האט געשריבן:אבער ס'איז א דבר ידוע אז יענקי דאסקל פון שומרים האט עם גערופן אין קאורט אפאר מאל. מ'קען זעהן די לאוסאוט ערגעץ אנליין.
דאכט זיך מיר אז דאס איז נישט ריכטיג איך מיין אז ער איז פשוט צוויי מאל ארעסטירט געווארן איינמאל גידענק איך ער איז דוירכגעפארן א רויט לייט און געמאכט א עקסידענט און אריינגעפארן אין די בילדינג אויף 55 און 15 און ער האט אפגעצויגן פון דוירט ער איז שפעטער אליין אריין אין שפיטאל די צווייטע מאל ווייס איך נישט פארוואס מען האט אים ארעסטירט.
עכ"פ שמירה טענה'ט סך הכל אז יענקי דאסקאל איז געשטאנען אינטער דעם אז מען זאל אים ארעסטירן.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:52 am
דורך רויטע וואנצעס
אהה
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:00 am
דורך קאפקעיק
וואס גייט עם אן אז ס'איז דא נאך אזא ארג.? ער מאכט געלט אויף שומרים?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:05 am
דורך קאווע טרינקער
קאפקעיק האט געשריבן:וואס גייט עם אן אז ס'איז דא נאך אזא ארג.? ער מאכט געלט אויף שומרים?
ס'גייט קיינעם נישט אן, אויסער "שומרים".
פארוואס? צוליב די זעלבע סיבה פארוואס "עזרת נשים" גייט-אן פאר "חברה הצלה". מתעסקים/חסד של אמת וכו' וכו'.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:44 am
דורך סאשי פיש
פאר די זעלבע סיבה האט שומרים אויסגעשאסען די פענסטערס פון די נייע שמירה קאר מוצאי יום כיפור.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 12:35 pm
דורך קאפקעיק
Wow! איך פארשטיי פון דא אז ס'איז העווי עקשאן צווישן די צוויי
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 12:55 pm
דורך [NAMELESS]
איז נישט שמירה פון קראן הייטס?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:16 pm
דורך קאפקעיק
אפשר האבן זיי דארט אנגעהויבן, היינט זענען זיי city wide
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:19 pm
דורך דולה ומשקה
קאפקעיק האט געשריבן:אין א קאלטע מאנטאג נאכט, דריי איך מיך אזוי ארויף אויף די דרייצענטע עוועניו אין בארא פארק, אויפן וועג צוצופארן עפעס ארלעדיגן, אזוי פארנ'דיג און נאכלויפנדיג איין יעלוי לייט נאכ'ן צווייטן דערמאן איך זיך אז מ'קען שוין היינט דאווענען מעריב פרי, געב איך מיך א דריי אריין אין 53 און איך פארק אריין לעבן שומר שבת,
און דאן האט עס פאסירט,
איך גיי אראפ די טרעפ און איך הער אזעלכע צעקות, איך וועל העקן דיינע קאמפיוטער'ס! איך וועל דיך נאך ארעסטן! און אזוי האט ער-עפעס א משולח מיט א צעטל- איינעם דארט באזונגען, און בא'שגץ'ט, אז ווען נישט ר' הילל וואלט אנגעקומען דארט וואלט נאך געפלויגן פעטש, און נאכדעם האט ער נאך אנגכעפט עפעס א הייסע קאווע וואס איז דארט געווען, און עס געווארפן אויפן יוד וועם ער האלט אינמיטן אנשרייען, וואס שטייט אין די זייט פון עם, אנגעטוהן אין א קורצע רעקל מיט א שיינע נעקטיי, און ציטערט פון שרעק, אינמיטן געט א לויף אריין א יונגערמאן/בחור פון "שמירה" , און כאפט אן דער משולח אין געט עם א שלעפ ארויס פון דארט, באגלייט מיט נאך צוויי דריי "שמירה" מעמבערס, און מ'פירט עם צו צו א זייט,
פרעג איך זיך אזוי נאך, וואס האט פאסירט? זאגט מען מיך, אז דער עלעגאנטע יוד האט געמאכט א ברכה און דער משולח האט עם געהייסן זאגן הויעך, אז ער זאל קענען ענטפערן אמן,
למעשה ביז וואס ווען ווי, איז אנגעקומען פאליס, הצלה, EMS, שומרים, און מען האט עם דארט אויפגעהאלטן א האלבע שעה און געלאזט גיין,
לענייננו וואלט איך געוואלט וויסן, וואס איז דאס שמירה? ווער שטייט אינטער דעם? וואס זענען זייערע מאטיוון? איז עס גוט אז ס'איז דא קאמפעטישן פאר שומרים? אדער אפשר וועט דאס מאכן א צימישעניש?
פון דער מעשה זעה אז די גאנצע עסק דארט אין שומר שבת איז געוועהן סך הכל פון איינער פון די פילע משולחים וואס איז פרום אויף יענעמס חשבון און האט געוואלט ענפערן א אמן אויף יענעמס ברכה. נו, שומר שבת איז דאך א קאלעקציע פון אלע סארט. דער גאנצע 'שמירה' דא איז טפל שבטפל צום עיקר מעשה, אויב ווילסטו אויס פויקן 'שמירה' איז דאך שוין דא א אשכול מיוחד דערפאר.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:20 pm
דורך איך אויך
דארף מען צושטעלן גענוג גנבים און סתם גוים חשודים עס זאל זיין כדי חלוקה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:24 pm
דורך לאליפאפ
ראשעקאל האט געשריבן:איז נישט שמירה פון קראן הייטס?
קאפקעיק האט געשריבן:אפשר האבן זיי דארט אנגעהויבן, היינט
זענען זיי city wide
ניין. ניין.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:31 pm
דורך לאליפאפ
לית דין בר נש האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:אבער ס'איז א דבר ידוע אז יענקי דאסקל פון שומרים האט עם גערופן אין קאורט אפאר מאל. מ'קען זעהן די לאוסאוט ערגעץ אנליין.
דאכט זיך מיר אז דאס איז נישט ריכטיג איך מיין אז ער איז פשוט צוויי מאל ארעסטירט געווארן איינמאל גידענק איך ער איז דוירכגעפארן א רויט לייט און געמאכט א עקסידענט און אריינגעפארן אין די בילדינג אויף 55 און 15 און ער האט אפגעצויגן פון דוירט ער איז שפעטער אליין אריין אין שפיטאל די צווייטע מאל ווייס איך נישט פארוואס מען האט אים ארעסטירט.
עכ"פ שמירה טענה'ט סך הכל אז יענקי דאסקאל איז געשטאנען אינטער דעם אז מען זאל אים ארעסטירן.
קודם כל.. ביי יענעם עקסידענט אויף 15 האט אים הצלה אריינגעפירט און שומרים האט פארשפרייט אויף אים אז ער איז אנטלאפן און אויף דעם ארויף האט מען אים ארעסטירט.
און א צווייטע פאל איז געווען, וואס פארדעם קלאגט ער יעצט אן פיר שומרים מיטגלידער, אז ער האט געדרייווט אויף דרייצנטע עוועניו און א קאר מיט שומרים מעמבערס האבן אים נערווירט, געקאט, געברעיקט וכדו' ביז ער האט געגעבן א צינד אן די סיירענס פאר א רגע. גראד האט מען אים געפולט און ארעסטירט, די פראבלעם איז נאר אז דער לייפער קען יעדן געזעץ אויסעווייניג און יעצט קלאגט ער די אפיציר מיט די שומרים מעמבערס.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 2:37 pm
דורך לית דין בר נש
לאלי סארי ביי יענע עקסידענט בין איך דוירט געשטאנען ער איז נישט אריין מיט הצלה ער איז אליינס אריבער קיין לוטער"ן שפיטאל זיין טענה פארוואס עס איז נישט קיין hit and run איז ווייל ער איז אריין אין שפיטאל און ער מיז נישט גיין מיט א אמבולאנ"ס אזוי האט ער מיר געזאגט!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 3:03 am
דורך לאליפאפ
סארי נישט מיט הצלה.. וואטעווער דער בחור קען יעדע געזעץ אף ביי הארט!
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:30 am
דורך דריידל
אין וויליאמסבורג איז אויך דא עפעס אן ארג. פון אזעלכע וועם שומרים האט נישט געוואלט ארייננעמען (בחורים) און זיי האבן געמאכט שבת פאר זיך. איך געדענק הערענדיג איבער דעם מיט יארן צוריק, מעגליך אז ס'עקזיסטירט מער נישט
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 10:37 am
דורך סאשי פיש
יא עס איז געווען.
בארי דייטש (קרויס) פלעגט זיין די אנפירער דערפון.
זיי האבען זיך אויך גערופען שמירה.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 8:18 pm
דורך שטילע אינגערמאן
לייפער איז א חתן געווארן
Re: קולות אין שומר שבת! "שמירה" מהו?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2015 11:44 pm
דורך דורכגעטראכטער