בלאט 1 פון 8
איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 6:30 am
דורך מעכל
וואס איז אייער מיינונג
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 7:37 am
דורך הוגה
נישט.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:40 am
דורך איך אויך
בעסער געזאגט דו רעדסט טעאריע אדער למעשה ,ווייל ווער טוט דאס נאך היינט?
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:47 am
דורך שמעקעדיג
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:06 pm
דורך Kool man
Its the most safe place to slap, and doesn't usually leave any marks, I believe this is the only reason why the old school parents used to prock there.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 1:10 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 3:13 pm
דורך ודי למבין
איז אויסגעהאלטן צו פראקן עלטערע מענטשן דארט? וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן פאר עלטערע איז אויך נישט אויסגעהאלטן פאר יונגערע.
והוא הדין ביי יעדע זאך וואס איז נוגע אנרירן א קינד; אויב איז עס אויף אן אופן וואס דו וואלסט נישט אזוי אנגערירט אן ערוואקסענעם האסטו נישט קיין רעכט דאס צו טון פאר א קינד.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 3:44 pm
דורך שמעקעדיג
טעות
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:23 pm
דורך יעדער לאכט
ודי למבין האט געשריבן:איז אויסגעהאלטן צו פראקן עלטערע מענטשן דארט? וואס עס איז נישט אויסגעהאלטן פאר עלטערע איז אויך נישט אויסגעהאלטן פאר יונגערע.
והוא הדין ביי יעדע זאך וואס איז נוגע אנרירן א קינד; אויב איז עס אויף אן אופן וואס דו וואלסט נישט אזוי אנגערירט אן ערוואקסענעם האסטו נישט קיין רעכט דאס צו טון פאר א קינד.
סארא שטותים. דו וואלסט געגלעט געקישט אן ערוואקסענעם? לכאורה נישט.. סאו קיש נישט/גלעט נישט דיין קינד.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 8:30 pm
דורך chusid
איך אויך האט געשריבן:בעסער געזאגט דו רעדסט טעאריע אדער למעשה ,ווייל ווער טוט דאס נאך היינט?
אוודאי אין טעאריע. וואס האט דאס מיט איינס פון די צוויי צדדים דלעיל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2019 8:56 am
דורך זאפטיג
עס איז נישט דא קיין שום היתר אין דער וועלט
יעצט אז איך בין עלטער און איך קוק צוריק און זעה ווי נאיוו אינז זעמיר געווען. עס שוידערט מיר!!!
די רבי'ס (נישט אלע פאשטייטסעך) האבן געטוהן אן א שיעור זאכן שלא כהלכה וואס האט איבערגעלאזט א רושם אויף אינז דריטע דור פון היטלער ימ''ש
איך ווייס נישט אויב איך מעג דא אויסרעכנען
אבער עס טיט וויי און ב''ה היינט ווי ווייט איך ווייס איז דאס שוין פארבאטן און א מלמד וואס רוהט אן א קינדס הויזן דארף מען אים ארויסשיקן פון חיידער בו ביום און מאכן זיכער אז ער איז נישט אין דער עולם החינוך אין דער גאנצע וועלט!!
ווי איז געווען דער היתר אראפציען קינדערס הויזן און הייסן שפייען?
ווי איז געווען דער היתר זיך אויסלאזן דער גאנצע כעס און שלום בית אויף א קינד?
עס איז נישט געווען קיין שום פיקוח אויף מלמדים און ב''ה היינט זעה איך ביי מיינע קינדער ווי זאכן האבן זיך שטארק געטוישט
און פאר ענק אלטע פארצייטישע מלמדים מיט די פאסיקעס מיט שטעקענעס.. קומטס אהער שוין .. טיטס אויס דער ברילן לייג דיין פיאות אויפן אויער ... טראך פאטש... יעצט לייגט דייך איבער דעם טיש.. ניין אזוי אה אזוי. אהער מיטן שטעקן...............ווא ווא קנאק בום
דיס איז פאראל או יא
נשלח: דינסטאג אפריל 02, 2019 1:35 pm
דורך אישתישבי
די האסט געהאט א רבי וואס האט געהייסן אראפציען די הויזן?
וועלכע חיידער?
נשלח: מיטוואך אפריל 03, 2019 10:56 am
דורך זאפטיג
קענסט מיר זאגן וועלכע חיידער נישט?
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 6:04 pm
דורך זאפטיג
ווען גייט מען ענדליך מאכן א סוף צי דעם
אלע חדרים אין דער וועלט האבן שוין געסטאפט נאר נישט סאקמער!!!
זאל איך ארויסנעמען מיינע קינדער??
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 9:37 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
טאמער א מלמד איז א ממזר א שלעגער, וועט עס נישט העלפן איהם נישט צו לאזען שלאגען. מיט די מויל קען מען פונקט אזוי צוקלאפען א קינד.
נאר למעשה דארף יעדער טאטע וויסען אז דיסציפלין איז נישט געוועלדיגן. מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
נשלח: מיטוואך מאי 15, 2019 10:29 pm
דורך גראף
911
Sent from my SM-G950U using Tapatalk
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 11:09 am
דורך דער גאלדענער אדלער
זאפטיג האט געשריבן:ווען גייט מען ענדליך מאכן א סוף צי דעם
אלע חדרים אין דער וועלט האבן שוין געסטאפט נאר נישט סאקמער!!!
זאל איך ארויסנעמען מיינע קינדער??
כ'פארשטיי דיך אינגאנצן נישט, אז דו האסט געהאט א גאר שלעכטע עקספיריענס אין סאקמערע חדר, פארוואס האסטו געשיקט דיינע קינדער דארט, זיי זאלן איבערלעבן דיינע קאשמארן?!?! פארגינסטו דען נישט פאר דיינע קינדער א בעסערע יוגענט ווי דו האסט געהאט????
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 11:41 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א באקאנטע מיינער, א סאטמארער וואס איז געווען א יתום אלס אינגעל, האט לעצטענס געטראפען זיין מלמד אין ביהמ"ד. ער איז צוגעגאנגען צו איהם און ער האט איהם דערלאנגט א משכנתא, זאגענדיג צו איהם, "דעמאלס ביסטו געווען שטארק און איך מאכטלאז. דעריבער האסטו אויסגענוצט דיין געלעגענהייט. יעצט איז עס פארקערט. ווילאנג איך הער נישט איז דו האסט זיך אפגעזאגט פון דיין אמט, גייסטו כאפען פון מיר ווען אימער איך טרעף דיר".
ער טענה׳ט אז יענער האט זיך טאקע אפגעזאגט.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 2:38 pm
דורך מיינונגזאגער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:טאמער א מלמד איז א ממזר א שלעגער, וועט עס נישט העלפן איהם נישט צו לאזען שלאגען. מיט די מויל קען מען פונקט אזוי צוקלאפען א קינד.
נאר למעשה דארף יעדער טאטע וויסען אז דיסציפלין איז נישט געוועלדיגן. מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
מיטן מויל קען מען אסאך מער צוקלאפן א קינד ווי מיט א פיזישער פראסק אדער פראק
Sent from my iPhone using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 3:25 pm
דורך יין שרף
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: מ׳קען האבען פאלגזאמקייט אן פעטש און שרעק. נישט נאר מ׳קען נאר עס איז פיהל לייכטער. מיט זעלבסט קאנטראל טוט מען אויף פיהל מער כמו שחזיתי בעיני ממש.
Sent from my LG-K373 using Tapatalk
אדרבא, גיב אביסל פערענטינג קלעסעס דא..
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 3:52 pm
דורך שקד
אין 'מנשה לוסטיג - אויטאביאגראפיע' איז דא עטליכע פרקים וועגן דעם ווייטאגליכע טעמע. און ער האט אין פלאן נאך צו מאכן דערפון א דאקומענטארי וכדומה.
קומט אריין מיט געשיכטעס, למען ידעו דור אחרון, שלא אבותינו בלבד גאל ה' מהשואה, אלא אף אותנו..
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 3:58 pm
דורך זרחי
דאכט זיך אז אויך אין שטובער איז געווען עלטערן וואס האבן אראפגעצויגן די הויזן פון די קינדער כדי צו פראקן אויף די נאקעטע הויט, אבער ס'איז אינו דומה צו ווען א מלמד טוט דאס בפרט בפרט אין פראנט פון די קלאס. פראקן אויף די הויזן איז אבער געווען א אנגענומענע מיטל ביי פארשידענע עלטערן און מלמדים בעיקר פאר די קלענערע קינדער און נאכמער אין די גויישע וועלט
Re: איבערלייגען און פראקן קינדער, אויסגעהאלטען אדער נישט
נשלח: דאנערשטאג מאי 16, 2019 4:35 pm
דורך גראף
אין דער חדר ניצט מען לייסעסנד טוטערס אדער פראפעשענעלס ווען מען ברויך אדער חדש איז אסור? אפשר פארדעם דארף מען אראפ ציען די הויזען און ח''ו פראקן ווען ער טראגט די הויזען. דער שלום בית ליידענדע טאר דאך נישט משנה זיין און אפ זאגן פון זיין זשאב טאר מען נישט ווייל ער ברויך א זשאב און טאמער 'העט ער זיך דרייען און פרייען ליידיג עט נישט טויגען.
Sent from my SM-G950U using Tapatalk