בלאט 1 פון 1

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:50 am
דורך קאווע טרינקער
האסט געוואלט ער זאל זיין נאנט מיט די מתפללים בשעת זיין קאפ ליגט נאר ביי די מתפללות?
-
כידוע וכנהוג, וועט אייביג זיין טענות אויפן רב. אויב איז ער צו נאנט, וועלן געוויסע מתפללים אים חושד זיין בחנופה! פארקערט, וועלן געוויסע זיך וואונדערן "איך בין נישט געווען דא ביי שחרית, און די רב פרעגט נישט וואו איך בין געווען?" - וויאזוי ער זאל נאר טוהן וועט נישט זיין גוט.
מיין רב גראדע, איז א *סס*אלל, ער וועט שמייכלען צו דיר אין בית המדרש, אבער אויב זעהט ער דיך אויפן גאס וועט ער דיר ניטאמאל באמערקען, און אויב יא, וועט ער דיר ווייזען א זויער פנים. - פארוואס איך דאווען דארט? ווייל ס'מיר באקוועם דארט. ווען ער מאכט חתונה גיי איך, אבער צו זיין לויה? מן הסתם נישט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:55 am
דורך לית דין בר נש
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווען ער מאכט חתונה גיי איך, אבער צו זיין לויה? מן הסתם נישט.

מאי שנא?

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:57 am
דורך קאווע טרינקער
הכרת הטוב.
משא"כ א טויטע מענטש, וואס איז "לית דין בר נש".

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 9:57 am
דורך shem-tov
וואס טוט זיך מיטן טוב ללכת

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 10:02 am
דורך קאווע טרינקער
וואס טוט זיך מיט ואהבת את ה' אלוקיך....

כ'האב א לאנגע ליסטע ביז טוב ללכת

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:14 pm
דורך חכם עתיק
די אלע וואס האבן די ביהמ"ד פאר פרנסה, און ווערדעניש, מוזן זיין נאנט צו די מתפללים צו קענען לעזן אפאר דאללער. טאקע אמאל געהערט פון אזא רב, אז ער קען נישט שטיל מאכן די שמועסערס, ווייל זיי זענען זיינע שטיצערס.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 28, 2014 4:39 pm
דורך berlbalaguleh
חכם עתיק האט געשריבן:די אלע וואס האבן די ביהמ"ד פאר פרנסה, און ווערדעניש, מוזן זיין נאנט צו די מתפללים צו קענען לעזן אפאר דאללער. טאקע אמאל געהערט פון אזא רב, אז ער קען נישט שטיל מאכן די שמועסערס, ווייל זיי זענען זיינע שטיצערס.

נו, איז דאך דער הייליגער ברך משה זי"ע גערעכט געוועין. ער האט אמל מסביר געוועין פארוואס דער רב פון ביהמ"ד מוז זיין אן עושר. אזוי מוז ער נישט אנקומען צו די מתפללים, און ער קען זיי זאגן מוסר...!

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:24 pm
דורך שלמה המלך
שטיל מאכען די שמיסערס איז נישט גענוג זיין אן עושר נאר מ'מיז זיין א תקיף אויך.... די רב קען זיך בעטען צי זיין שטיל און מפייפט אריין, ער מיז קענען נעמען קאטס אין שרייען אדער פארשיקען א.ד.ג. ווייל אנדעם איז זייער שווער!

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 8:10 pm
דורך קאווע טרינקער
א פרישע סקאנדאל, דאס מאל א מרביץ תורה, שווימט ארויף אלץ א סעריעל נואף!

Re: איז אייער ביהמ"ד'ס רב נאנט מיט די מתפללים?

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 8:24 pm
דורך דעת תורה
א היימישע זאך? דאהי?

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 9:33 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 9:58 pm
דורך געוואלדיג
פארוואס איז אוממעגליך צו טרעפן די פעיסבוק בלאט פון די "לא תשתוק" ארגענעזאציע וואס האבן דאס לכאורה די ערשטע מפרסם געווען?

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 11:20 pm
דורך קאווע טרינקער

נשלח: מאנטאג יוני 20, 2016 11:23 pm
דורך קאווע טרינקער
http://www.mastertorah.com/
זיין וועב זייטל

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 12:14 am
דורך שבת אחים
איז דעס ״אש התורה״ די מיסיאנערישע ארגאנעזאציע וואס זענען מקרב אידישע טעכטער צו אידישקייט??? :lol:

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 12:15 am
דורך קאווע טרינקער
ער פלעיגט זיין אין אש התורה, ביז מ'האט אים פארשיקט

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 12:15 am
דורך קאווע טרינקער
כ'האב באקומען א תאוה צו ווערן א רב...

Re: איז אייער ביהמ"ד'ס רב נאנט מיט די מתפללים?

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 9:01 am
דורך טאמבל סאס
אז איך פרעזענט עווידענס צו קול הלשון אז איך בין א חזיר, וועלן זיי אקצעפטירן מיינע שיעורים? צייט צו טוישן צו קול ענות.

Sent from my SM-G903F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יוני 21, 2016 9:19 am
דורך מישו מאוד מעניין
מיין רב און ביהמ"ד איז באמת א פיינע מענטש, מער ווייניגער האבן איהם אלע ליב, ער האט א גוטע מעלה ער איז א מדריך פאר חתנים, אלע חתנים האבן זייער הנאה פון איהם, ער מישט זיך "נישט" אריין און די לעבן נאכן חתונה, ער טוהט זיין ארבעט און פארשטייט זיך זיין געלט און גענדיגט מיט דעהם ער העלפט פאר וועלכע אינגרמן וואס דארף הילף און ער איז גוטע נייעס
מען קען סתם שמועסן מיט איהם ווי א גוטע חבר
בקיצור איך בין זייער צופרידן מיט מיין רב
איך ווינטש יעדער איינער אזוי