"למעשה" #4: עס איז די מיינד-סעט, סטופיד!

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3794
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 7131 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8180 מאל

"למעשה" #4: עס איז די מיינד-סעט, סטופיד!

שליחה דורך ונבנתה העיר »

א פארווייטאג'טע קאפיטל אין אמעריקאנער היסטאריע צו וועלכע נישט פיהלע האבן חשק צוצולייגן הארץ, אדער אפילו קאפ, איז דער חורבן – בגשם ורוח – וואס דער ווייסער מענטש [אייראפעער] האט אנגעברענגט אויף דעם אלטגעזעסענעם תושב פונעם קאנטינענט – דער אינדיאנער.

אין א רעלאטיוו-קורצע תקופה האט מען זיי אונטערגעברענגט פיזיש און גייסטיש, דאס זענען געווען גאר אנדערע ברואים מיט גאנץ אן אנדערע קולטור, זיי האבן קיינמאהל געהערט פון די א.ג. פארגעשריטענע ציוויליזאציע אויף די אנדערע זייט פונעם ים, עס זענען ביי זיי נישט געווען שיינע פארלימענט געביידעס אדער עלעגאנטע בגדים, קעגן דעם האבן זיי אבער נישט געהאט אזא דורכגעפוילט'ער מהלך המחשבה ווי דער ווייסער מאן.

אהן קיין קליידער זענען זיי געגאנגען, געלעבט האבן זיי בעיקר פון פאנג און אנדערע פרימיטיווע מיטלן, עס זענען נישט געווען קיינע קלארע אנגעצייכענטע גרעניצן צווישן דעם שטיקל לאנד פונעם ערשטן און דעם צווייטן, עס האט ענדערש אויסגעזעהן ווי איין גרויסע דזשונגל אין וועלכע אלע באשעפענישן לעבן אינאיינעם.

דאס אלעס איז אבער נישט געווען א טרוקענער אויסדרוק פון פרימיטיווע פארטעמפטקייט, עס איז געווען דער אפקלאנג פון גאר אן אנדערע מהלך המחשבה, א מיינד-סעט אין וועלכע דער מענטש לעבט אין הארמאניע – און איז א טייל - מיט דער גאנצער באשאף, אנשטאט וועלן איינשלונגען אלס און אלעמען פאר זיין אייגענע הצלחה, איז ער אן אבר פון איין גרויסע, לעבעדיגע, בריאה, דאס לאנד לאזט זיך נישט צושניידן אין גלייכע, מאטריאליסטישע, ליניעס; אט דער טייל געהערט פאר ראובן און זיין נאכבאר פאר שמעון, פונקט פארקערט, די גאנצע בריאה געהערט פאר מאמע-ערד, מיר זענען א טייל פון איהר, מיר לעבן אויף איהר, מיט איהר און דערנאך אין איהר ווי משפחה מיטגלידער, ביי זיי האט מען פון יעזוס נישט געוואוסט, זיין ארט איז געווען פארנומען מיטן לאנד און באשאף, דער גאט פון הארמאניע וועלכער ווייסט נישט פון הייליגע-קריג דעקרעטן, דאס איז דער גאט פון באשאף, דער גאט פון לאנד, אזא לאנד צו וועמען מען קען רעדן און ענטווארטן אן ענטפער אויך.

אין די אויגן פונעם ווייסן מאן, מיר אלע אריינגערעכענט, איז די היסטאריע פון אמעריקא די ערציילונג ווי דער ווייסער מאן האט פאר 500 יאהר צוריק פארבלאנזשעט צום נייעם קאנטינענט, און אין זיינע פיסטריט אהינגעברענגט ציוויליזאציע, געשאפן א מקום מנוחה פאר נאכגעיאגטע אייראפעער, געגרינדעט דרייצן קאלאניעס און סוף סוף פון זיי אויפגעשטעלט די געשעצטע רעגירונג פון די פאראייניגטע שטאטן, פרי עט לעסט, פרי עט לעסט.

דאס איז אבער נאר איין זייט פון די מעשה, די אנדערע זייט – וועלכע איז כאטש אזוי וואליד – איז גאנץ א טונקעלער, לאמיך איבערגעבן דעם ווארט פאר אן אלטן אינדיאנער, 'דעען' הייסט ער.

ער גיסט זיך דארט אויס דאס הארץ פאר א ווייסן מאן, נערבארן, ווי דער ווייסער מענטש באנוצט זיך מיט כל מיני שמות הנרדפים אין די ענגלישע שפראך אוועקצושטעלן א מציאות וואס איז איהם גינסטיג, נייגט אן אויער:

"מיין קליינער אור-אייניקל איז איין טאג אהיימגעקומען פון שולע און מיר פארציילט אז זיי לערנען וועגן דער 'פראנטיער' אין אמעריקאנער היסטאריע, איך האב איהם געפרעגט וואס עס מיינט, זאגט ער אז דאס איז דער פלאץ וואו ציוויליזאציע האט זיך גענדיגט.

"גיב נאר א קוק, זיי לערנען איהם אז ציוויליזאציע האט נאר עקזעסטירט ביז וואו דער ווייסער מאן האט דערגרייכט, דאס מיינט אז אלעס וואט האט זיך געפונען אויף די אנדערע זייט פון יענע 'ליניע' איז געווען אומציוויליזירט, וועל, 'מיר' זענען געווען אויף די אנדערע זייט פון יענע ליניע, מיר האבן אויך געהאט רעגירונגן און געזעצן, אונזערע מענטשן האבן זיך שענער אויפגעפיהרט ווי די וואס זענען אריינגעקומען אין אונזער לאנד, מיר האבן געמיינט אז מיר זענען געווען כאטש אזוי ציוויליזירט ווי דער ווייסער מאן, און דא קומט מיין אור-אייניקל אהיים און רעדט פון 'פראנטיער' און 'ציוויליזאציע', עס איז ווי מיר וואלטן נישט עקזעסטירט.

"יעדעס מאהל איהר רעדט פון דעם פראנטיער זאגט איהר אונז מיט דעם אז מיר מאכן נישט אויס, איך האב נאכגעקוקט דעם ווארט, עס מיינט 'דער גרעניץ צווישן דאס באוואוסטע און די אומבאוואוסטע', ווען איהר נוצט איהר זאגט עטץ אז אונזערע מענטשן זענען א טייל פונעם אומבאוואוסטע, איהר לערנט אייערע קינדער, און אונזערע קינדער, א היסטאריע וואס זאגט אז די אינדיאנער מענטשן זענען געווען א טייל פון א גרויסע, מסוכנ'דיגע, ליידיגע שטח אויף די אנדערע זייט פון די ליניע וואו מענטשן האבן געהאט געזעצן און קולטור, עס איז ווי עס וואלטן געווען ווילדע חיות, גיפטיגע שלענג און אינדיאנער, און זיי זענען אלע געווען די זעלבע – עפעס 'אומבאוואוסט' וואס האט געמאכט דאס לאנד 'מסוכן'.

"דו זעהסט, דאס איז א חלק פון דער גרויסער ערציילונג וואס איהר זעהט ניטאמאהל, איהר לערענט וועגן דעם פראנטיער, איהר רעדט פון די ווילדע לאנדשאפטן און ווי ליידיג דאס לאנד איז געווען, הגם צו אונז איז די לאנד אלץ פול געווען, איהר רעדט פון 'ציוויליזאציע' גלייך ווי מיר וואלטן נישט געהאט דערפון, פשוט ווייל מיר האבן נישט פראבירט שלעפן גרויסע בענקלעך און האלצערנע קאסטנס אדורך די מדבר.

"די וועג ווי איהר לערענט עס האט זיך אמעריקא אנגעהויבן מיט שיפן וואס זענען אנגעקומען קיין מאסאטשוסעטס און ווירדזשיניע, מענטשן זענען פון איהר אראפ און האבן געדארפט דורכברעכן א וועג דורך עפעס א גרויסע, ליידיגע און מסוכנ'דיגע לאנד ... [זיי האבן איהר דורכגעשניטן] ווי קליינע שטראמען וואסער וואס שניידן דורך די ערד, איינמאהל זיי זענען אדורך האבן מער מענטשן נאכגעפאלגט אין זייערע פיסטריט, און אויפן וועג האט מען אנגעהויבן אויפבויען זאכן, ביז די קליינע שטראמען זענען געווארן ווי גרויסע טייכן מענטשן וואס האבן געשטראמט דורך קאליפארניע און ארעגאן און וואשינגטאן, עס איז ווי דער פלאץ וואלט געווען א ליידיגער און איהר האט איהם אנגעפיהלט, און 'היסטאריע' איז די ערציילונג וויאזוי איהר האט איהם אנגעפיהלט און וואס האט פאסירט בשעת'ן אנפיהלן.

"... דאס איז אבער נישט וויאזוי עס איז געשעהן ביי אונז, פאר אונז איז דאס געווען א גרויסע לאנד איבער וועלכע מענטשן האבן איבעראל געוואוינט, דערנאך זענען עטליכע מענטשן געקומען צו אונזערע ברעגעס און אונז אנגעהויבן אוועקשטופן, [דערנאך זענען אנדערע געקומען פון דרום און פון צפון] ... און זיי האבן אלע געוואלט עפעס פון אונז – פעהל, לאנד, גאלד, זיי האבן עס אדער צוגענומען אדער האבן זיי אונז געצווינגען עס זיי צו פארקויפן, זיי האבן אלע געהאט גאנס, זיי האבן אונז אלע גע'הרג'עט אויב מיר האבן נישט געגלויבט אז גאט איז עפעס א מענטש מיט'ן נאמען יעזוס וואס האט אמאל געוואוינט אין א מדבר אויף די אנדערע זייט פונעם ים, זיי האבן אונז נישט צורוה געלאזט.

"עס האט נישט לאנג געדויערט און זיי האבן אויפגעשטעלט א רעגירונג ערגעץ ווייט צו מזרח, און האבן געזאגט אז דאס אלעס איז זייער לאנד, נישט נאר וואו זיי האבן געוואוינט, נאר איבעראל וואו זיי זענען נאר אמאל געווען אדער נאר געהערט דערפון, אויב האבן זיי געקענט שיקן א מענטש אראפצולייגן א פאן ערגעצוואו האבן זיי געזאגט אז אלעס וואס געפונט זיך ביז דארט געהערט צו זיי ... מיר זענען געווארן אריינגעשטופט אין קליינע שטיקלעך לאנד, ווי פיש וואס זענען געשווימען אינעם גרויסן ים און זענען ארייגעשטופט געווארן אין קליינע פאנדס.

"דו זעהסט, צו אונז איז די 'אמעריקאנער היסטאריע' ווי דער גרויסער ים איז פארוואנדעלט געווארן אין קליינע וואסערלעך, ... עס האט גארנישט צוטוהן מיט דרייצן קאלאניעס און וועגענער וואס האבן זיך געשלעפט קיין מערב - אונזער לאנד איז צוגענומען געווארן פון אונז אין יעדע דירעקציע, מיר קענען קוקן אויף די זעלבע פאקטן ווי אייך און זעהן גאר עפעס אנדערש".

עד כאן דבריו.

דאס, טייערע פריינד, האב איך אייך מעתיק געווען פשוט צו באקומען א שטיקל בליק אויף א סוגיא וואס איז אונז ווילד-פרעמד, איצט וויל איך צוקומען צו די נקודה, איך גיב נאכאמאל דאס ווארט פאר 'דעען', זייט איהם גוט מדייק – אזעלכע דברי חכמה הערט מען נישט קיין סאך:

"... די וויכטיגסטע זאך פאר ווייסע מענטשן איז 'פרייהייט', אבער פאר דעם אינדיאנער איז דאס וויכטיגסטע 'רעספעקט'.

"דאס איז פארוואס די ווייסע האבן זיך צוגעהערט צו די שווארצע מער ווי צו די אינדיאנער, די שווארצע מענטשן האבן געוואלט פרייהייט – פונקט ווי די ווייסע, און וויבאלד די ווייסע האבן צוגענומען פרייהייט פון דעם שווארצן שפירן זיי זיך שולדיג פאר איהם.

"אבער דער אינדיאנער איז אלעמאהל געווען פריי, מיר זענען היינט פריי, מיר זענען אלעמאהל געווען מער פריי ווי דער ווייסער מענטש – אפילו ווען איהר זענט דא אהערגעקומען, ווען איהר זענט געקומען צו אונזערע ברעגעס זענען אייערע מענטשן געווען געקליידעט אין בגדים געמאכט פון קייטן, אונזערע מענטשן זענען בכלל נישט געווען געקליידעט און דאך האט 'איהר' פראבירט 'אונז' צו ברענגן פרייהייט.

"די ווייסע וועלט שטעלט די גאנצע מאכט פון אויבן, ווער עס דערגרייכט אויבן האט די כח צוצונעמען אייער פרייהייט, ווען אייערע מענטשן זענען געקומען צו אונזער לאנד איז עס געווען ווייל זיי האבן פראבירט פטור צו ווערן פון די מענטשן וואס געפונען זיך אויפן אויבנאהן, אבער זיי האבן נאכאלס געהאט די זעלבע מהלך המחשבה, גאנץ שנעל זענען געווען נייע מענטשן פון אויבן אין דעם נייעם לאנד, עס איז פשוט די וועג ווי מען האט אייך געלערנט צו טראכטן.

"אין אייערע קירכעס געפונט זיך איינער ביים שפיץ, דאס זעלבע איז אין אייערע שולעס, אין אייער רעגירונג, אין אייער ביזנעס, אלעמאהל געפונט זיך איינער פון אויבן וועלכער האט די רעכט צו זאגן צו איהר זענט גוט אדער שלעכט, איהר 'געהערט' פאר זיי.

"נישט קיין וואונדער אז אמעריקאנער זארגן זיך אלץ וועגן פרייהייט, איהר האט אזוי ווייניג דערפון, אויב וועט איהר עס נישט באשיצן וועט עס איינער ביי אייך צונעמען, איהר דארפט עס היטן יעדע סעקונדע ווי א הונט היט א ביינדל.

"ווען איהר זענט צום ערשט געקומען צווישן אונז האט איהר נישט געקענט פארשטיין אונזער מהלך, איהר האט געוואלט געפונען דעם מענטש וועלכער שטייט פון אויבן, איהר האט געוואלט טרעפן די געיטס וואס בינדן אונז אריין – וואו ווייט גרייכט אונזער לאנד, וואו ווייט גרייכט אונזער רעגירונג, אייער וועלט איז געווען צונויפגעשטעלט פון שטייגן [cages] האט איהר געמיינט אז אונזערעס איז אויך, איהר האט טאקע פיינט געהאט אייערע שטייגן אבער דאך האט איהר געגלויבט אין זיי, זיי האבן דעפענירט אייער וועלט און עס האט אייך געברענט אז זיי זאלן אויך דעפענירן אונזערס.

"אונזערע אלטע האבן דאס באמערקט גלייך פון אנפאנג, זיי האבן געזאגט אז דער ווייסער מענטש לעבט אין א וועלט פון שטייגן, און אויב וועלן מיר נישט אכטונג געבן וועלן זיי אונז אויך צווינגען צו לעבן אין א וועלט פון שטייגן.

"האבן מיר אנגעהויבן גוט באטראכטן, אלעס האט אויסגעזעהן ווי שטייגן, אייערע קליידער האט אייך געפאסט ווי א שטייג, אייערע הייזער האבן אויסגעזעהן ווי שטייגן, איהר האט געשטעלט געיטס ארום אייערע הייזער, אלעס איז געווען א שטייג, איהר האט פארוואנדעלט דאס לאנד אין שטייגן – אין קליינע, פיהר עקעדיגע, קעסטלעך.

"דערנאך, ווען איהר האט שוין געהאט אלע שטייגן, האט איהר געשאפן א רעגירונג צו באשיצן די אלע שטייגן, און די גאנצע רעגירונג איז געווען שטייגן, אלע געזעצן זענען געווען איבער וואס מען קען 'נישט' טוהן, די איינציגסטע פרייהייט וואס איהר האט געהאט איז געווען אין אייער אייגענע שטייג, און דערנאך האט איהר זיך געוואונדערט פארוואס איהר שפירט זיך נישט פריי און פרייליך.

"מיר אינדיאנער האבן קיינמאהל נישט אזוי געטראכט, יעדער איז געווען פריי, מיר האבן נישט געמאכט קיין שטייגן פון געזעצן אדער לאנד, מיר האבן געגלויבט אין רעספעקט, צו אונז האט דער ווייסער מאן אויסגעזעהן ווי א בלינדער מאן וואס גייט – ער האט געוואוסט אז ער איז אויף דעם נישט ריכטיגן וועג ווען ער האט זיך אנגעשטויסן אינעם עק פון איינע פון די שטייגן, אונזער וועג-ווייזער איז געווען פון אינעווייניג – נישט פון אינדרויסן, עס איז געווען רעספעקט, עס איז אונז געווען וויכטיגער צו וויסן וואס איז ריכטיג ווי צו וויסן וואס איז אומריכטיג.

"... מיר האבן נישט געזוכט וואס איז אומריכטיג, אנשטאט האבן מיר אלעמאהל געזוכט און געגרייכט צו וואס איז ריכטיג, דער זוך האט אונז געהאלטן אויפן ריכטיגן וועג, נישט איסורים און גדרים ... די איינציגסטע מאהל וואס פרייהייט איז וויכטיג איז ווען אנדערע פראבירן אייך צו לייגן אין קייטן, מיר האבן קיין קייטן נישט געהאט האבן מיר קיין פרייהייט נישט געדארפט.

"די וועלט וואס אייערע מענטשן האבן מיטגעברענגט האט אלס געזעהן אין טערמינען פון פרייהייט, מיר זענען אלעמאהל פריי געווען ממילא האט איהר נישט געהאט עפעס ווערטפול אונז צו געבן, די גאנצע וואס איהר האט געקענט טוהן איז עס צונעמען פון אונז און צוריקגעבן אין די פארעם פון שטייגן ... איהר האט צוגענומען אונזער רעספעקט און אונז געגעבן אייער פרייהייט, הגם איהר ווייסט אז עס איז נישט קיין פרייהייט בכלל, עס איז די פרייהייט צו לעבן אין אייער אייגענער פארשלאסענעם שטייג.

"... איהר זענט געקומען צו דעם לאנד ווייל איהר האט באמת געוואלט זיין ווי אונז, אבער ווען איהר זענט אהער אנגעקומען האט איהר זיך דערשראקן און פראבירט אויפצובויען די זעלבע שטייגן פון וועלכע איהר זענט אנטלאפן, ווען איהר וואלט זיך צו אונז צוגעהערט – אוי וואס פאר א לאנד דאס וואלט געווען.

---------------

הייליגע ווערטער – געטליכע ווערטער.

איך האב שוין במקום אחר געשריבן:

ונבנתה העיר האט געשריבן:ליבע ברידער און (איין) שוועסטער, אל ישיא אתכם המלך זקן ואל תאמינו לו כי לא יוכל כל אלוה כל גוי וממלכה להנצל מידם, עס איז גארנישט אזוי שווער.

עס זענען נישט דא קיין הלכות רעוועלוציע, די באשטאנדטיילן פון יעדע אינדווידואלע רעוועלוציע ווערט געפארעמט אין די צורה פון וועמען/וואס מען רעוואלטירט אקעגן.

שווארצע זעצן זיך אינעם ערשטן טייל באס, רעגירטע אוקריינא'ער שלאגן און ווארפן ארויס די רעגירער און זייערע שלוחים, און פעמעניסטן שרייבן ארטיקלען און האלטן דרשות וואס דארפן רעדן צום מוח-טייל וואס האט פארקערטע מיינוגען.

אונזער שלאכטפעלד איז נישט אין די בארא פארק'ער גאסן, נישט אין די בתי מדרשים און אפילו נישט אין די מקוואות, די שדה המערכה געפונט זיך נישט ערגעץ אנדערש ווי אין אונזערע מוחות, דארט איז די נקודת הבחירה, לאזן מיר מען זאל איהר צובינדן בחבלי עגלה צום פני הכלב, אדער זענען מיר מחליט - בינינו לבין עצמינו - אז זי איז משועבד צו גאט און זיין תורה.

על סוס לא נרכב, מיר דארפן נאר זאגן אלהינו למעשה ידינו, יעדער יחיד דארף נאר מאכן א מחשבה'דיגע החלטה, און אט האט איהר די רעוועלוציע, כהמס דונג פאלט אלעס אוועק, מען קען נישט צווינגען נאר די וואס שטעלן צו זייער מוח דערצו.

ווי יענער זאגט, לעבן זאל די רעוועלוציע!


טייערע אידן, דער פראבלעם שטעקט נישט אין די פרטים, דער פראבלעם איז נישט אז פלוני בן פלוני מאכט אייך אומבאקוועם צו טוהן אזוי אדער פארקערט, עס איז גאנץ א קנאפע נפק"מ צו איהר ווילט א שטוב וואס האט א חיות אין ווייסע זאקן אדער אין שטודירן א פאך, דער פראבלעם – און איינציגער פראבלעם – שטעקט אין דעם צוגאנג.

איט איז די מיינד-סעט, סטופיד!

ווילאנג איהר וועט מחליט זיין וואס איהר גייט טוהן דורך אויסשטרייכן אלע אנדערע אפציעס, ווילאנג אייער סימן זיך צו האלטן אויפן גלייכן וועג איז דורך זיך אנקלאפן אין די ווענט אויף די זייטן, ווילאנג איהר וועט איבערגעבן אייער פרייהייט צו א מאכט-דורשטיגער אויבנאהן-זיצער, ווילאנג אייער וועג-ווייזער וועט זיין אינדרויסן פון אייך אנשטאט אינעווייניג, ווילאנג עס וועט אייך זיין וויכטיגער צו וויסן וואס איז אומריכטיג ווי וואס איז ריכטיג, זענט איהר אין דעם זעלבן לאך.

זייט נישט מחליף פרה בחמור, בויעט נישט אייער שטוב און לעבן אויף נעגאוויטעט, זיצט נישט אין כולל ווייל מען טאר נישט ארבעטן, שטודירט נישט ווייל מען טאר נישט לערנען, גייט נישט קיין ווייסע זאקן ווייל מען טאר קיין דזשינס נישט גיין און גייט נישט מיט דזשינס ווייל זי איז נישט ווייסע זאקן.

מאכט א מיטינג מיט אייך אליין, מיט אייער משפחה, לעשט אויס פאר א מינוט די גאנצע וועלט און זייט מחליט וואס וויל איך 'יא', וואס וויל איך טוהן אין גאטס גיגאנטישע בריאה, וואס וועט ערפילן מיין פליכט צו דעם באשאף, צו די מענטשהייט, צו גאט.

עס איז קיין חילוק צו די מסקנא איז ווייסע זאקן, שטודירן, אדער ביידע, מיט א פאזיטיווע מענטש איז שווער זיך צו דינגען, עס לאזט זיך איהם עפעס נישט בא'טיטול'ן 'פורק עול'.

צוויי מענטשן, איינער טאנצט ביים רבינ'ס טיש און איינער שטודירט, ביידע קענען בוחר זיין אין חיים אדער אין מוות, אין איין נקודה ווענדט זיך אלס: זענט איהר א מענטש, זענט איהר א איד, ווייל דאס ווילט איהר זיין, ווייל דאס איז אייער לעבן, דאס איז אייער רעספעקט, אדער טוהט איהר וואס איהר טוהט ווייל איהר ווילט שולל זיין עפעס אנדערש.

מיר האבן א געטליכע זאג: החיים והמוות נתתי לפניך, הברכה והקללה, ובחרת בחיים, למען תחיה אתה וזרעך, צוויי וועגן ווי צו זיין א מענטש – ווי צו זיין א איד, איהר קענט אפטויטן אנדערע אדער באלעבן דאס אייגענע, אבער למען תחי' אתה וזרעך וועט נאר זיין אז דו לעבסט א לעבן וואס איז א ראי', נישט איינע וואס איז א פירכא.

אז דאס לעבן – סיי וועלכע גאנג – איז נישט מער ווי אפזאגן עפעס אנדערש וועט עס אפשר ציען אפאר טאג, אבער והי' כי ישאלך בנך מחר לאמר מה העבודה, וואס טוהען מיר יא, צו וואס דרייען מיר זיך יא אין גאט'ס געבענטשטע בריאה, זאלט איהר זעהן נישט צו בלייבן מיט'ן צונג אינדרויסן.

טוהט ווייניגער אין יענעם אוועקמאכן און מער אין וואס איהר זעהט פאר ריכטיג, גיבט נישט איבער אייער גאט-געשאנקענע פרייהייט פאר די וואס זיצן ביים שפיץ – לאזט עס בעסער ביי אייער חלק אלוה ממעל, וועט אייך גוט זיין בזה ובבא.

ווי דער ליובאוויטשער רבי ז"ל פלעגט זאגן, 'אנן פועלי דיממא אנן' אונזער ארבעט איז ליכטיג מאכן, די טונקלקייט וועט שוין ממילא פארשוואונדען ווערן.

סיי וואס איהר טוהט - גלויבט נישט אין די שטייגן וועלכע געפונען זיך אויף די אנדערע זייט ים.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר