בלאט 1 פון 1

אליין

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:18 am
דורך יאיר
א מענטשעלע אליין
איינזאם געבוירן
אין דער וועלט אזוי גרויס
פארווארפן, פארלוירן

ארום פיל מענטשן
משפחה און פריינט
אין בעטל אליין
בכיות עס וויינט

טעג גייען פארביי
פאראויס אין לעבן
רילעישאנשיפס
טוען זיך וועבן

חברים, געשוויסטער
א באבע, א זיידע
אין א שווערע מינוט
איבריג זענען ביידע

א ישיבה, א סביבה
ער דרייט זיך אין וועלט
א ווייב און קינדער
א גאנצער געצעלט

ווען דער גיסטע פאלט
א שוואכער מינוט
דער מוח פארכמורעט
עס ווערט נישט גוט

עס עקזיסטירן קיין מענטשן
קיין ווארעמער בליק
אליין אין זיין טרויער
ווי אן אסופי מן השוק

קיינער פארשטייט
קיינער זעט
אין דעם הארץ
א שטומער געבעט

ער גייט אין גאס
א גוט ווארט אין מויל
לאכט און שמייכלט
און אין זעהל הויל

קלוג און בא'טעמ'ט
געלט ווי מיסט
באליבט און בא'חנ'ט
דער נפש פוסט

זיין מוח וואנדערט
נישטא קיין טרייסט
ענדלאזע געדאנקען
א צעשאסענער גייסט

דער הארץ - א פייער
פלאמט אויף, שטיקט
א הויפן גרויע אש
נישטא ווער עס קוקט

דער נפש אין געפעכט
ווי דוד און גלית
א צונאמי פארפלייצט
אומזעהבארע כוואליעס

א צופרידענער פנים
א זיכערער בליק
די נשמה צעריסן
אין יסורים עס ליגט

אין דער פרייער וועלט
אן ארעסטאנט אין צעל
אנגעפילט מיט תוכן
א ליידיגער זעהל

גארנישט וועט העלפן
א פריינט אדער א בוך
דער מענטש איז אליין
דערווייטערט פון זיך

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:16 pm
דורך רויטע וואנצעס
דער הערליכע פאעזיע באמערק איך יעצט, איז אויך געווען אליין. זאלן די ווערטער דינען אלץ א פריינט פאר די איינזאמע אשכול.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 8:49 pm
דורך [NAMELESS]
[tag]יאיר[/tag], אזא שטיקל איז געלעגן באהאלטן ביז יעצט?!
דאס איז דאך א הערליך שטיק נשמה!
איינס פון די שענסטע פיוט ווערק וואס כ'האב נאר אמאל געזען.

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:06 pm
דורך ר' שלמה אבן גבירול
איין שטיק יאיר!

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:08 pm
דורך [NAMELESS]
Wow !!

נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2015 9:22 pm
דורך [NAMELESS]
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:איין שטיק יאיר!

אוהא! [tag]ר' שלמה אבן גבירול[/tag] איז ארויסגעקראכן פון באהעלטעניש.
ס'האט זיך געלוינט פאר דעם אליינס!
ר' שלמה, לאזט הערן פון אייך.

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 12:27 am
דורך ר' שלמה אבן גבירול
אדנירם האט געשריבן:
ר' שלמה אבן גבירול האט געשריבן:איין שטיק יאיר!

אוהא! [tag]ר' שלמה אבן גבירול[/tag] איז ארויסגעקראכן פון באהעלטעניש.
ס'האט זיך געלוינט פאר דעם אליינס!
ר' שלמה, לאזט הערן פון אייך.

ס'גיבט א געוואלדיגע גוטע געפיהל, יישר כוח דערפאר

ולעצם הענין, איך בין בכלל נישט אריין אין באהעלטעניש, יעדע פאר טעג סיין איך אריין אין איך פרוביר צו מיטהאלטן כפי מה שידי מגעת. איך פשוט מורא'דיג טריד די לעצטע שטיק צייט צו קענען מגיב זיין, און ס'קוק אויס ווי ס'וועט נאך נעמען אביסל צייט, ביז כ'וועל האב מער צייט

מיט פארשטענדעניש

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 1:02 am
דורך יואב
וואוו! יאיר, א מייסטער שטיקל. קיינמאל באמערקט, א חוצפה אז ס'איז געווען באגראבן. שכח וואנצע פאר'ן ארויסשלעפן דעם אוצר.

שנייד ארויס דעם צענטן פאראגראף, און די פאעמע איז געשריבן ממש אויף מיר.

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 8:14 am
דורך אפטעמיסט
טאקע מורא'דיג.

זעסט יאיר, סוף הכבוד לבוא... אויסער אויב האסט געמאכט א יד אחת מיט וואנצעס. ווער ווייסט.

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 12:29 pm
דורך געוואלדיג
נו וואס זאל איך זאגן?
הערליך, האט שוין שש געזאגט,
wow האט שוין דער געוואגטער ארויסגעברענגט,
א מייסטער שטיבל האט שוין יואב מגדיר געווען,
מורא'דיג האט אפטע געפילט,

וועל איך נאר זאגן, אז יעדער האט געפילט די אלע, נאר ארויסגעברענגט איינס,

א יישר כח יאיר.

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 12:31 pm
דורך רויטע וואנצעס
אפטעמיסט האט געשריבן:טאקע מורא'דיג.

זעסט יאיר, סוף הכבוד לבוא... אויסער אויב האסט געמאכט א יד אחת מיט וואנצעס. ווער ווייסט.


ששש.. טשעפע נישט מיט די אינטערוועלט!

נשלח: פרייטאג יוני 26, 2015 12:39 pm
דורך אפטעמיסט
נישט גענוג אז
א ליידיגער זעהל,
קומט וואנצעס
מיט בלעקמעיל.

אביסל, נו
פיין,
אבער —
ממש אזוי אליין?

ווי זאגט מאטי?
אפטע דא איז ער
קומט טראלן
אין אשכול פון יאיר.