בלאט 1 פון 2
היימישע מיליאנערן אין די נייעס
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:33 am
דורך שאולדיספריםפאקער
איך עפן דא דעים אשכול צו אראפברענגען נייעסער פון די היימישע עשירים
יואלי גאלדמאן און די נייעס
http://m.calcalist.co.il/markets/articl ... 05,00.html
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:45 am
דורך שאולדיספריםפאקער
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:50 am
דורך שאולדיספריםפאקער
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:27 am
דורך [NAMELESS]
ווער איז יואלי גאלדמאן? נייפעסטער'ס זין?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 9:28 am
דורך לית דין בר נש
יאפ יו גאט איט
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 2:46 pm
דורך דריידל
ליינענדיג די ארטיקל וועגן גאלדמאן'ס באזוך קיין א"י האב איך מיך דערמאנט אז זייענדיג אין א"י אלץ בחור האט מיר א ירושלמי געזאגט אז די אמעריקאנער זאלן זיך נישט האלטן אזוי גרויס ווייל ס'עט נאך קומען א צייט ווען זיי וועלן גיין קיין ארץ ישראל שנארן.
יעצט זעה איך אז ס'איז טאקע אזוי
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 3:15 pm
דורך berlbalaguleh
דריידל האט געשריבן:ליינענדיג די ארטיקל וועגן גאלדמאן'ס באזוך קיין א"י האב איך מיך דערמאנט אז זייענדיג אין א"י אלץ בחור האט מיר א ירושלמי געזאגט אז די אמעריקאנער זאלן זיך נישט האלטן אזוי גרויס ווייל ס'עט נאך קומען א צייט ווען זיי וועלן גיין קיין ארץ ישראל שנארן.
יעצט זעה איך אז ס'איז טאקע אזוי
דער חילוק איז נאר, אז ווען א דיעל ארבעט זיך נישט אויס, (בלשון נקיה) אין אמעריקע, אנטלויפט מען קיין ארץ ישראל. אבער ווען מ'שטעלט עפעס אן אין א"י, וואו אהין וועט מען אנטלויפן?!...!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:24 pm
דורך איך אויך
ווי נישט? אין כמעט יעדעס לאנד קענסטו טרעפן אנטלאפענע ישראלים.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:36 pm
דורך קאך_לעפל
מענין לעינן מאותו ענין.
אפשר וואלט ווען געווען כדאי צו מאכן אן אשכול, פון די אלע וואס ווילן זיין מיליאנערן, און שפילן ווי מיליאנערן, און לעבן פון די תומכי שבת פעקלעך?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:37 pm
דורך איך אויך
ח''ו! ביזט אויפן קאפ געפאלן צו וואס?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:40 pm
דורך berlbalaguleh
קאך_לעפל האט געשריבן:מענין לעינן מאותו ענין.
אפשר וואלט ווען געווען כדאי צו מאכן אן אשכול, פון די אלע וואס ווילן זיין מיליאנערן, און שפילן ווי מיליאנערן, און לעבן פון די תומכי שבת פעקלעך?
מיט דעים קענסטו אנפילן, נישט נאר א האלב ביהמ"ד. נאר א האלבע שטאט...!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:57 pm
דורך קאך_לעפל
איך אויך האט געשריבן:ח''ו! ביזט אויפן קאפ געפאלן צו וואס?
ווייל א יוד וואס האט נישט קען געלט, און ער שפילט ווי ער האט יא, איז עס אן עוולה
משל:
אונדערהיים האט טוביה מילכיגער נישט געהאט קיין קיין געלט, דעריבער איז ער געעגאנגען מיט צוריסענע הויזן, און ער איז געווען צופרידן אז ער האט ברויט און מילך, פאר זיך און דער משפחה
היינט: לאזן די פארדארבענע מידות נישט צו אז מען זאל לעבן מיטן אמת, יעדער זיכט צו בלאפן איינעם דעם צווייטען, און די גרעסטע עניים לעבן ווי מיליאנערן, און קהל דעקט דאס.
ר' איד די האסט געלט? לעב ווי אזוי די ווילסט! די האסט נישט? דאן פארוואס לעבט איר ווי א גביר אויף קהל'ס חשבן, מאך נישט חתונה אין קאנטינענטל, מאך חתונה אין ברכה סימא, וואס? עס פאסט דיר נישט? ווער ביזטו? מיט וואס ביזטו אזוי גרויס ביי זיך? אה?
נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:30 pm
דורך גראף
עס װעט זײן גרינגער צו שרײבן װער ס׳לעבט יא מיט די מציאות און לעבט לויט זײנע פארמעגליכקײט װי װער עס לעבט אויף קהל׳ס קאסע
און מאכט זיך װי א גביר.
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 1:15 pm
דורך [NAMELESS]
יואלי גאלדמאן פירט ארום זיינע אינוועסטערס צו די פראפערטיס
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 1:39 pm
דורך berlbalaguleh
קאך_לעפל האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:ח''ו! ביזט אויפן קאפ געפאלן צו וואס?
ווייל א יוד וואס האט נישט קען געלט, און ער שפילט ווי ער האט יא, איז עס אן עוולה
משל:
אונדערהיים האט טוביה מילכיגער נישט געהאט קיין קיין געלט, דעריבער איז ער געעגאנגען מיט צוריסענע הויזן, און ער איז געווען צופרידן אז ער האט ברויט און מילך, פאר זיך און דער משפחה
היינט: לאזן די פארדארבענע מידות נישט צו אז מען זאל לעבן מיטן אמת, יעדער זיכט צו בלאפן איינעם דעם צווייטען, און די גרעסטע עניים לעבן ווי מיליאנערן, און קהל דעקט דאס.
ר' איד די האסט געלט? לעב ווי אזוי די ווילסט! די האסט נישט? דאן פארוואס לעבט איר ווי א גביר אויף קהל'ס חשבן, מאך נישט חתונה אין קאנטינענטל, מאך חתונה אין ברכה סימא, וואס? עס פאסט דיר נישט? ווער ביזטו? מיט וואס ביזטו אזוי גרויס ביי זיך? אה?
איך וואלט געוואלט זעהן א פארקערטע רשימה. אידן, גבירים וואס לעבן ווי ארעמעלייט. ס'איז דא אזאנס אויך. איך אליין קען א איד וועלכער קען איינפאקן א האלב בית המדרש מיט זיין עשירות, בלעיה"ר, און דאך לעבט ער מיט א מורא'דיגן פשטות. אפילו ווען ער פארט קיין פלארידע פארט ער כאילו כפאו שד... למשל דער איד קען זיך ערלויבן צו עסן א טייערע סעודה באשטעלט פון א רעסטאראנט פאר לאנטש א יעדן טאג. אבער ער נעמט א שטיקל געפעקעדזשט קעיק פון גראסערי מיט א קאווע. דאס איז זיין טעגליכער לאנטש. ער גייט מיט א רעקל וואס א משולח פון ארץ ישראל וואלט נישט אנגעטון...אבער ער געט צדקה ביד רחבה. אן אדווערטייזמענטס אין אלע צייטונגען...!
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 1:44 pm
דורך berlbalaguleh
המשך צום פריערדיגן מאמר: איך ווייס אז די אידן די חכמים ונבונים פון קאווע שטיבל וועלן זיכער זאגן אז דאס ביניך אליין. אדער מיין טאטע אדער מיין ברודער.ניין.
איך קען דעם איד מכח כמה טעמים וסיבות אשר אי אפשר לפורטם כאן...!
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 3:10 pm
דורך לית דין בר נש
בערל מען דארף וויסן צו דאס קומט ווייל ער וויל לעבן א פשטותדיגע לעבן
אדער איז ער פשוט קארג ווי די רוחות?
און קארגע גבירים וואס פארגינען זיך און די קינדער גארנישט און אודאי נישט א צווייטן איז ליידער דא אסאך און ספיציעל ביי אונז גאליציאנע
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 3:22 pm
דורך לית דין בר נש
גיהערט אמאל א גוט ווארט פון א איד
אז דער אונגערישע לעבט א ברייט פזרון'דיג לעבן עס קומט לאחר מאה ועשרים די קינדער ווילן פארקויפן די הויז געפונען זיי אויס עס איז דא א ים מיט חובות אויף די הויז און די הויז אין פלארידע איז אויך פארמארגידזשט די קעד"י איז אויך נישט אויס געצאלט וכו' און פארשטייט זיך א פעני קעש אין באנק איז אויך נישט דא.
דער פויליש אידל עסט יעדן טאג ברויט מיט זאלץ אין זיין לעבן נישט גיוועהן אין פלארידע און אודאי קיינמאל קיין קאר נישט געהאט די הוט טראגט ער נאך דאס וואס ער איז אראפגעקומען פון די שיף, אבער לאחר מאה ועשרים שנה וואקן די קינדער אריין אין א אויסגיצאלטע דירה זיי ווילן עס פארדינגען דארפן אנהייבן ארויס צו ווארפן זיין וועש אונטער יעדע פאר וועש פאלט ארויס אלטע גרינע דאלארען יעדע שיפלאד/לעדל האט נאך אביסל קעש אין די תשו' מהרש"ם ליגט א ענוועלאופ פון גרינע און אזוי אויך אין די חי' הריטב"א אויף גיטין וכו'
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 3:48 pm
דורך געוואלדיג
אבער לית להו דין בר נש ווייל זיי זענען זיך נוהג פונקט ווי דער פאטער וחזר חלילה
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 4:33 pm
דורך גיבור
געהערט א אנדערע גוט ווארט: די אונגארישע וויל זיין נאמען זאל שטיין אויפ'ן בנין, די גאליציאנע וויל די בנין זאל שטיין אויף זיין נאמען!
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 5:16 pm
דורך berlbalaguleh
לית דין בר נש האט געשריבן:בערל מען דארף וויסן צו דאס קומט ווייל ער וויל לעבן א פשטותדיגע לעבן
אדער איז ער פשוט קארג ווי די רוחות?
און קארגע גבירים וואס פארגינען זיך און די קינדער גארנישט און אודאי נישט א צווייטן איז ליידער דא אסאך און ספיציעל ביי אונז גאליציאנע
לית דין בר נש: ראשית כל. די הויפט שטאט פון וואו דער גאליציאנער איד קומט הייסט בודאפעסט. און די מדינה, אונגארן. לויט ווי איך האב געהערט איז דער איד געווען א סאך יארן א גרויסער ארימאן. און ער האט נישט פארגעסן דעם טעם פון עניות...!
איכ'ל נאר פארציילן א קליינע עובדה'לע. דער יוד האט אמאל געוואלט קויפן עפעס א חפץ אין א האום דיפאו סטאר פאר בערך 100 דאללער. ער האט געוואלט געבן א טשעק. אבער אזוי ווי ער האט נישט געהאט קיין איי.די. אזוי ווי דרייווערס לייסנס, האט מען נישט גענומען זיין טשעק. האט ער בלית ברירה ארויסגענימען פון זיין טאש, וואו ער האט געהאט פעקלעך מיט הונדערטערס און פופציגערס, א הונדערט דאללער בילל...! מער פרטים וויל איך נישט זאגן. ווייל ס'דא ווער ס'קען די משפחה...!
נשלח: מיטוואך מערץ 11, 2015 7:05 pm
דורך איך אויך
איי וואנדער אויב דו רעדסט פון ר' הערשל שרייבער ני''ו.
נשלח: דאנערשטאג מערץ 12, 2015 11:10 am
דורך Kool man
לית דין בר נש האט געשריבן:גיהערט אמאל א גוט ווארט פון א איד

א רעטעך!