בלאט 1 פון 2

מידטוירם עלעקשנס 2014, נייעס, אנקעטעס, וואלנאכט רעזולטאטן,

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 1:37 pm
דורך ישראל קאפקע
ווען גייט זיין די מידטוירם עלעקשנס?
די עלעקשנס קומען פאר קומענדע דינסטאג נאוועמבער 4, לויט דעם געזעץ דארפן אלע נאציאנאלע עלעקשנס פארקומען די ערשטע דינסטאג פון נאוועמבער,

וואס מיינט דאס 'מידטוירם' עלעקשנס?
מידטוירם וואלן זענען די עלעקשנס וואס ווערט אפגעהאלטן דורכאויס אמעריקע אינמיטן דעם פרעזידענטס טערמין, ווי אלע אנדערע עלעקשנס ווערט עס אפגעהאלטן די ערשטע דינסטאג פון נאוועמבער,

וואס גייט מען וועלן אין די איצטיגע מידטוירם עלעקשנס?
מען וועלט פאר אלע מעמבערס פון די האוז אוו רעפרעזעטעטיווס (קאנגרעס) וואס אלע (435) קאנגרעסלייט האבן צוויי יעריגע טערמינען, און לויפן פאר ווידערוויילונג יעדע צוויי יאר,
אויך וועלט מען פאר א דריטל פון די סענאט, וואס האט הונדערט מיטגלידער, צוויי פער שטאאט, און יעדע צוויי יאר לויפן דריי און דרייסיג סענאטארן פאר ווידערוויילונג,

וואס איז די איצטיגע פארטייאישע צוזאמשטעל אין די האוז און סענאט?
אין די האוז האבן די רעפובליקאנער א אויבערהאנט פון 234 צו 199 דעמאקראטן,
אין סענאט האבן די דעמאקראטן אן אויבערהאנט פון 55 (אריינגערעכנט צוויי זעלבסטשטענדיגע וואס וועלן מיט די דעמאקראטן) צו 45 פאר די רעפובליקאנער,

וואס זענען די אונטערליגענדע פאקטארן וואס וועלן אויספארמען די איצטיגע וואלן?
די דעמאקראטן זענען אין א שווערע פאזיציע צוליב עטליכע פאקטארן,
1)היסטאריש פארלירט די פארטיי פון די אמטירנדן פרעזידענט אין די מידטוירם וואלן צו די אנדערע פארטיי,
2) פון די 36 סענאט זיצן וואס וועלן געשטימט ווערן היי יאר דארפן די דעמאקראטן פארטיידיגן 21 זיצן,
3)זיבן פון די דעמאקראטישע זיצן וואס מען גייט וועלן זענען אין רעכט גענויגטע שטאאטן וואו אבאמא האט פארלוירן צו ראמני אין 2012,
4)אבאמא איז היבש אומפאפולאר און די עקאנאמיע איז אויך נישט זייער גוט,

וואס איז די אטמאספער אין די פאליטישע קארידארן איבער די אויסגאנג פון די מידטוירם עלעקשנס?
די אנגענומענע מיינונג איז אז די רעפובליקאנער גייען צובאקומען עטליכע זיצן אין די האוז (וואו זיי זענען שוין יעצט א רוב), און פיל מער וויכטיג איז אנגענומען אז די רעפובליקאנער גייען צובאקומען זעקס ביז אכט סענאטארן, און אזוי האבן א רוב אין ביידע הייזער,

וואס פאסירט אויב די רעפובליקאנער באקומען צו פינף זיצן און די סענאט איז צעטיילט 50/50?
אין אזא פאל איז דער וויצע פרעזידענט די דעצידירנדע שטימע, וואס דאס וועט עפעקטיוו האלטן די סענאט ביי די דעמאקראטן,

וואס זענען די וויכטיגע סענאט פארמעסטן?
די וויכטיגע פארמעסטן זענען
1)קאלאראדא
2)ארקענסאו
3)אייווא
4)נארט קאראליינע
5)לואיזיאנע
6)אלאסקע
7)דזשארדזשיע
8) ניו העמפשיר,
איך האף אי''ה צו לייגן מער אינפארמאציע אינדיווידועל איבער די וויכטיגע סענאט און גאווערנאר פארמעסטן,

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 4:42 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע: ייש"כ. צוויי אישוס איבער וועלכע דער נצחון אדער פארלוסט פון די דעמאקראטישע מאיאריטעט אין סענאט וועט זיך דרייען. 1) די שטארקייט פון די עקאנאמיע: 2)העלט קעיר/אבאמאקעיר:
איבער די עקאנאמיע קומען אייביג ארויס פרישע באריכטן פון דעם מצב. פון אבאמאקעיר הערט מען נישט לעצטנס
אויב די דעמאקראטן וועלן פארלירן די מאיאריטעט אין סענאט, וועט פרעזידענט אבאמא באמת זיין א "לעים-דאק" פרעזידענט. ספעציעל, אויב די רעפובליקאנער אין "הויז" גייען אויפנעמען א נייעם, שטרענגערן "ספיקער". וועט דער פרעזידענט נישט קענען גארנישט אדורכפיהרן...!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:18 pm
דורך [NAMELESS]
ווען איז די עלעקשענס?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:19 pm
דורך ישראל קאפקע
ראשעקאל האט געשריבן:ווען איז די עלעקשענס?

קומענדיגע דינסטאג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:42 pm
דורך ישמעאל הכהן
גאווערנאר קאומא באזוכט יעצט מרן האדמו''ר מהרי''י מ'סאטמאר אין וויליאמסבורג בביתו צו די בעפארשטייענדע וואלן דעם דינסטאג.

IMG-20141029-WA0186.jpg
IMG-20141029-WA0186.jpg (248.2 KiB) געזען געווארן 4085 מאל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:59 pm
דורך berlbalaguleh
ישמעאל הכהן האט געשריבן:גאווערנאר קאומא באזוכט יעצט מרן האדמו''ר מהרי''י מ'סאטמאר אין וויליאמסבורג בביתו צו די בעפארשטייענדע וואלן דעם דינסטאג.

IMG-20141029-WA0186.jpg

איך זעה אז מ'האט אריינגערופן אלע עקספערטן און ספעציאליסטן. א חוץ משה גבאי איז משה דוד נידערמאן אויכעט דארט...!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 7:05 pm
דורך ישמעאל הכהן
נעמט ראט ביי ר' משה גבאי וויאזוי צו געווינען וואלן...

IMG-20141029-WA0210.jpg
IMG-20141029-WA0210.jpg (142.13 KiB) געזען געווארן 4049 מאל

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 8:48 pm
דורך גראף
[quote="ישמעאל הכהן"]נעמט ראט ביי ר' משה גבאי וויאזוי צו געווינען וואלן...

דאס ערשטע מאל איך לײען ר׳ משה גבאי.
איך מײן גארנישט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:47 am
דורך ישראל קאפקע
אויבן; אויסערליכע-גרופע ספענדינג אין די וויכטיגע סענאט פארמעסטן,
אונטן; קאמפיין טעלעוויזיע עדס פון די קאנדידאטן-פארטייען און אויסערליכע גרופעס, אין די וויכטיגע סענאט פארמעסטן.

נארט קאראליינע, ד. העיגן/ר. טיליס.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 9:08 am
דורך ישראל קאפקע
אין נארט קאראליינע לויפט רעפובליקאנער טאם טיליס קעגן אמטירנדן דעמאקראט קעי העיגן, אין דעם טייערסטן סענאט פארמעסט דעם יאר, אויך לויפט אן אינדעפענדענט קאנדידאט העג,

אן אנקעטע פון מענמאטה יונווערסיטי 10/23-10/26
העיגן 48 טיליס 46 העג 1
עלאן יוניווערסיטי. 10/21-10/25
העיגן 45 טיליס 41
סוירוועי יו.עס.עי. 10/21-10/25
העיגן 44 טיליס 44 העג 5

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 9:39 pm
דורך ישראל קאפקע
אופטש. . . דעמאקראטישע שאנסן האבן געטראסקעט לויט 538,

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:23 am
דורך ישראל קאפקע
אבטולמוס האט געשריבן:לויט דעם ארטיקל קענען די דעמאקראטישע פארלוסטן זיין די ערגסטע פאר אן אמטירנדן פרעזידענט אין 64 יאר.
Obama on brink of worst successive midterm losses in 64 years http://www.dailymail.co.uk/news/article ... years.htmlז


לויטער נארישקייטן, יעצט גייען די דעמאקראטן פארלירן פינף צען האוז סיטס מערסטנס, נאט עי ביג דיעל, אינצווישן האבן די דעמאקראטן צובאקומען אכט זיצן אין 2012,
עס שרייבט פיר יאר אלטע נייעס כאילו עס האט עפעס מיט היינט.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 11:03 am
דורך פישלע העררינג
שמעתי אז דער בעסטע וועג וויאזוי צו מעסטן די וואל אויסקוק איז ביי די פלעצער ווי מענטשן וועטן זיך איבער דער אדער יענער קאנדידאט. ווען "מאני איז אן דע ליין" רעפלעקטירט עס די אמת פיהל מער ווי די אנקעטעס. איך האב נישט מברר געוועהן אויב עס האט אן אמת דערצו.

א דוגמא פאר די 16' פרעזידענטליכע פריימערי:
http://www.oddschecker.com/politics/us- ... -candidate

קאלאראדא, ד. אודעל - ר. גארדנער

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 7:41 pm
דורך ישראל קאפקע
אין קאלאראדא לויפט רעפובליקאנער קארי גארדנער קעגן אמטירנדן מארק אודעל,
די פארמעסט הא זיך פארשמעלערט אין די לעצטיגע טעג, נאכדעם וואס אינמיטן פון לעצטע וואך האבן עטליכע אנקעטעס געגעבן פאר ר. גארדנער א זיבן פונקט אויבערהאנט,
יוגאוו. 10/25~10/31 גארדנער 43% אודעל 42% רעפוב. +1
(באמערקט אז אנקעטע ענטהאלט ענטפערס פון 10/25)
פי.פי.פי. 10/28~10/29 גארדנער 48% אודעל 48% רעפוב. +0
סוירוועי יו עס עי. 10/27~10/29 גארדנער 46% אודעל 44% רעפוב. +2
וואקס פאפולי, 10/26~10/27 גארדנער 46% אודעל 43% רעפוב. +3
קוויניפיאק , 10/22~10/27 גארדנער 46% אודעל 39% רעפוב. +7

אייאווא, ר. ערנסט ד. ברעילי,

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 8:27 pm
דורך ישראל קאפקע
אין אייווא לויפט רעפובליקאנער דזשאדי ערנסט קעגן ברוס ברעילי צו ערזעצן טאם הארקין א דעמאקראט וואס רעטייערט נאך דרייסיג יאר, די פארמעסט איז זייער ענג אין די לעצטע וואך צוויי, לויטן לעצטן אנקעטע האט דעמ. ברעילי אן איין פונקט אויבערהאנט, אבער די אנקעטע האט נאך ציפערן פון אקטאבער 25,

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 8:36 pm
דורך בשבילי!
די לעצטע פאול פון די ״די מאון רעידזשעסטעיר״ אין אייאווע גיט א זיבן פוינט ליד פאר'ן רעפובליקען ערענסט איבער איר קעגנער ברעילי.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 8:47 pm
דורך ישראל קאפקע
בשבילי! האט געשריבן:די לעצטע פאול פון די ״די מאון רעידזשעסטעיר״ אין אייאווע גיט א זיבן פוינט ליד פאר'ן רעפובליקען ערענסט איבער איר קעגנער ברעילי.

נישט געזען, ס'ארויס געקומען א שעה צוריק,

דזשאדי ערנסט 51% ר.
ברוס ברעילי 44% ד.

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 9:11 pm
דורך ישראל קאפקע
ישראל קאפקע האט געשריבן:אופטש. . . דעמאקראטישע שאנסן האבן געטראסקעט לויט 538,

יעצט מוצאי שבת דערהיינטיגט,
רעפובליקאנער 71.6% דעמאקראטן 28.6%!
מן הסתם וועגן די לעצטע אייווא אנקעטע.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 4:16 am
דורך ישראל קאפקע
ישראל קאפקע האט געשריבן:
ישראל קאפקע האט געשריבן:אופטש. . . דעמאקראטישע שאנסן האבן געטראסקעט לויט 538,

יעצט מוצאי שבת דערהיינטיגט,
רעפובליקאנער 71.6% דעמאקראטן 28.6%!
מן הסתם וועגן די לעצטע אייווא אנקעטע.

מאנטאג צופרי
74.0% רעפובליקאנער
26.0% דעמאקראטן

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:28 pm
דורך יואב
אויף Real Clear Politics זע איך איז היינט ארויסגעקומען בלויז איין אנקעטע איבער די עלעקשאנס. ס'שיינט מיר צו זיין אזא בחינה ווי ערב יום כיפור איז פארהאן דאס קלענסטע סליחות.

BREAKING: preliminary exit poll in Boro park

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:03 pm
דורך ישראל קאפקע
. :lol:

Competitive Senate Races

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 6:41 pm
דורך ישראל קאפקע
די רעפובליקאנער דארפן האלטן די דריי רעפובליקאנער זיצן וואס זענען קאמפעטיטיוו (רעכטס) און אויפפיקן זעקס פון די דעמאקראטיש געהאלטענע סיטס (לינקס),
אויב די דעמאקראטן ענדיגן די נאכט מיט סיי וועלכע פינף פון די דרייצן זיצן איז די סענאט א טאי 50%-50%, און מיט די וויצע פרעזידענט בלייבט די סענאט אין דעמאקראטישע הענט,

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 7:23 pm
דורך ישראל קאפקע
פאליטיקאו קאלט קענטאקי פאר די רעפובליקאנער מעקאנל,
אויב די רעפובליקאנער פיקן אויף די סענאט היינט נאכט ווער מעקאנל די מעדזשאריטי לידער.