רבי משה יונגרייז איז געוועהן א תלמיד פון דער כתב סופר און פין הגאון רבי אהרן דוד דייטש אבד"ק יארמוטה בעמח"ס שו"ת גורן דוד, ער געוועהן באוויסט בגודל צדקתו וקדושתו, א אויסער געווענדליכע איש המידות.
הגאון רבי אשר אנשיל ווייס זצ"ל הי"ד אבד"ק נאדיפאלו האט דערציילט:
ווען עס פלעגט אויסקומען פאר הגה"ק מרן דער אך פרי תבואה מליסקא זי"ע אדורך צו פארען די שטאט קאשוי, האט ער שטארק מקפיד געוועהן נישט ארויס צו קוקן פונעם וואגען, ער האט אויס געדרייט זיין הייליגע פנים אין אריין געקוקט נאר אונעם חלל פין דער וואגען. ער האט מסביר געוועהן פאר זיין גבאי אז ער טוט אזוי "ווייל די ס"מ וחילותיו האבען זיך דא קובע געוועהן דא אין דעם מקום. נאך לאנגע יארען האט מען באמערקט ווי לעצטנס קוקט ער יא ארויס פונעם וואגען אין גאר מיט א קורת רוח, די גבאים ומקורבים וויסענדיק פין זיין הנהגה בנוגע ווען מען פארט אדורך קאשוי קוקט ער נישט ארויס אין דא לעצטנס קוקט ער זיך יא אום אויפן שטאט. האט דער הייליגע ליסקא רב זי"ע געזאגט: "עס איז אהער געקומען א יונגערמאן פון אויבערלאנד, און ער האט פארטריבען דעם ס"מ מיט זיין מיליטער".
דער כוונה פון הגה"ק מליסקא זי"ע איז געוועהן אויף הגה"ק רבי משה יונגערייז זצ"ל וואס איז געוועהן א יונגערמאן ווען מען האט איהם אויפגענומען אלס רב בקהילת קאשוי. (ספר צבי וחמיד מהה"ג רבי משה דוד הלוי יונגרייז, ברוקלין תשמ"א)
רבי משה איז געוועהן רב אין קאשוי דריי און דרייסיג יאר, ביז צו זיין פטירה בהיותו בן ס"ד שנים, ד' סיון תרס"ו לפ"ק
רבי משה הלוי יונגרייז אבד"ק קאשוי - ד' סיון
- דולה ומשקה
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2732
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 2:19 pm
- האט שוין געלייקט: 308 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1652 מאל
איבער זיין אייניקעל הגאון רבי דוד יונגערייז האב איך דא געשריבען
viewtopic.php?f=8&t=647
דער סיפור וואס די שרייבסט פון רבי הערש'עלע מליסקא בקשר די שטאט קאשוי, דאס האט רבי דוד יונגערייז געשריבען אין א בריעוו אז ער האט דאס געהערט פון זיין פאטער וועלכע איז געוועהן א זוהן רבי משה אבד"ק קאשוי, דער בריעוו איז דער מקור הדברים, וואס איז שפעטער געווארען געדריקט אין דעם ספר צבי וחמיד עה"ת.
דער ענין ווערט אויך דערמאנט אין דער ספר 'אור דוד' (נדפס בשנת תשל"ג), דארט איז דא א שטיקעל תולדות איבער דער קאשוי רב רבי משה זצ"ל, און דער מעשה ווערט דארט דערמאנט, אבער ער לייגט צו נאך א געוואלדיגע ענין בנוגע רבי משה זצ"ל מיט דער ס"מ וחילותיו אין דער שטאט קאשוי, לשלימות הדברים בין איך מעתיק דעם לשון:
"לחם בתוקף בקאשוי נגד הריפורמיים וכל הכיתות שלא רצו להכניע תחת היראים, וראשי הקהלה באו לפניו שיוותר קצת מדרכו התאזר הרה"ג מו"ה משה הנ"ל וקם על רגליו, ואמר: "אני מקאשוי לא אזוז, מטרתי לגרש הס"מ והקליפות ממקום הזה, ובכן אם אני לא מוצא חן בעיניכם, ביקשו לכם רב אחר".
והצליח ד' דרכו ויסד ישיבה גדולה לתלמידים בכל הסביבה, והי' הראשון שיסד 'חברה קדישא' נפרדת לעדת יראים במדינת אונגארן".

"די מבהיל'דיגע בקיאות זעה איך נישט"... (קרעדיט: געוואלדיג)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
"אפשר זאלסטו אויפקומען מיט בעסערע [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]"...(קרעדיט: שבת אחים)
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 134
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 13, 2014 5:30 pm
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 21 מאל