בלאט 1 פון 1

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 3:09 pm
דורך פליקער
נאך איין מזל אז מען לערענט זיי נישט וואס יפת האט געטיען.

וואס איז ראנג מיט היסטאריע

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 3:26 pm
דורך berlbalaguleh
פליקער האט געשריבן:נאך איין מזל אז מען לערענט זיי נישט וואס יפת האט געטיען.

וואס איז ראנג מיט היסטאריע

נאך א מזל אז דער מחבר פונ'ם קאלארינג בוק שרייבט נישט אז די שווארצע וואוינען אין הארלעם...!

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 3:50 pm
דורך zurich
המלוכה והממשלה האט געשריבן:דאס קאלערן אונזערע קינדער!!

זייער קיוט ווי ער נעמט א שווארצער יונגל און ער לייגט עים ארויף פיאות

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 5:59 pm
דורך פלאוויוס
המלוכה והממשלה האט געשריבן:ראסיזם וואס מ'לערנט מיט אונזערע קינדער: דאס קאלערן אונזערע קינדער!!


זיי מסביר וואס מיינסטו מיט'ן ווארט ראסיזם? ביסטו נאר סארקאסטיש, אדער דו קלערסט טאקע אז ס'איז דא עפעס נעגאטיוו אינעם אנגעגעבענעם בילד (כאטש ס'פרעדיגט למעשה גארנישט קעגן שווארצע)? ערקלער ביטע.

מיר דאכט זיך אז דאס ביכל ברענגט אויף דעם געדאנק אז אלע פארשידענע ראסן זענען קינדער פון איין טאטן, און מיר זענען אלע ברידער. נישט אזוי?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:36 pm
דורך יואליש
פלאוויוס האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:ראסיזם וואס מ'לערנט מיט אונזערע קינדער: דאס קאלערן אונזערע קינדער!!


זיי מסביר וואס מיינסטו מיט'ן ווארט ראסיזם? ביסטו נאר סארקאסטיש, אדער דו קלערסט טאקע אז ס'איז דא עפעס נעגאטיוו אינעם אנגעגעבענעם בילד (כאטש ס'פרעדיגט למעשה גארנישט קעגן שווארצע)? ערקלער ביטע.

מיר דאכט זיך אז דאס ביכל ברענגט אויף דעם געדאנק אז אלע פארשידענע ראסן זענען קינדער פון איין טאטן, און מיר זענען אלע ברידער. נישט אזוי?


ברודער פונעם שאינו יודע לשאול וואס זיצט אן א ספר ביים טיש אויסגעדרייט מיטן ריקן צו די אינטעלעקטועל שמועס צווישן נח און שם. חם אויפן בילד איז נידריגער פון אפי' דעם ווייסן גוי יפת. די דעפיקשען אינעם היארארכיע פון קלאס איז קלאר: שם, יפת, חם.

חם איז נישט קיין פעיווארעט ביבלישע קערעקטער, צוליב זיינע אומאראלישע מעשים מיט זיין פאטער אין שיכרות. היסטאריש טרעפן מער פיל "יחוס" לעגענדעס, אידישע ווי קריסטליכע, איבער די קינדער פון נח, אבער פארבינדן קאליר מיט חם האט א ספעציעלע טרויעריגע היסטארי צוליב די קללה אויף זיין זוהן כנען און די ביבלישע בארעכטעגונג פאר ראסישטישע סלעווערי. און בלויז די דאזיגע יחוס האט מען געטראפן פאר וויכטיג צו איינפלאנצן אין די קינדער (קינדער קאלירן נישט דעם "דייטשן" יפת). די ראסישטישע חינוך איז אזוי ווייטגרייכענד אז געניג היימישע מענטשן האבן נישט אקצעפירט אבאמא אלס א מלך "בשעת די תורה האט אים פארשאלטן צו שקלאפעריי."

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:43 pm
דורך קאסטנער
zurich האט געשריבן:
המלוכה והממשלה האט געשריבן:דאס קאלערן אונזערע קינדער!!

זייער קיוט ווי ער נעמט א שווארצער יונגל און ער לייגט עים ארויף פיאות

נאך שענער איז ווי ער נעמט א אינגל מיט פיאות אין פארשווארצט אים

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 6:47 pm
דורך שעפטל
יעצט הייב איך אן צו פארשטיין פון ווי ס'נעמט זיך די "פאפ-קארן האר" פון די טינקעלע... פשוט ס'איז אין זייער דזשינס...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:24 pm
דורך פלאוויוס
יואליש האט געשריבן: חם איז נישט קיין פעיווארעט ביבלישע קערעקטער, צוליב זיינע אומאראלישע מעשים מיט זיין פאטער אין שיכרות. היסטאריש טרעפן מער פיל "יחוס" לעגענדעס, אידישע ווי קריסטליכע, איבער די קינדער פון נח, אבער פארבינדן קאליר מיט חם האט א ספעציעלע טרויעריגע היסטארי צוליב די קללה אויף זיין זוהן כנען און די ביבלישע בארעכטעגונג פאר ראסישטישע סלעווערי. און בלויז די דאזיגע יחוס האט מען געטראפן פאר וויכטיג צו איינפלאנצן אין די קינדער (קינדער קאלירן נישט דעם "דייטשן" יפת). די ראסישטישע חינוך איז אזוי ווייטגרייכענד אז געניג היימישע מענטשן האבן נישט אקצעפירט אבאמא אלס א מלך "בשעת די תורה האט אים פארשאלטן צו שקלאפעריי."


דו ליינסט די תורה אין זייער א ספעציפישן וועג, אבער איך בין נישט איבערצייגט אז דאס איז די כוונה פונעם טעקסט - צו בארעכטיגן פארשקלאפונג אויפ'ן סמך פון ראסע. בסך הכל דערציילט דער פסוק איבער א קללה וואס נח האט געשאלטן כנען/חם, און ס'איז ניטאמאל דא דערויף א באשטעטיגונג פון גאט. אז מיר ווילן קענען מיר ליינען דעם טעקסט אין אן אנדערן קריטישן אופן, אז די תורה שילדערט ווי נח איז, תיכף נאכ'ן מבול, באגאנגען א טעות אין חינוך (מיט'ן שעלטן אן אייגן קינד, נאכדעם וואס ער האט זיך אליין אנגעשיכור'ט און דערמיט געגעבן א פתח פאר זיין קינד צו אוממאראלישקייט!), און האט דערמיט געשטעלט די יסודות פאר א פרישער אוממאראלישער ציוויליזאציע. ליינענדיג אויף אזא אופן באקומט אויך דער טעקסט מער קאנזעקווענטקייט, און ס'שטימט זייער מיט'ן המשך (אברהם קומט אויף ווי דער נייער שטערן, נאכדעם וואס נח פאלט דורך אין זיין מיסיע צו זיין דער בחיר ה', ווי מיר זעען פון דער מעשה מיט חם).

מילא, דאס איז נישט יעצט דער שמועס. איך מיין נאר צו זאגן, אז דעם טעקסט קען מען ליינען אין אן א שיעור אופנים. דער וועג ווי מ'ליינט עס אין די חרדישע בתי מדרשים איז אודאי מער נוטה צו דעם ווי דו האסט געשריבן, אבער אט די פארטייטשונגען זע איך נישט אינעם פשוט'ן, תמימות'דיגן בילד פון מרת אקער. בסך הכל האט זי אפגעמאלן אן אומשולדיג בילד פון דריי קינדער, וואס אלע זעען אויס ווי אידן, נאר מיט אן אונטערשייד פון קאלירן. ווען מיר נעמען דאס בילד פאר זיך, אן די אויסטייטשונגען צום טעקסט ארום און ארום (וואס האבן נישט קיין סמך אינעם טעקסט גופא), איז עס זייער בא'חנ'ט, און דאס לייגט לכאורה אראפ א סטעיטמענט פון ברידערליכקייט.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 29, 2014 11:44 pm
דורך יואליש
כ'האב נישט געמיינט צו זאגן חלילה אז די תורה פארלאנגט ראסיסטישע פארשקלאפונג. כ'האב בלויז זיך באצויגן צו וויאזוי די פרא סעלעווערי האבן עס געניצט, און פארוואס די חם = שווארץ איז א מינע פעלד פאר ראסיזים. ס'איז נישט א פראגע פון וואס איז פשט אין די פסוקים, נאר ווי אזוי ווערט עס געניצט בפי כל עם.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 12:20 am
דורך פלאוויוס
נו גוט, דאס אז ראסיסטן באציען זיך צו דער פרשה איז זיכער אמת, אבער די פראגע איז צי דאס זאגט עפעס לגבי דעם בילד וואס איז פריער צוגעברענגט געווארן. אויב דאס בילד אליין נעמט נישט אן קיין נעגאטיווע שטעלונג צו דער מענטשליכער פילפארביגקייט איז עס נישט קיין ראסיזם [אינעם נעגאטיוון זין פונעם ווארט], נאר פארקערט.

בכל אופן, פארשטיי איך וואס דו מיינסט.