בלאט 1 פון 1

ווען איך וואלט געווען א רייכער מאן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 3:01 pm
דורך ונבנתה העיר
שטעלט אייך פאר אז אין איין שיינעם טאג זענט איהר - לא פחות ולא יותר - דער גליקליכער לאטערי געווינער, נישט עפעס א מיליאן אדער צוויי, עפעס א סכום וואס איהר וואלט נאר געקענט חלומ'ען דערוועגן (יעצט חלומ'ט איהר אויך... אבער לאמיר נישט פארקריכן), כ'ווייס, לאמיר זאגן 500 מיליאן דאלער, כ'גלויב אז הערשל שרייבער פון די שטאט ב. שרייבט נישט דא, אפטע? וועל, יו קנאו, עס איז געווען א שוואך יאהר...

די שאלה וואס איך שטעל פאר אייך איז ווי פאלגענד: וואס וואלט איהר געטוהען 16 שעה א טאג טיימס 50 יאהר? 35 יאהר אלט, אימפארטירט מעבל פון כינע (יא, פישעלע, כינע), מוטשעט זיך בזיעת אפו דורך צושטיפן דעם חודש, אולי לייגט ער נאך אמאל אוועק אפאר שקל חתונה צו מאכן די קינדער, און דא, בין לילה, 500 מיליאן דאלער.

א. טעיביע טענה'עט אז ער וואלט זיך געזעצט לערנען די הייליגע ביכער, וועל, כ'וועל אייך מגלה סוד זיין: מען האט איהם געצאהלט אזוי צו זאגן... אבער צווישן אונז, 95 פראצענט אידן וועלן נישט האבן די ווילן און געדולד צו לערנען 16 שעה א טאג.

ב. זיך זעצן לערנען כל החכמות, אדער אין קאלעדש, אדער - אויב זענט איהר ווי מיר - זיך בויען אייער דריעם מען-קעיוו עטליכע שטאק אונטער די ערד, איהר אנפולן מיט חכמת דרדע והימן, נישט אריינלאזן א נפש חיה, און אזוי אפזיצן 50 יאהר, אבער - ווי פריער - חוץ עטליכע שטיבל-זיצער וועט קיינער נישט האבן א תאוה דערצו (אפשר א רצון צו א רצון יא, ווי ר"א שארר זאגט איבער פון הייליגע ספרים, אבער דאס איז נישט גענוג).

ג. געלט איז נישט אלעס, כבוד איז דאך אויך עפעס, קען מען אפשר זיך אריינלייגן אין ווי אזוי ארויסצונעמען די מאקסימום כבוד פאר'ן דאלער, איז קודם כל פאסט עס מיר נאכנישט, וחוץ מזה איז שווער אנצופיהלען 292,000 שעה נאר מיט דעם.

ד. זיך נעמען דאס לעבן תיכף ומיד נאכ'ן זיך פאטאגראפירן מיט'ן גרויסן טשעק, לכאורה דארף דאס זיין גאנץ א באקוועמע אפציע.

וואס וואלט איהר געטוהן?

אינעם 'למעשה' גייסט וויל איך אביסל ארויסהעלפן: דער פעסעמיסט וועט אפשר ווייטער שאפן כינעזער מעבל, קראצן א דאלער נאך א דאלער פאר די קומענדיגע 50 יאהר און ערשט דערנאך זיך ערלויבן צו שטארבן, דער אפטעמיסט זעהט אבער די ליכטיגע זייט, דאס געלט האט ער דאך שוין, קען ער ארויסשניידן די גאנצע מוטשעריי און גיין גלייך צום תכלית - אין קבר.

פארוואס אין 'א שמייכל'? נו, פון א קשיא שטארבט מען נישט.

פונעם תירוץ אפשר יא...