בלאט 1 פון 1

ניגוני השואה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 3:33 pm
דורך איך אויך
בינעך איצט געוואויר אז יד ושם האט א וועב-בלעטל געווידמעט פאר שואה ניגונים. פון די גאנץ מפורסם'דיגע אומאפיציעלע פארטיזאנער ניגון 'זאָג ניט קײן מאָל אַז דו גײסט דעם לעצטן װעג' ביז לאקאלע געטא טיאטער ניגונים.

אלע זענען מביאים לידי בכי אבער די מערסטע האט מיר געכאפט 'בײַם געטאָ טױערל' פון דער קאוונער געטא. הערטס עס און איר וועט פארשטיין פארוואס.

עס לוינט אויך צו ליינען די היסטארישע באשרייבונגן וואס קומען מיט די עקזיביט.