בלאט 1 פון 5
נייעס פון פאלעסטינע..... אהההמם....
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:32 pm
דורך ישראל קאפקע
נייעס פון די פאלעסטינער געביטן, און איבער פאלעסטינע אלס לאנד.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:37 pm
דורך ישראל קאפקע
אין א גרויסע געווינס פאר פרא פאלעסטינער אקטיוויסטן און א מאראלישע קלאפ פאר די זידלונג אידעאלאגיע, האט סאדא סטרים די מדינת ישראל פירמע וואס פראדוצירט שטוב גאז געטראנק מאשינען האט געמאלדן אז זיי שליסן זייער קאנטרעוועסיאלן הויפט פאבריק אין די פאלעסטינער געביטן, די פירמע שטייט שוין יארן אויס א העפטיגע באיקאט קאמפיין פון אנטי מדינת ישראל, און פרא פאלעסטינער אקטיוויסטן, באוואוסט אלס די ב.ד.ס. (באיקאט, דיוועסמענט, און סאנקציעס) קאמפיין,
די פירמע הויפטקוואטיר גייט זיך אריבערצוען צו דרום מדינת ישראל.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 8:42 pm
דורך ישראל קאפקע
די שוועדישע פארליאמענט האט אנערקענט פאלעסטינע אלס א לאנד, די ערשטע גרויסע אייראפעאישע לאנד צו אפיציעל אנערקענען פאלעסטינע, אויך מאלטא און ציפערן האבן שוין אנערקענט אין די פארגאנגענהייט.
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 30, 2014 11:50 pm
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:די שוועדישע פארליאמענט האט אנערקענט פאלעסטינע אלס א לאנד, די ערשטע גרויסע אייראפעאישע לאנד צו אפיציעל אנערקענען פאלעסטינע, אויך מאלטא און ציפערן האבן שוין אנערקענט אין די פארגאנגענהייט.
איז ווען געסטו קידוש, קאפקע: פארגעס נישט צו רופן צום קידוש די עסקנים פון די נטורי חרתא, ווי הרב ישראל דוד ווייס, דער בעל תשובה, און הרב משה בער דר-ק, שליט"א. אויך דיינע גוטע פריינט די חשוב'ע עסקנים און שטיצערס פון די היליגע ארגאניזאציע, נטרונא.
מיין שאלה איז. אויב אזא ציוני ווי איך בין וועט מען אויכעט אריינלאזן. איך הער אז ס'גייט זיין גאר געשמאקע בראנפן און קעיק...

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:02 am
דורך ישראל קאפקע
ר'בערל
יעדער ווערט אריינגעלאזט נאר איך מיין אז קיינע אלקאהאלישע געטראנקען זענען נישט ערלויבט אין פאלעסטינע
נאר כ'ווייס נישט אויב סגייט בכלל זיין א קידוש, סאיז פארן איבער צוויי הונדערט לענדער אויפן וועלט, מאכן א קידוש יעדעס מאל איינער אנערקענט פאלעסטינע?
איך מיין אז די נייעס פון סאדא סטריעם איז אין א געוויסע זין א גרעסערע נייעס,
נא אז עס געפינט זיך שוין נישט אין די אקופירטע געביטן קען מען דאך שוין קויפן זייער פראדוקט, וועט אי'ה זיין סאדע לרחצה מכל המינים.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:11 am
דורך יאיר
וואס איז דאס פאלעסטינע? דו מיינסט אפשר ארץ כנען און פלשתים?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:16 am
דורך ישראל קאפקע
די מערב ברעג פון די ירדן טייך, מזרח ירושלים, און די עזה פאס,
דאס וואס די יו.ען. האט אנערקענט אלס פאלעסטינער שטאאט אין נאוועמבער 23 2013 (דאכט זיך),
אבער דער . . . . אההההמם. . . אין קעפל איז פאר דיר יאיר (און ר' בערל, און אתא קלילא, וכו,)
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:25 am
דורך berlbalaguleh
ישראל קאפקע האט געשריבן:ר'בערל
יעדער ווערט אריינגעלאזט נאר איך מיין אז קיינע אלקאהאלישע געטראנקען זענען נישט ערלויבט אין פאלעסטינע
נאר כ'ווייס נישט אויב סגייט בכלל זיין א קידוש, סאיז פארן איבער צוויי הונדערט לענדער אויפן וועלט, מאכן א קידוש יעדעס מאל איינער אנערקענט פאלעסטינע?
איך מיין אז די נייעס פון סאדא סטריעם איז אין א געוויסע זין א גרעסערע נייעס,
נא אז עס געפינט זיך שוין נישט אין די אקופירטע געביטן קען מען דאך שוין קויפן זייער פראדוקט, וועט אי'ה זיין סאדע לרחצה מכל המינים.

אבער אינז ערליכע אידן קענען נאכאלץ נישט קויפן. ווייל זיי זענען ציונים!...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 12:32 am
דורך יאיר
ישראל קאפקע האט געשריבן:די מערב ברעג פון די ירדן טייך, מזרח ירושלים, און די עזה פאס,
דאס וואס די יו.ען. האט אנערקענט אלס פאלעסטינער שטאאט אין נאוועמבער 23 2013 (דאכט זיך),
אבער דער . . . . אההההמם. . . אין קעפל איז פאר דיר יאיר (און ר' בערל, און אתא קלילא, וכו,)
דער אהההמם איז אויך פאר די פאלעסטינער אליין וועלכע האבן שוין עטליכע מאל אין היסטאריע געקענט האבן דעם פאלעסטינער שטאט וואס די יו ען האט זיי צוגעטיילט אבער האבן עס כסדר אנטזאגט, און זיי אנטזאגן עס ווייטער. איך פארשטיי נישט ווי אזוי א הסכמה אויף א לאנד וואס אירע אייגענע בירגער האבן אפגעווארפן קען האבן א תוקף.
אויב רעדסטו פון א לאנד אין חלום וואלסטו ענדערש געדארפט רעדן איבער דעם גאנצן פאלעסטינער געגנט, כאוות נפשם פון די פאלעסטינער אליין. אויב רעדסטו פון א פאקטישע לאנד ווייס איך נישט פון וועלכע לאנד דו רעדסט.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:17 am
דורך שמערל
לכאורה מיינט ער די שטח ווי מען רופט א פילטער מסננת.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 2:51 pm
דורך התם ומתמם עם תמימים
חהחהחחהחה
גוט געזאגט

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 7:59 pm
דורך שבת אחים
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 8:01 pm
דורך ישראל קאפקע
אין עזישע ענגליש זאגט מען גראו אפ!
נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 8:02 pm
דורך שבת אחים
ישראל קאפקע האט געשריבן:אין עזישע ענגליש זאגט מען גראו אפ!
האסט נישט קיין תירוץ ?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:37 am
דורך שבת אחים
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:41 am
דורך שבת אחים
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 4:39 am
דורך diff
This is great news. Now soda stream jobs will go to better isreali poeple
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 8:48 pm
דורך berlbalaguleh
שבת אחים האט געשריבן:http://www.youtube.com/watch?v=U6IWd8c2uc0
שבת אחים: ייש"כ. אויף דעים קענמען זאגן "כמים קרים על נפש עייפה". נישט אויף די בויך קוועטשענישן פון ישראל מעם, אדער סענדער דער דייטש.
ס'איז כדאי צו באמערקן אז בשעת ער האט גערעדט, איז דער זאל געוועהן פול. און די מערסטע פון די אנוועזנדע האבן אפלאדירט זיינע ווערטער. ווייל ער האטגערעדט בשם ה'. אין נאמען פון די תורה...!
קאקא קאלע פאבריק אין עזה, קומענדע יאר.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:23 pm
דורך ישראל קאפקע
קאקא קאלע האט באשטעטיגט באריכטן אז זיי גייען עפענען זייער ערשטע געטראנקען פאבריק אין עזה,
קאקא קאלע וואס האט שוין עטליכע פאבריקן אין די מערב ברעג זאגט אז די צען מיליאן דאלערדיגע פאבריק גייט זיין פערטיג אין די צווייטע העלפט פון 2015.
שוועדן פראנקרייך און ענגלאנד, צו אנערקענען פאלעסטינע!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:35 pm
דורך ישראל קאפקע
עטליכע טעג נאך וואס שוועדן האט אנערקענט א פאלעסטינער שטאאט, האט די סאציאליסטישער פארטיי, די פירנדע פארטיי אין פראנקרייך, געמאלדן אז זי גייען אריינטראגן א געזעץ פארשלאג אין פארליאמענט צו אנערקענען פאלעסטינע אלס א לאנד,
דאס איז שוין די דריטע וויכטיגע אייראפעאישע לאנד צו אנערקענען פאלעסטינע אין די לעצטע עטליכע וואכן, ענגלאנד האט אנערקענט פאלעסטינע עטליכע וואכן צוריק אבער די ענגלישע געזעץ איז נישט בינדענד,
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 2:40 pm
דורך שבת אחים
און וואס טוט זיך מיט אלטענעט סייד פארקינג? איז דא דארט ?
#שטארק נייגעריג

נאך א וואך אין פאלעסטינע.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 4:46 pm
דורך ישראל קאפקע
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 5:08 pm
דורך מאטי
אראפגעפליקט א שילד? אוי נעבעך, נעבעך! א רחמנות אויף די אראבישע פאמיליע...
אגב, אין אנדערע נייעס האט אן אראבישע אויטא די וואך צעדריקט דרייצן ישראלים. נעמענדיג אין בעטראכט אז דער דרייווער האט א שכן וואס זיין זיידע איז געווארן ארויסגעטריבן פון זיין וואוין-ארט 60 יאר צוריק דורך א זיידעס שכן פון איינע פון די צעדריקטע קרבנות, איז דאס אקט דייקא א פארשטענדליכע, אינעם היינטיגן ציוויליזירטע וועלט, און דארף נישט גענומען ווערן אלס א רעפערענץ בעת'ן מעלדן די געוואלטאטן פון די רעכטע עקסטרעמיסטן.