בלאט 1 פון 1
וואס האט איר געטוהן מיט די צוגעלייגטע שעה?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:25 pm
דורך קאפקעיק
אזויווי מ'האט נעכטן גערוקט די זייגער, וויל איך וויסן וואס די עולם האט געטוהן מיט די צוגעלייגטע שעה.
איך בין געפארן דעמאלס פון מאנסי קיין בארא פארק, אזוי האט די וועג נאר גענומען 5 מינוט, איך בין ארויס געפארן איינס אזייגער און אנגעקומען פינף נאך איינס.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:26 pm
דורך בשבילי!
ביזט געפארן אויף וויפיל MPH?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 12:29 pm
דורך קאפקעיק
Avg. 60 אויפן אלטע זייגער
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:00 pm
דורך [NAMELESS]
איך האב אפגעצאלט וואס איך האב פארלוירן זימער ווען מען האט פארלוירן א שעה!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:21 pm
דורך שמעקעדיג
איך האב געמאכט א ליסטע פון אלע זאכן וואס איך קען פארדינען אין די שעה, זיך אראפגעזעצט מיט מיין אשת חיל מאכן פרא'ס און קאנ'ס פון יעדע, און געגעבן "פוינטס" וועלכע איז מער וויכטיגער, און איידער וואס-ווען איז שוין די שעה אדורך געלאפן, יצא ונכנס בשלום. פראבלעם סאלווד.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:31 pm
דורך לית דין בר נש
איך בין דוירך געשלאפן די גאנצע שעה
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:34 pm
דורך קאסטנער
שמעקעדיג האט געשריבן:איך האב געמאכט א ליסטע פון אלע זאכן וואס איך קען פארדינען אין די שעה, זיך אראפגעזעצט מיט מיין אשת חיל מאכן פרא'ס און קאנ'ס פון יעדע, און געגעבן "פוינטס" וועלכע איז מער וויכטיגער, און איידער וואס-ווען איז שוין די שעה אדורך געלאפן, יצא ונכנס בשלום. פראבלעם סאלווד.
אט דאס הייסט ריכטיג אויסגעניצט די צייט..
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:50 pm
דורך דריידל
איך בין ארומגעגאנגען אין הויז רוקן אלע זייגערס
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 3:59 pm
דורך Big Boy
Studied shkulim for today's test
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 5:06 pm
דורך קאפקעיק
דריידל האט געשריבן:איך בין ארומגעגאנגען אין הויז רוקן אלע זייגערס
יעצט פארשטיי איך פארוואס מ'רוקט די זייגער, מ'זאל האבן צייט צו רוקן די זייגער...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 6:37 pm
דורך zurich
געהאט צייט צו דיליעטען די אלע קליפס פון וואטס עפפ וואס פאקן אן מיין פאן
פארוואס פאר א שווארטץ יאר ריקט מען די זייגער "ווינטער"