בלאט 1 פון 1

מזמרים, שירה, ידידים, נעימות, משוררים, זמירות

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:19 pm
דורך לבי במזרח
עם איי מיסינג עני?
לאמיר אביסל ארום רעדן פון זייער היסטארי, פון די פערסאנעל פון יעדן פון זיי, און וואס יעדער פון זיי ספעשלייזט זיך. ווער איז בעסער פון צווייטן און וועלכען הינזיכט. ווער איז געשמאקער, ווער איז מער אפ טו דעיט, ווער איז מער געאייניגט אויף אלטע ניגונים, קומזיץ און אזוי ווייטער.

דאכט זיך אז מזמרים איז געווען די ערשטע, אבער כ׳מיין אז היינט צוטאגס זענען זיי נישט אזוי פאפולער (אפשר וועגן חילא?) דערנאך איז געקומען שירה, זיי האבן גאנץ כמעשה רעוואלאשענייזד די אינדוסטרי, אריינגעברענגט מער געפאלישטע טאלאנט און געמאכט א פראפעשענל פראדוקט וואס מזמרים האט גאנץ גוט נאכגעמאכט אבער פארט נישט מיט דעים זעלבן אפדעיטעט פלעיוואר.

ידידים איז געקומען נעקסט, א גרופע יונגערע יונגעלייט, מער מאדעניזירט (עט ליסט און אנפאנג) און זיי האבן אויך אריינגעברענגט א אייגנארטיגע פלעיוואר. דודי קאליש פון א״י ארבעט מיט זיי. זיי זענען מן הסתם היינט די עיקר קאנקורענץ פון שירה.

משוררים און זמירות, מיין איך, זענען צוויי נייערע גרופס, געבעיסט אין מאנרא און מאנסי רעספעקטיוולי. איך מיין אז איינס איז א תולדה פונים צווייטן (האלצלער פון זמירות זעיט מען אויף עלטערע קליפס פון משוררים). זיי סאונדען ביידע שיין. עני מאר אינפא אויף זיי וואלט געווען אפרישיעטעד.

סי דא חברה וואס מען זעיט אמאל דא און אמאל דארט, למשל ווידער (מיטן קינדערישן קול) זע איך לעצטנס ביי ידידים. אבער ער פלעגט זינגען מיט משוררים אמאל. וואס איז פשט? אפשר איז ער א פרילענסער?

נעימות עקזיסט נאך? יואלי פאלקאוויטש פלעגט זינגען מיט זיי, אבער דאס ווייס איך נאר דורך קליפס, בעצם הערט מען נישט פון זיי.

בד״וו, יואלי׳ס ברודער לוי איז פון די שטארקע כוחות מיט וואס שירה פונקציאנירט. אבער דאכט זיך אז ער מאכט שבת פאר זיך אליין אויך, ניין?

סיז דא נאך פארשידענע גרופעס ווי למשל די ״טרעוועלינג חסידים״ אבער זיי זענען מער געאייניגט אויף קירוב וכדומה. ווער נאך איז דא?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:25 pm
דורך בשבילי!
חוץ שורה מיט מיט זמירות זענען אלע ווערד א רעטעך, דו קענסט אויך מאכן א קווייער ווי די אנדערע.
אפילו משוררים איז היינט בעסער ווי המזמרים, זיי מאכן כאטש עפעס עטוואס פראפעסיאנאל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:31 pm
דורך [NAMELESS]
ווער פירט אהן משוררים?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:33 pm
דורך לבי במזרח
סא זאגסטע אז זמירות איז יא גוט? אויף די לעוועל פון שירה גאר? ווער און וואס איז זייער טעלענט? ידידים האסטו נישט ליב? אינטערעסאנט. זיי הייסן גאר גוט אין די מארקעט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:37 pm
דורך לבי במזרח
ראשעקאל האט געשריבן:ווער פירט אהן משוררים?

חיים בלומנפעלד פון מאנרא איז איינער פון זיי. איך ווייס נישט ווי אזוי דער אנדערער הייסט. פאלאטשעק איז די גרינדער פון זמירות.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:38 pm
דורך קאסטנער
איך וועל נישט זאגן אז משוררים איז ווי שירה
אבער די שטארקע פראפעסינאלקייט ביי שירה מאכן זיי מיט פינף אינגעלייט אדער מער(בדרך כלל) ווייטער די דזאב וואס משוררים לייגט אראפ ניצן זיי-בדרך כלל-ארום דריי אינגעלייט סא סאיז קיין פארגלייך
אין בכלל זעט משוררים אויס צי זיין אויפן וועג ארויף אין די צייט וואס המזמרים אויפן וועג אראפ

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:41 pm
דורך קאסטנער
לבי במזרח האט געשריבן:
ראשעקאל האט געשריבן:ווער פירט אהן משוררים?

חיים בלומנפעלד פון מאנרא איז איינער פון זיי. איך ווייס נישט ווי אזוי דער אנדערער הייסט.


אויף שמחות זעט מען מושי קרויס פירן אין חיים בלומענפעלד אלץ א זינגער
ווער עס איז די בעל הבית ווייס איך נישט

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:48 pm
דורך בשבילי!
לבי במזרח האט געשריבן:סא זאגסטע אז זמירות איז יא גוט? אויף די לעוועל פון שירה גאר? ווער און וואס איז זייער טעלענט? ידידים האסטו נישט ליב? אינטערעסאנט. זיי הייסן גאר גוט אין די מארקעט.

זמירות איז גוט אבער אן אנדערער שניט ווי שירה און ווייניגער זינגערס. זיי זענען אייניג מיט דעם אז ביידע האבן זיי מוזיקאלישע טאלאנט, פאלאטשעק ביי זמירות און האראוויץ ביי שירה, און זיי ברענגען עפעס צום טיש וואס נישט יעדער קען. די אנדערע זענען סתם אפגעזינגען מיט אביסל הארמאניע לאו און היי און מזל טוב. דאס קען יעדער.
משה קרויס איז אריין צו משוררים אביסל מאכן סדר און מער פראפעסיאנאל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:03 pm
דורך רויטע וואנצעס
דא מען אביסל געשמועסט איבער דעם.

viewtopic.php?p=151989#p151989

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:08 pm
דורך לבי במזרח
בשבילי! האט געשריבן:
לבי במזרח האט געשריבן:סא זאגסטע אז זמירות איז יא גוט? אויף די לעוועל פון שירה גאר? ווער און וואס איז זייער טעלענט? ידידים האסטו נישט ליב? אינטערעסאנט. זיי הייסן גאר גוט אין די מארקעט.

זמירות איז גוט אבער אן אנדערער שניט ווי שירה און ווייניגער זינגערס. זיי זענען אייניג מיט דעם אז ביידע האבן זיי מוזיקאלישע טאלאנט, פאלאטשעק ביי זמירות און האראוויץ ביי שירה, און זיי ברענגען עפעס צום טיש וואס נישט יעדער קען. די אנדערע זענען סתם אפגעזינגען מיט אביסל הארמאניע לאו און היי און מזל טוב. דאס קען יעדער.
משה קרויס איז אריין צו משוררים אביסל מאכן סדר און מער פראפעסיאנאל.

משה קרויס איז דער פון MK Studios? ער האט יעצט געמאכט דער שיינע אלבום מיט יוסי גרין. ער שאסקעט דא קאווע מיט אונז פון מאל צו מאל.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:10 pm
דורך רויטע וואנצעס
יא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 2:11 pm
דורך בשבילי!
יא דאס איז ער

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 3:13 pm
דורך מצטמק ויפה
אקעי, משוררים איז געווען נאך פאר ידידים, אנגעהויבן האט זיך עס אלס א סאטמערע קווייער וואס מיט די צייט איז עס געווארן אפעציעל "משוררים". די אנפירער דאן איז געווען חיים בלומענפעלד (בן ר' נפתלי, מנהל ישיבה גדולה קווינס) צוזאמען מיט יואלי פאלאטשעק וואס איז געווען ביז דאן אין שירה. א שטיק צייט נאכדעם האבן זיך די צוויי צוטיילט און חיים איז געבליבן מיט משוררים און יואלי האט געעפנט "זמירת".
נאך א שטיק צייט איז דער טאלאנטפולער משה קרויס אריין אין משוררים און איבערגענומען די לייצעס און עס ארויף געברענגט אויף גאר א הויכע ניווא , אבער לכאורה אפעציעל בעל הבית איז נאך אלס חיים בלומענפעלד.

בנוגע די קווייער'ס זעלבסט, איז מיין איך כולי עלמא מודה אז שירה באזיצט די אויבן אן מיט'ן זיין העכסט א טאלאנטפולע מוזקאלישע קווייער אזאנס וואס קיינער ביז דערווייל קען נישט באווייזן.

לדעתי איז משוררים נאכדעם, על אף ידידים וואס האט מער טאלאנט אבער די צוזאם ארבייט איז דארט זייער שוואך דהיינו עס קוקט אויס ווי יעדער טוט וואס איהם שמעקט, משא"כ משוררים קומט ארויס הערליך שיין מיט א שיינע צוזאם ארבייט אנגעפירט דורך מושי קרויס.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 4:04 pm
דורך פליקער
די צד השווה שבהם איז, קאמפעטישן ברעינגט ארויס טאלאנטן וואס זיי האבן זעלבסט נישט ג'חלום'ט אז זיי פארמאגן, איך געדעינק ווען עס האט זיך אנגעהויבן, און עטליכע אינגעלייט האבן פארמירט א ברימען בענד, צי זינגען און א צייט וואס קיין מוזיק איניש דא, למשל ספירה אדער מייסטענס שבת קודש, זיי האבן געזינגן באם באם פארא ראם פאם, אן קיין טעם, ווי מער עס איז ארויס געוואקסן פון דעים סארט, האט איינער געברויכט איבער שטייגן ס'צווייטן, פליצלינג האט איינער איבער געשטיגן ווען מרדכי ווערדיגער מיט פריעד האבן שטאלצירט מיט די היימישע געזינגעכץ אויף זייערע אלבום'ס, עס האט אנגעהויבן א קייט פון קליפס מיט פראפעסיאנאלע קליפ'ס אויף יו טוב מיט וואטסעפפ, אזש היינט מאכט מען ממש הערליכע פילעארמאניקע'ס, נישט גלויבליך ווי פראפעסיונאל זיי זענען געשטיגן צו ווערן, איך האב געמיינט אז מזמרים איז געבךיבן ערגעץ ווי שטעקן ביי עפעס א בעל בתישע בר מצווה, אבער ער האט מיך שאקירט מיט א הערליכע פראפעסיונאלע אפילו בהסתרה וואס אלע וועלן מיזן איבער שטייגן.

דאס זעלבע גייט מיט פריילעך בענד מיט איין מאן באנדער.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 4:23 pm
דורך בשבילי!
פליקער, דארט איז די בענד די זאך, גארנישט ספעציל מיט המזמרים.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 4:35 pm
דורך לבי במזרח
בשבילי! האט געשריבן:פליקער, דארט איז די בענד די זאך, גארנישט ספעציל מיט המזמרים.

גראדע גאנץ גוט די קווייער אויך, אבער יא, די עיקר דארט איז יוחי׳ס מייסטערפולן ארבעט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 6:17 pm
דורך signout
דער בעה''ב פין שירה איז געווען פין די 2 בעה''ב אין מיסדים פין המזמרים אין ווען זיי האבען זיך צוטיילט האט ער גענומען די נאמען שירה אין ווי עס זעהט אויך די קאסטומערס,

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 6:19 pm
דורך signout
די גאנצע המזמרים כאר האט זיך געפנט ווען ביי די גרויסע סאטמערע מסיבות פלעגט מען צאמנעמן אפאר היימישע אינגעלייט צו זינגען, א שטוק צייט פלעגט ר' נתנאל ווערצבערגער עס פירן, ביז חילא אין שרגא פ' האבען אפגעמאכט צו עפנען פאר ביזנעס, אנפאנג איז עס געגאנגען שווערליך אבער ווען עס איז געווארען 2 האט עס אנגעהויבן זייער שטארק צו בומען עס איז נישט געווארען א אפשען אויב נעמען אדער נישט נאר א אפשען פין וועם מען זאל נעמען

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 11:26 am
דורך כרמי
signout האט געשריבן:דער בעה''ב פין שירה איז געווען פין די 2 בעה''ב אין מיסדים פין המזמרים אין ווען זיי האבען זיך צוטיילט האט ער גענומען די נאמען שירה אין ווי עס זעהט אויך די קאסטומערס,

לויט ווי איך געדענק, האט שירה זיך 'געעפענט' מיט שרגא פייוויל גאלד, שמואל פריעדמאן (ב"פ), חזקי בריסק און שלמה זלמן האראוויץ (ברודער פון יואלי וואס איז היינט אין שירה)

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 17, 2014 12:05 pm
דורך ישמעאל הכהן