בלאט 1 פון 1

חכמי כעלעם

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 8:10 pm
דורך shem-tov
די כעלעמער וויצן טראגן עפעס א אייגנארטיגען כאראקטער. יעדע איינע איז אינטערסאנט. אפשר איז כדאי צו מאכן אן אשכול ווי מקען שרייבן כעלעמע מעשהלעך, און אגב אויב ווייסט איינער היסטאריע, ווייל מזאגט אז סאיז טאקע געווען אזא פלאץ. איך וועל אנהייבן מיט די ווערטל פון "דער איד" די וואך. אויך אויב איינער ווייסט צו סאיז דא א ביכעל פון אט די דשאוקס זאל מיר ביטע מודיע זיין.

* * *

אין כעלעם האט מען געשטעלט א שומר הפתח א סעקיוריטי גארד ער זאל אבאכט געבען אז גנבים זאלן זיך נישט אריינגנבנען ביינאכט. איין נאכט האבן זיך דריי גנבים אריינגעבראכן און אונזער שומר אנשטאט צו טאן עפעס און גיין רופן פאר הילף שטייט ער מיט א צופרידנקייט בשעת די גנבים פאקן פעק. גייט עמיצער פארביי און פרעגט אים לשמחה מה זו עושה. זאגט ער די שוטים גנבים זיי מיינען אז איך זעה זיי נישט... חחחח

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 8:14 pm
דורך לאליפאפ
האסט פארגעסן צוצוענדיגן אז יענער איז אוועק א צופרידענער מיטן תירוץ...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 8:19 pm
דורך קאסטנער
shem-tov האט געשריבן:די כעלעמער וויצן טראגן עפעס א אייגנארטיגען כאראקטער. יעדע וויץ איז אינטערסאנט. אפשר איז כדאי צו מאכן אשכול ווי מקען שרייבן כעלעמע וויצן,


כעלעמע וויצן אדער וויצן וואס וואלטן ווען געקענט געשען אין כעלעם...