למעשה 6# זשורי דוטי והמסתעף.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 12:57 pm
דער זשורי סיסטעם איז א ווינקל-שטיין פונעם אמעריקאנער יוסטיץ סיסטעם. אונזער לאנד'ס גרינדער, די וואס האבן געשריבן די קאנסטיטוציע, האבן געהאלטן פאר זייערע אויגן די פרייהייט און רעכטן פון די בירגער ערשט. אינעם נייעם לאנד וועלן מענער אין אוניפארם נישט קענען ארעסטירן א מענטש כחפץ לבם. דא וועט נישט זיין קיין לאנד מיט סאלדאטן און פאליציי אינטערצודריקן די מענטשהייט ווי אין דער אלטער היים. די קאנסטיטוציע זאגט, מען קען נישט אנקלאגן א מענטש אויף קיין שום פארברעכן איידער די רעגירונג שטעלט פאר זייערע באווייזן פאר פשוטע עמך בירגער און זיי שטימען צו אז עס איז דא באווייזן אויף דעם פארברעכן די רעגירונג זאגט דער בירגער האט געטוהן. דא איז א לאנד פון 'דע פיפל'. דער פריץ, צו דיין נעכטיגער שונא וואס איז היינט א שטאטסמאן, קען דיר נישט אנקלאגן אויף גארנישט . דאס זענען מחליט דער שניידער און שוסטער פשוטע עמך בירגער. ווען די רעגירונג קלאגט אן איינעם אפיציעל, איז עס כסדר די פיפעל אנטקעגן מר. זשאונס. די מענטשן קלאגן אייך אן מיר זענען נאר זייערע פארטרעטער.
דאס איז פארשטייט זיך אין טעאריע, א שיינעם חלום פון די פאונדינג פאטערס. למעשה איז דער זשורי סיסטעם אפשר דער בעסטער, אבער די רעגירונג האט זיך פיין צוגעלערנט צו ניצן זשוריס ווי א געצייג אין זייערע הענט און וועלן כמעט אייביק אויספירן וואס זיי ווילן.
מיר ערליכע אידן אחים לדעה, גייען נישט אויף זשורי. פארוואס נישט? פארוואס יא? מיר האבן בעסער וואס צו טוהן מיט די צייט. אבער אפשר זאלן מיר דוקא יא גיין אלץ א פאליסי לטובת הכלל? פארוואס גיבן מיר בידים אוועק אונזער רעכט צו זיין אונזער אייגענע שופטים פאר פרעמדע? ואובינו פלילים פרעגט רש"י און פרשת משפטים.
עס איז אן נישט-ענדנדע סומאטוכע. ווען אימער א היימישער איז אין פעקל און קומט למעשה אן דורכצוגיין דעם געריכט סיסטעם און שטיין פאר טרייעל שרייט דער עולם חי וקים דער זשורי סיסטעם גיבט אונז קיין יושר. א חסידישער איד ווען ער שטייט פאר א זשורי איז אויטאמאטיש שולדיג אין זייערע אויגן, טענ'הט מען. לעגאלע ידענים ווייזן אפילו אן אז א חרדישער איד האט נישט געוואונען א נישט שולדיג אורטייל דורך א זשורי די לעצטע זיבעציג יאר. דער פאקט ברענג אז היימישע אידן זענען ג'עצהט צו זיך דערקלערן שולדיג, אננעמען א פלי, אפילו מען וואלט געקענט אהערשטעלן א גוטן פארטיידיגונג, ווי איידער גיין אויף טרייעל. די וואס האבן פרובירט יא גיין פאר זשורי האבן נישט גוט אפגעשניטן, פרישט אייך נאר אויף אביסל דאס זכרון. דער דיסטריקט אטוירני מיט זיינע געהילפן ווייסן פון דעם פאקט אז אויב באשליסן זיי צו גיין מיט א חסיד אויף טרייעל האב זיי נישט צו זארגן. אנדערש ווי ביי אנדערע מיניאריטעטן ווייסן זיי א זשורי וועט מעגליך גוט באטראכטן די פאקטן און צוריקברענגען א נישט שולדיג אורטייל.
דאס מציאות שטעלט אונז אויף אן אומיושרדיגן באלאנס און נעמט אוועק אונזער פארדינטן רעכט פון האבן א יושרדיגן טרייעל. איז דא עפעס וואס קען מען טוהן דערצו? זענען געווען עטליכע וואס פלעגן אדוואקירן דער עולם זאל יא גיין אויף זשורי. ספעציעל איז ר' אברהם המכונה אלבערט פרידמאן אין זיין צייטונג די נייעס באריכט, טוט טענה'ט שוין יארן אז אויב דער היימישער עולם וועט גיין צו זשורי דוטי וועלן זיך זאכן טוישן. קודם טענה'ט ער, איז דער פאקט אז מיר דרייען זיך ארויס און מיר זענען נישט א חלק פונעם פראצעס ווי אלע בירגער, מיר באווייזן זיך נאר אין די מאסן ווען איינער משלנו איז דער קרימינאל אויפן באשולדיגונגס באנק, מאכט אז די פראקוארן און ריכטער רעכענען זיך נישט מיט אונז ווייל זיי זעען נישט זיי זאלן דארפן אנקומען צו אונז אלץ פאטענציאלע זשוראר ווי מיר וועלן זיך קענען אפרעכענען. די צווייטע טענה איז אויב היימישע אידן וועלן גיין אין גרעסערע ציפערן וועלן בהכרח אייגענע זיצן אויף זשורי'ס און נישט צולאזן אומיושר קעגן אונז, גענוי ווי די שווארצע האבן אנגעהויבן טוהן. נישט ווי אמאל ווען א שווארצער איז געווען שולדיק קען ער היינט זיך ריכטן אויף א סימפאטישע ברודערליכן זשורי.
אין אן אנדערן אשכול האט אני הצעיר געשריבן בערך דאס אויבנדערמאנטע. האבן אנדערע ג'טענה'ט אז גיין צו זשורי איז אן אויסברענג פון צייט. ביי א קעיס נוגע פאר אידן וועלן זיי סייווי נישט אויסוועלן קיין איד. ווידער אנדערע פרעגן וויאזוי וועט מען פסק'נען ווען א איד קומט פאקטיש פאר א אידישן זשוראר? איהם באפרייען? א איד טאר דאך נישט איינשפארן א צווייטן איד ווידער זאלן מיר באפרייען פארברעכער?
איך האב נישט אלע ענטפערס אבער אנשטאט שרייבן סתם מיינונגען וואלט איך פארגעשטעלט אין דעם למעשה אשכול מיין ערפארונג און וואס כ'טראכט אז מען קען זיך מעגליך ארויסלערנען.
קינגס קאונטי גרענד זשורי, מיין געשיכטע.
אין פאסט איז מיר אנגעקומען א בריוול גערופן גרענד זשורי סאממאנס. עס זאגט איך מוז אראפקומען דאנערשטיג 9:30 צו 320 זשעי סט. איגנארירן דעם בריוו קען רעזאלטירן אין א שטראף. עס איז דא אן אפציע צו איין מאל אפשטופן. מען דארף אריין קאלן אדער גיין אויפן געוועב מאכן א פאוספאנמענט. זוכנדיג אויפן געוועב זעה איך דער עולם גולם זאגט אז ביי א גרענד זשורי סאממאנס, אנדערש ווי ביי געווענליכע זשורי, וועסטו זיך צום סוף נישט קענען ארויסדרייען. נאך איינמאל אפשטופן באקומסטו א 'מאסט סערוו' און אויב איגנארירסט איז עס קרימינאל. איך פארשטיי אבער אז מען קען נישט באשטראפן ווען זיי האבן נישט איבערגעגעבן א סאממאנס אין די הענט אדער סערטיפייד מעיל. ממילא איגנארירן קען לכאורה נישט מאכן קיין למעשה'דיגע פראבלעמען אויבן אויף. למעשה האב איך באשלאסן אראפצוגיין. איך האב דאך אידעלאגיש ג'טענה'ט, און אפילו געשריבן אין קאווע שטיבל אז אונזער עולם זאל גיין אויף זשורי. זיי מיר נישט אזא גרויסער צולייגער, פלעגט מיין רבי זאגן.
למעשה האב איך שווער געגלייבט איך וועל טאקע ווערן אנגענומען אלץ זשורי זיי וועלן מיר זיכער באפרייען. פאר מיין פרוי זאג איך עס איז נאר אפאר שעה זיי וועלן מיר נישט איינשרייבן. וואס טוסטו אז יא, פרעגט זי? נו וועט זיין, זאג איך. וואס איז מיט דיין זשאב און אלעס? כ'וועל עס מוזן הענדלען זאג איך. ביזט משוגע? פרעגט זי מיט רעכט. א נס דער רבונו של עולם האט אריינגעלייגט אין די בריאה אז משוגע טוט נישט וויי.
עס איז דאנערשטאג צופרי איך שטיי אויף בהשכמה צו דאווענען, לייג מיין קליינעם אויפן באס, עס איז פערטל צו ניין. איך דארף זיין אין געריכט ניין דרייסיג. איך רוף אן אובער קאר פונעם עפפ און 9:30 בין איך פארנט פון געריכט.
אגב אז מען רעדט פון למעשה איז גוט צו מזכה זיין פאר ווער עס ווייסט נישט. אובער איז א געוואלדיגע זאך. איר דרוקט א קנעפל און איר זעהט לעבעדיג אייער קאר פינף גאסן ארויף און ווי ער איז דערנענטערט זיך. ווער ער איז דא באקומסטו א מעסעדזש אדער טעקסט/קאל דירעקט דעם דרייווער. כ'האב א פיקטשור און נאמען פונעם דרייווער מיט זיינע רעטינגס. מען דארף נישט באצאלן אלעס ווערט אויטאמאטיש דורך פעיפעל און מיסטריעזע זאכן מען דארף נישט קיין דאלאר אין טאש. זייט איך נוץ אובער איז ממש ווי א פערזענליכער דרייווער באגלייט מיר 24/7 אין אובער איז איינגעשריבן די געלע, גרינע, שווארצע קארס אזש ווי דו ביזט האסטו א קאר אין מינוטן. עטץ משוגעים האבן אייגענע קארס זוכט פארקינג און כאפט טיקעטס. כ'האב רחמנות אויף אייך.
עס איז א געווירבל פון הונדערטער מענטשן. עס איז דא א לאנגע רייע פאר סעקיוריטי אבער עס גייט שנעל און די שיך דארף מען נישט אויסטוהן. איך לייג אראפ מיינע חפצים און שפאציר דורך, עס קלינגט נישט, איך חאפ מיינע זאכן און לויף. א פאליציאנט אפיסער שפאצירט צו מיר וואונקט מיר צו קומען אין זייט. שוין עס פאנגט זיך אן. ער פרעגט מיר האסט אין דיין בערזל א קרעדיט קארד מעסערל זעה איך? יא זאג איך איך האב עס אבער דארף עס נישט דא גראדע. ער הייסט עס איהם אהין געבן ער פאקט עס איין גיבט מיר א רעסיט איך זאל עס נעמען אויפן וועג ארויס.
איך גיי ארויף אויפן צווייטן שטאק איז דער זשורי פארזאמלונג שטוב. עס איז שוין 9:35 צו מיין איבעראשונג איז א פולע זאל איך שאץ לערך 300 פערזאנען. איך זוך א ליידיג באנק זעץ מיר אראפ. עס איז שטיל קיינער רעדט נישט. איך קוק מיר ארום צו טרעפן א היימיש פנים איך זעה א איד מיט א קאפל עטליכע רייעס ארויפצו. א צווייטער מיט א בארד און טיי, ליטוויש צו עפעס אזוי. פארנט אין ערשטע רייע זיצט קענטליך א היימיש פרוי. דער איבריגער עולם באשטייט פון היפש מינאריטעטן ספאנישע און שווארצע. עפעס ווייסע, אויך פונעם אינגן היפסטער עלעמענט. מיין שכן אויפן באנק זעט יא אויס א בעסערער מיט א סוט. איך זאג איהם העלא שמועס אביסל וואס ער האלט אויף די שאנסן זיך ארויסזען פון דא. ער'ז אן אטוירני פון פאך אויס זאגט ער. איך פרעג צו אלץ לויער וועט עס זיין א לערנונג ערפארונג צו זיין א זשורי. ער זאגט לאו דוקא ער וואלט זייער נישט געהאט חשק דא צו פארבלייבן צוויי וואכן. איך פרעג פארוואס ער'ז בכלל געקומען און נישט איגנארירט דעם צעטל? ער פארשטייט נישט בכלל, אז מען הייסט קומען קומט מען.
איינער מר. פרענק נעמט דעם פאדיום באגריסט דעם עולם, זאגט איבערן וויכטיקייט פון דינען אלץ זשורי. ער רעכנט אויס א ליסטע פון מענטשן וואס וועלן זיך פטר'ן. מענטשן מיט א צעטל פון א דאקטער, האט קליינע קינדער אין שטוב אדער ווער עס פארשטייט נישט וואס איך רעד דא דאס הייסט קען נישט קיין ענגליש. ער זאגט מען גייט אויסוועלן דריי זשוריס פון 23 יעדעס. צוויי וועלן דינען צוויי וואכן, דאס דריטע וועט דינען 60 טאג.
אן עולם שטעלן זיך אין רייע יעדער זאגט זיין זאך, איינער ווערט אהיים געשיקט און איינער נישט. דערנאך זאגט ער ווער עס קלערט איבער סיי וואספארא סיבה ער/זי וועט נישט קענען דינען זאל זיך אויפשטעלן און קומען אין שורה. איך שטעל מיר אין שורה. איך זאג אז היות ער האט געזאגט מען קען בלייבן שפעטער פון פינף נאכמיטאג אויך, און איך אלץ טאטע פון א שטוב מיט קינדער ווען איך קום אהיים פון ארבעט נעם איך איבער געווענטליך איך באד און לייג שלאפן די קינדער אהיים קומען שפעט וועט איבערשטרענגען מיין ווייב און דאס וועט מיר מאכן צרות. ער פרעגט וויפיל אזייגער גייסטו אהיים יעדן טאג פון ארבעט? איך זאג פינף פופצן. סיט דאון זאגט ער. מרת שפארבער פונעם ערשטן רייע גייט ארויף ער שיקט איר צוריק. זי גייט נאכאמאל אבער אן ערפאלג. די גאנצע צייט שפתותיה נעות זי איז אודאי מתפלל צו ניצל ווערן פון די צפרני רשעים זי זעט אויס זייער דערשראקן.
דער פארבליבענער עולם איז שוין היפש שיטער. עס הייבט מיר אן צו קיצלען, איך וועל נאך דא ווערן איינגעזאלצן אויף זעכציג טאג. מיין שכן דער לויער זאגט אז אסאך טעג ענדיגט מען צוועלף איינסע און עס איז דא ווייפיי אין קאורט מען קען טוהן ארבעט בין גברא לגברא וואס איז אסאך צייט זאגט ער. פאר צוויי וואכן קען איך אפשר טוהן די וויכטיקע זאכן פון מיין זשאב פון דרויסן אבער צוויי חדשים גיי איך פשוט צוגרינד גיין אינגאנצן.
נאך א קורצע הפסקה קומט מר. פרענק צוריק ער זאגט עס איז דא גוטע נייעס, די זעכציג טאגיגן זשורי וועט נישט ווערן געקליבן היינט. ער רופט אויס נעמען ווער עס הערט זיין נאמען זאל אויפהייבן די הענט און זאגן דא (Here). ער הייבט אן אויסרופן, והנה מיין נאמען איז דער דריטער אויפן ליסט, מיין שכן דער לויער באלד נאך מיר. איך זעה ער איז געווארן בלאס געווארפן פארבן אבער איז באלד מקבל דעם גזר דין באהבה. דער איד מיטן בארד ווערט אויך סעלעקטעד אבער אויפן צווייטן זשורי נישט מיינס. דער איבעריגער עולם ווערט פארבעטן צו אריין אין צווייטן זאל אויב עס איז נישטא קיין ליידיגע זשוריס צו פארפילן ווערן זיי אלע אהייםגעשיקט. דער איד מיטן קאפל גייט ארויס און אויך מרת שפארבער מיט א קענטליך שמייכל. אירע תפלות זענען נתקבל געווארן לרחמים ולרצון.
מיין שכן זאגט מיר אויב ווילסטו נאך עפעס זאגן זיך ארויסדרייען איז יעצט די צייט. איך שטעל מיר אויף זאג מיין דרשה. זיי הערן און זאגן זעץ דיר אראפ. איך זאג פרייטאג מוז איך זיין פרי אהיים ער לאזט מיר נישט אויסרעדן, מיר ווייסן וועגן פרייטאג סיט דאון.
יעדער באקומעט א נומער פון איינס ביז 23 מיט זיין זשורי אות ווי עי בי אדער סי. די ערשטע דריי זענען די פורמאנען אדער פורפרויען וואס זאגן פאר די שבועות און פירן די זשורי פארהאנדלונגען. צוויי אין דריי זענען סעקרעטארן צו האלטן רעקארדס און אטענדענס. א ריכטערין קומט אריין, אל רייס שרייט איינער (all rise). זי זאגט א דרשה איבער די רולס פון זשורי וויאזוי ער ארבעט און ליינט פאר א שבועה צו איינשווערן ווען יעדער האלט די רעכטע האנט און ענטפערט מיר שווערן. עס איז בערך צוועלף אזייגער יעדער קען אהיים מען זאל זיין צוריק אויף מאנטאג ניין דרייסיג. נישט קיין חכמות ווארנט דער ווארדען אויב קען איינער נישט קומען זאל מען אריינרופן בעוד מועד.
וואס איז א גרענד זשורי?
פאר כ'גיי ווייטער לאמיר בקיצור מסביר זיין וואס איז דאס א גרענד זשורי. א גרענד זשורי אנדערש ווי קליינע זשורי (petit jury), וואס באשטייט נאר פון צוועלף מענטשן און זיצט אויף א טרייעל און הערט נאר איין קעיס, הערט ביידע זייטן דעם פראסעקיוטער און דעפענס, טוט א גרענד זשורי באשטייט פון דריי און צוואנציג און צו אנקלאגן א מענטש אנדערש וואו ביי א געווענליכן זשורי וואו עס דארף זיין איינשטימוק שולדיק צו נישט שולדיק, דארף א גרענד זשורי נאר א רוב, דאס הייסט צוועלף פון די דריי אין צוואנציג דארפן אננעמען א באשלוס אינאיינעם צו זיי אינדייטן אויף אלע טשארזשעס וואס די רעגירונג האט חשק צו אנקלאגן א פערזאן, צו זיי ווילן נאר אנקלאגן אויף א טייל און דיסמיסן די איבעריגע אדער גאר דיסמיסן אלע טשארטשעס. אויך איז די בורדען אויף פרוף (Burden of proof) נידעריגער ווי א טרייעל זשורי. ביי א טרייעל זשורי דארף זיין גילטי ביאנד ריסאנעבל דאוט (Beyond reasonable doubt), איז ביי גרענד זשורי וואס טוט פאקטיש נישט זאגן צו דער אנגעקלאגטער איז פאקטיש שולדיג נאר זאגט עס איז דא גענוג איבערווייזן צו אנקלאגן א מענטש, דארף זיין צוויי זאכן: לעגאלע גענוג איבערווייזן און שכלדיג פלאץ צו גלייבן (Legally sufficient evidence & reasonable cause to believe)אז א פארברעכן איז באגאנגען געווארן דעמאלטס דארף די זשורי אנקלאגן טאמער די באווייזן קומען נישט נאך די סטאנדארט דארף די זשורי דיסמיסן.
וואס איז אינטערסאנט ביי גרענד זשורי איז איז דער דיסטריקט אטוירני, דער פראוקואר וואס שטעלט פאר די באווייזן פאר די זשורי טאר אויף בשום אויפן נישט זאגן א מילה אחת פון זיין אייגענעם פארשטאנד אדער מיינונג. ער מעג נאר פארשטעלן די עדות און באווייזן אבער נישט מוסף נופח זיין קיין קוצו של יוד. ער קען איבער זאגן עדות'שאפט אויב די זשורי פרעגט און וויל זיך דערמאנען, ווען ער מוז דערביי ווארענען, מיין זכרון קען נישט ווערן גערעכנט אלץ א חפצה אדער באווייז, עס איז נאר די זשורי'ס זכרון וואס דינט, איך קען ענק נאר אויפפרישן אייער זכרון. אויך מעג ער פארליינען לעגאלע טערמינען וואס ער האלט איז וויכטיג פאר די זשורי צו וויסן. דער פראסעקיוטער דינט אויך אלץ לעגאלער עדווייזער פאר די זשורי. למעשה וואלט זיך אויסגעזען אז די גאווערנמענט זאל נישט האבן אזא גרינג פעלד צו אנקלאגן ווען זיי מוזן יעדעס מאל נוצן די בירגער וואס זענען דאך אייביג אויפן אנדערן זייט ווי סיי. למעשה איז א זשורי מער ווייניגער א געצייג פונעם די עי און רובא דרובא ווערן אנגעקלאגט. ווי איך וועל שרייבן באלד נוצן זיי דעם סיסטעם כחומר ביד היוצר ברצותו אורג וברצותו מזגג. חאטש עס גייט נישט ממש אייביק ווי זיי ווילן. ביי מיין זשורי איז אויך נישט געווען אלעס וואו זיי האבן געוואלט.
א וויכטיק נקודה צו באטאנען, א גרענד זשורי איז בשוואירן צו סוד. מען טאר גארנישט פארציילן איבער וואס עס האט זיך אפגעשפילט אין די קעיסעס מען האט געהערט א גאנץ לעבן. עס איז א פארברעך וואס מען קען ווערן אנגעקלאגט אליין פאר א גרענד זשורי. ממילא וועל איך נזהר זיין נישט צו רעדן איבער עצם אנקלאגעס פון געריכט אז נישט קען איך מיר טרעפן אלץ א חפץ פאר א גרענד זשורי אליינס.
נחזור לענינינו.
עס איז מאנטאג אינדערפרי אובער האט מיר אפגעטראגן דאונטאון איך בין ארויף צום זעכצטנן שטאק עס איז א מיטל מעסיגער געריכט שטוב מיט א ריכטער פלאטפארמע און שטול. בענק פאר צוקוקער און זשורי בענקלעך אין די זייט. למעשה איז קיין ריכטער נישט אנוועזנד ביי גרענד זשורי פראצעדורן און נישט קיין צוקוקער. עס זענען דער עי די עי, סטענאגרעפאר, זשורי און עדות. קיינער מער קען זיך נישט געפונען אין שטוב.עס איז אבער אייביג דא א ריכטער גרייט על כל צרה שלא תבוא צו לעגאלע שאלות. דער הויפט עי די עי האט פארגעלערנט א גאנצן לעגאלע מגילה וואס דער געזעץ פארלאנגט. מען זעצט זיך לויט די נומערן פון איינס ביז דריי אין צוואנציג. איך קוק מיר ארום ומי ההולכים. עס זענען צוועלף ווייסע און עלף שווארצע. רוב זעען אויס פשוטע בירגער אויפן אויסזעען אבער דער אויסזען זאגט גארנישט. דער לויער וואס איך קען שוין איז דא און איינע האב איך מיר שפעטער דערוואוסט פון גוגל איז א גאנץ באוואוסטע שטארק ליבעראלע פראפעסארין מחברת פון צען ביכער. מיין שכן צו רעכטס איז א שווארץ ארים קינד. איך רעד אביסל מיט איהם ער איז זייער פארשטענליך און קלוג. זיינע אומשטענדן זענען ביטערע זיך געוואלגערט קיין היים קיין עסן, נא מה יעשה הבן שלא יחטא. מיין שכנה אויף לינקס איז א מיטליעריגע כינעזע וואס פאר צוויי וואכן שפילט זי קענדי קראש אויפן טאבלעט מיט א כינעזע עקשנות בעת וואס זי זאגט מיר כסדר ביי יעדן קעיס נאו אנדערסטענד. זי האט נישט פארשטאנען גארנישט וואס מען האט גערעדט. דא דערזע איך מיין בראך אז קיין ווייפיי ארבעט נישט אויף דעם שטאק להכעיס, זיי זאגן קענסט גיין ביי ריסעס און לאנטש צום צווייטן פלאר.
נאך א קורצן ווארטן קומט אריין די ערשטע אסיסטענט דיסטריקט אטוירני (ADA) ווי זיי רופן זיך. א אינגע מיט א שמייכל לייגט פאר די ערשטע קעיס. געווענליך גייט עס אזוי. גוט מארגן/טאג מעמבערס פון די גרענד זשורי. מיין נאמען איז שעראל קליינבערג איך בין ען אסיסטענד דיסטריקט אטוירני דא אין קינגס קאונטי. אין גיי פארשטעלן א נייע קעיס גערופן די פיפל קעגן זשאן דאו. שפעטער האב איך בדעה פארצושטעלן טשארזשעס פון רויבעריי/אומלעגאלע וואפן וכדומה. איר וועט יעצט הערן פון פאליסמאן/דעטעקטיוו אדער סתם אן עדות. ווען דער עדות איז פארטיג ווערט ער ארויסגעשיקט אינדרויסן דער עי די עי פרעגט צו איינער פון די זשורי האט פראגעס צום עדות אדער וויל עפעס אויסקלארן. אויב יא פרעגט מען און דער ADA גייט ארויס ברענגט ארייין דעם עדות פרעגט די שאלה פארנט פון די זשורי און דער עדות ענטפערט.
פארשטייט זיך אז דער ADA ווען ער גייט ארויס האט א געלעגנהייט צו אנזאגן פארן עדות וואס די פראגע איז און איהם אונטערזאגן. פרעגן דירעקט עדות לאזן זיי נישט חאטש מיין אפטייטש פון געזעץ זאגט די זשורי קען פרעגן וואס זיי ווילן. זיי זענען זייער שטרענג די זשורי זאל נישט קומיוניקירן מיטן עדות. ס'איז מיר נישט קלאר געווארן וואס זייער רעכט דערצו איז לויטן געזעץ אבער אזוי גייט עס. למשל איין עדות שפעטער איז געווען א DNA עקספערט מסביר געווען די די ען עי פראצעדור אויף טעלערלעך די זשורי זאל פארשטיין. בתוך הדברים זאגט ער עס זענען דא 6.8 ביליאן מענטשן אויפן וועלט מיט דעם פראפייל דא זענען שאנסן אז עס זאל זיין א דאפלטע פראפיל איינס פון עטליכע טריליאן. איך בין געזיצן נישט ווייט געב איך מיר א רוף אן מסיח לפי תומו עס זענען נישטא דא 7.2 ביליאן מענטשן? דער עי די עי איז אויפגעשפרינגען העי איך טאר נישט רעדן צום עדות דירעקט.
ווען א זשורי פרעגט אדער זאגט עפעס וועט עס דער סטענאגרעפער אפטייפן און אפילו איבערפרעגן וואס מען האט געזאגט אויב האט זי/ער נישט גוט געהערט. ווי געזאגט ליגט איין זאך פארן די עיס אויגן אז דער דעפענס לויער זאל נישט טרעפן א טעכנישן טעות אינעם גרענד זשורי פייל און עס קענען ארויסווארפן ממילא זענען זיי זייער טעכניש אויסגעהאלטן מיט יעדן ווארט.
עס קומען און גייען איין ADA נאכן צווייטן פון אלע שיכטן און קרייזן, מיט אלע סארטן פארברעכנס. לאנטש איז פון איינס ביז צוויי יעדן טאג. נאך לאנטש איז געווען נאך קעיסעס ביז בערך דריי און דער טאג איז געווען ג'ענדיגט. צומארגנס מיטוואך איז געווען ווידער אגאנצן טאג נייע קעיסעס ביז פינף. היינט זענען געווען עטליכע אידן אויפן עדות בענקל כ'האב באמערקט ווען אידן קומען האט די פארפרוי פארגעזאגט אן אנדערן נוסח שבועה אנשטאט I Solemnly swear איז I solmenly affirm ביים סוף אויסלאזנדיג so help me god אנשטאט זאגט זיך under penelty of perjury. ס'איז אזוי אויף די אינסטראקשאנס ווען א רעליעזער איד קומט.
דאנערשטאג איז ווידער געווען קעיסעס אגאנצן טאג. דא איז איינס געווען דירעקט נוגע אידן. דער ADA איז נישט געווען סתם א רוקי ווי אסאך אויפן שטאק נאר א וועטעראן די עי וואס האט אונז אנגעזאגט אז ער ברענגט עפעס מער ווי סתם נאך א קעיס. קענטיג אז דער די עי טאמפסאן דירעקט האט דא אן אינטערעס. איך האב גראד געזען ער קוקט מיר אן אזוי מיט אינטערסאנטע אויגן. איך וועל נישט אריינגיין אין פרטים וואס איז קעגן קעזעץ. אבער ער האט זייער קלאר געמאכט דער עדות זאל ארויסזאגן ברחל בתך אז מען האנדלט פון אידן פרעגנדיג די עדות וואס די באשולדיגטע האבן געהאט אויפן קאפ א יארמולקע און וואסערן רעקל כדומה, די זשורי זאל וויסן ווי צו האנדלען. ווען ער האט ג'ענדיגט אויספרעגן דעם עדות שיקט ער איהם ארויס און פרעגט ווי אייביק צו איינער האט א שאלה צום עדות. איך הייב אויף די האנט און פרעג דריי שאלות. אויף איינס האט ער מיר ג'ענטפערט פון וואס ער האט געדענקט אז ס'איז משמע פונעם עדות. אויף איינס זאגט בין איך גערעכט אנעם פרעגן די עדות. אויפן דריטן רופט ער צוריק דעם עדות און פרעגט מיין שאלה. והנה דער עדות זעט אויס עס איז נישט געווען גוט אפגעשמועסט, שטימט צו צו מיין השערה וואס האט אריינגעווארפן לויט מיין מיינונג א פלאקן אינעם גאנצן אינדייטמענט. איך זעה דער הויכגעשעצטער מר ... מאכט א פאקס מיטן פנים ווי צו זאגן דאס האט מיר בכלל נישט אויסגעפעלט. שוין ענדליך פיל איך מען טוט עפעס אויף פאר אידישקייט דא. איך מאך מיין ציהל אז דער קעיס זאל באהאנדלט ווערן מיט יושר. האפנטליך וועל איך קענען איבערצייגן מיינע קאלעגן זשורי צו האנדלען מיט אפענע קעפ נישט לאזן דעם די עי קלאגן פאר פאליטישע צילן צו ווייזן ער קען אנקלאגן אפילו חסידים מיט איבערגעטריבענע קלאגעס.
זיי האלטן שוין ביי פופצן קעיסעס און קיין איינס נאכנישט דעליבערעטעט. מיר וואונדערן זיך ווען גייט זיין צייט צו פארהאנדלען אויף דעם אלעם. וואס איז וויכטיג צו וויסן איז דער געזעץ לאזט נישט האלטן איינעם מער פון פינף טאג אן אן אנקלאגע דורך א גרענד זשורי. אז מען נעמט בעיל קען א אנדייטמענט קומען ביז זעקס חדשים אבער טאמער מען איז נישט פריי אויף בעיל איז דער די עי אונטער דרוק ביז פינף טעג. ממילא איז יש אומרים עס איז א קלוגע זאך נישט צו נעמען בעיל דאס שטעלט די גאווערנמענט אינטער דרוק צו האבן אן אנקלאגע ביז פינף טעג וואס איז נישט אייביק ביכולתם.
ענדליך דאנערשטיג נאכמיטאג ברענגט איין די עי דאס ערשטער טשארזש פאר די זשורי צו פארהאנדלען. ווען די זשורי פארהאנדלט איז יעדער אינדרויסן אפילו די סטענאגרעפער. עס גייט אזוי מען רעדט קודם אדער זעט מען צו איינער האט עפעס צו זאגן. מען נעמט א וואוט ווער עס איז פאר אינדייטמענט הייבט אויף די הענט. איז דא צוועלף קלאפט מען אריין צום פראסעקיוטער און מען זאגט דעם באשלוס. איז נישט צוועלף הייבן אויף די וואס זענען פאר דיסמיסל די הענט. איז דא צוועלף איז קעיס דיסמיסד. אז נישט צוועלף אלה ואלה דארף מען פארהאנדלען ביז מען האט צוועלף איינשטימוק. אלזא דא איז דער ערשטער פארהאנדלונג. מען הייבט אן רעדן. תיכף האט זיך אנגעצונדן אזא שווארץ פייערל וואס האבן זיך צוזאמגענומען אז די פאלציי האט נישט געהאנדלט יושרדיק מען זאל דיסמיסן. למעשה איז געווען קלאר לויט די עדות עס איז א שולדיק אורטייל און צוועלף האבן געשטימט גילטי וגם אני בתוכם. אזוי איז געווען נאך א שולדיג אורטייל און א דריטע איז אריין. דא האט זיך שוין דערשפירט א פרוסטראציע. זענען מיר דא סתם פאפעטן אין די הענט פון די פראסעקיוטער? די פראפעסארין ווי זי גיבט א לעקציע רופט אויס מיר מוזן צוריקפייטן. מיר זענען נישט סתם דאמיס, זאגט זי. וואס זענען מיר דא סתם די גאווערנמענט זאל רעדן צו אונז און מיר זאלן צושטימען? בקיצור זי האט א פוינט אבער וואס טוט מען אז די באווייזן זאגן שולדיג און קיין אנדערע זייט גיבט מען אונז נישט. בקיצור נאך א שקלא וטריא זאגט דער לויער זשוראר, הערט צו, מיר אלע ווילן אהיים גיין פון דא מיט א דיסמיסד קעיס אבער דער דאזיגער קעיס יעצט איז נישט דאס איינע. ער זאגט דאך גוט און מען שטימט ווייטער שולדיג.
עס איז שוין שפעט און זיי זאגן אז א אנגעקלאגטער גייט יעצט קומען עדות זאגן פאר אייגענע פארטיידיגונג. עס איז וויכטיג צו פארשטיין דעם חלק חאטש די רעגירונג האט מער חשק צו האלטן דעם עולם אומוויסנד. דער געזעץ ערלויבט פאר אן אנגעקלאגטן צו קומען פאר א גרענד זשורי און זאגן א סטעיטמענט. מען מעג מיטברענגען א לויער אבער דער לויער קען נישט רעדן ער קען נאר אבזערווירן און קומיוניקירן פריוואט מיטן אנגעקלאגטן אין די זייט. למעשה ווי איך פארשטיי, גייט נישט די די עי'ס אפיס דיר אנקאלן אדער בכלל מודיע זיין אז א גרענד זשורי באקומט דיין קעיס און האסט א רעכט צו קומען, דו דארפסט אליין זיי מעלדן אז ווילסט אראפקומען צום גרענד זשורי ווען זי זיצט, און דעמאלטס האבן זיי נישט קיין ברירה אזוי פארשטיי איך.
ווען איינער קומט אראפ צום אייגענעם דעפענס, דארף מען אינטערשרייבן א וועיווער אף אימיוניטי (Waiver of immnunity). דאס הייסט אזוי, דער געזעץ זאגט איינער וואס זאגט עדות אויף א געריכט שטול איז אימיונט צו ווערן אנגעקלאגט מכוח זיין אייגענעם עדותשאפט. מען קען נישט נוצן זיינע רייד קעגן איהם אליין. דאס איז צו אינטערשטיצן מענטשן וואס זאגן עדות פאר די רעגירונג אז זיי זאלן נישט מורא האבן מען קען זיי אנקלאגן אויב זאגט ער זאכן וואס קען איהם זעלבסט פארשולדיגן. אלזא דא ווען אן עדות קומט אראפ פאר זיך אלייינס וויל די רעגירונג בפירוש יא קענען נוצן דיינע ווערטער קעגן דיר, ממילא צווינגען זיי צו אינטערשריייבן א וועיווער אף אימיוניטי דו גיבסט אויף די אימיוניטי וואס דאס געזעץ האט דיר בעצם צוגעטיילט אלץ עדות.
בקיצור מען האט אריינגעברענגט דעם אנגעקלאגטן געקומען מיט פאליציי פון תפיסה. האט אויסגעזען א מיטגעמאכט קינד וואס איז נישט געשלאפן קיין נעכט. בקיצור ער האט אונז אראפגעלייגט זיין זייט פונעם געשיכטע זייער קלאר געמאכט אז די רעגירונג זאגט ליגנט. זיינע פאקטן האבן געשטימט מיט די מציאות וואס מיר האבן געהערט פריער אבער מיר האבן דאך נאר געהערט איין זייט פונעם מעשה. בקיצור דער די עי פרובירט איהם צו צומישן ער איז זייער פעסט. ער האט געקענט דעם סיסטעם און געוואוסט וואס ער האט צוטוהן. דא נעמט זיך דער פראסעקיוטער אויפמישן אלטע חטאים איינס נאכן צווייטן וואס האט קיין שייכות געהאט צום איצטיגן קעיס. האסטו דאס געטוהן ? יענץ געטוהן? סתם צו ווארפן זאמד אין אויגן. פארשטייט זיך פאר אונז זאגט דער פראסעקיוטער די אלע זאכן נישט בשייכות צום איצטיגן קעיס קען נישט קומען אין חשבון צו ער איז שולדיג בנוגע דעם יעצטיגן קעיס. איי פארוואס זאג איך עס אייך? ווייל איך וויל איר זאלט עס וויסן.
נאכן פארלאזן דעם שטוב האט אונזער זשורי דיסמיסד דעם קעיס.
יעצט הערט צו א שטוינענדע פאקט: מיר האבן געהאט פיר מאל וואס דער אנגעקלאגטער איז געקומען רעדן פאר אונז פאר אייגענע פארטיידיגונג און ביי אלע פיר האבן מיר דיסמיסד די טשארזשעס. וואס מיינע צוויי וואכן דארט האבן מיר געלערנט איז די גאווערנמענט ווען זיי באשלוסן איינעם צו אנקלאגן האט קנאפ פראבלעם מיטן מציאות וואס איז פאקטיש פארגעקומען. זיי וועלן אהערשטעלן עדות מיט מעשיות אן קיין פראבלעם. דער ada האט איין אויפגאבע, צו באקומען א שולדיג אורטייל. פונקט ווי א דעפענס לויער וויל א נישט שולדיג נישט קיין חילוק וואס די מציאות איז אזוי זענען זיי אויפן אנדערן זייט באנק. ווען א עדות קומט און לייקענט אפ זייער ווערסיע מיט א זאכליכן טענות און עס שטימט קען עס די זשורי אננעמען.
עס איז מיר א חידוש אז עס זענען נישט געקומען מער באשולדיגטע עס זענען געווען אנקלאגעס מיט גאנץ קנאפע באווייזן אבער די זשורי האט נישט געהאט עכט פארוואס צו דיסמיס מען הערט דאך נאר איין צד. וואלט ווען געקומען דער בעל דבר און געזאגט א צווייטן זייט וואלט עס זיכער געווען לטובתם.
איך וואלט ג'עצה'ט אויב ווערסטו ארעסטירט און האלטס עס איז שלא ביושר, פארלאנג צו גיין פארן גרענד זשורי עס קען געלונגען צו צוווארפן א אנקלאגע נאך פאר עס הייבט זיך אפילו אן און פארשפארן די קאפ וויי פון גיין צו טרייעל. פארשטייט זיך רעד מיט א לויער און ארבעט אויס די דעטאלן.
עס איז שוין 7:30 PM און ענדליך איז דער טאג אריבער. זיי האבן נישט קיין פראבלעם צו האלטן זשוריס ביז ווילאנג זיי ווילן. געדענקט מען באקומט נאר 40$ א טאג און דיי ארבעסטגעבער מוז נישט באצאלן נאר פאר דריי טעג. וואס זאל איך אייך זאגן? דער סיסטעם זייגט אויף כוח.
פרייטאג איז עודך נייע קעיסעס אגאנצן טאג. דא האבן זיי געוויזן ווידיאו פוטעזדש אלץ באווייזן אויך. אויך איז א היימישער געווען אויפן סטענד זיין ענגליש איז געווען בעסער ווי אסאך אנדער עדות און אפילו ווי טייל ADA's עס איז דא א באדייטנדע פראצענט כינעזער טייל וואס זייער ענגליש איז מתובל מיט כינעזער או יו יונג אקצענט ווי נעכטן אנגעקומען אין לאנד מיט א שיף.
עס איז פרייטאג נאכמיטאג איך פרעג ווען איך קען אהיים פאר שבת מען האט דאך געזאגט פרייטאג איז קיין פראבלעם. דער ווארדען קוקט אויף א זמן צעטל און זאגט מיר צוויי שעה פארן זמן געבן מיר. מער ווי גענוג צו אנקומען אהיים מאכן שבת. עס העלפט קיין פודינו ומצילנו פינף אזייגער בין איך ארויס. מאנטאג זאגן מיר די קאלעגן מען איז געבליבן ביז 8:30 פרייטאג נאכט. נישט גענוג מענטשן געבן אוועק זייערע טעג צו סערוון, וועלן זיי עס אביוזן עד הסוף.
דעם צווייטן וואך כמעשהו בראשונה מעשהו בשניה, וועל איך שוין נישט מאריך זיין. די וואך האב איך באגעגנט אין די קארידארן נאך צוויי אינגעלייט, א באבאווער און א חבדניק וואס זענען ארויף אויף גרענד זשוריס די וואך. דאס איז אויזער דעם מלמד פון מידוואד שוין געווען אויף אויף דעם אנדערן זשורי פון לעצטן וואך. עס זיצן זעקס גרענד זשוריס אלעס אויפאמאל. עס איז דא אסאך פארברעכער צו פראצעסירן זעט אויס. דער חבד'ניק האט געברענגט תפילין און האט אודאי געטראפן א איד אין זיין זשורי צו לייגן תפילין. עס באוואונדערט מיר אפט ווי די חבד אינגלייט טוען זייער הפצה מיט אזא איבערגעגעבנקייט אן קיין בושה.
איין אנעקדאט מענין לענין, מיין שווארצער שכן האט געפעלט מיטוואך. דאנערשטיק פארציילט ער כמסיח לפי תמו אז נעכטן איז ער געווען אויפן וועג צום געריכט מיט זיין בייק. עס איז געווען טרעפיק איז ער ארויף אויפן סיידוואק. א פאליציאנט האט איהם אפגעשטעלט געבעטן איידי פאר א סאממאנס והנה ער לייגט איהם ארויף קייטלעך און ברענגט איהם דאונטאון נישט צו זשורי דוטי נאר צו בוקקינג. ער זאגט מיר דער ווארענט איז שוין געווען דיסמיסד א יאר פריער ווייסט ער נישט פארוואס דער פאליציאנט האט איהם גענומען. ער איז געזיצן אגאנצן טאג ביז צוועלף אינמיטן נאכט האט ער געזען א זשאזש וואס קוקט אין פייל אין זאגט איהם גיי אהיים. אויף מיין פראגע פארוואס האסטו קיינעם נישט געקאלט זאגט ער ער האט נישט קיין סעל פאן און סייווי האט ער נישט געהאט וועם צו קאלן. איך פרעג האסט געהאט עסן זאגט ער ניין. א ביה"כ איז געווען? יא אינמיטן שטוב איך האב מיר איינגעהאלטן 15 שעה. אויף מיין פארוואונדערונג וויאזוי אזאנס פאסירט איז איהם ביי איהם נישט מער ווי נארמאל. דער פאליציאנט האט געדארפט אנפילן זיין חודשליכן ארעסט קוואטא זאגט ער. קומענדע מאל ווען איך הער איבער אומרעכט מצד די פאליציי צו מינאריטען וועל איך עס גלייבן.
נאכן הערן אגאנצן וואך קעיסעס האבן זיי אנגעהויבן סוף וואך איבערגעבן זשארזשעס אייינס נאכן צווייטן. וואס איז א קלארן סטראטעגיע פון זיי איז צו לאזן דעם גאנצן הויפן קעיסעס צום סוף ווען די זשוררארס זענען שוין גוט אנגעזעצעט פון זיצן צוויי וואכן ביז שפעט. דאס שנעלסטע איז הייבן די הענט און זאגן שולדיק פשוט ווייל צווועלף זאגן אומשולדיק ווען מען הערט נאר איין זייט איז שווער און מען דארף זיך טענה'ן און דאס נעמט צייט וואס מיינט צו ענדיגן דעם גאנצן שטויס מיט קעיסעס וועלן מיר דא זיצן ביז חצות הלילה די לעצטע צוויי טעג ווייל זיי וועלן אונז נישט ארויסלאזן פאר אלעס איז פערטיג, איז מען אינטער א פסיכילאגישן דרוק צו זאגן שולדיג און נעקסט קעיס. געווען אפילו איין חכם ביי אונז וואס ביי איין פאל האט זיך נישט געקענט צוזאמענקלויבן צוועלף אויף קיין איין זייט מען האט דן געווען און עס האט זיך געשלעפט, האט ער אויפגעהויבן די הענט ביי ביידע זייטן שולדיג און נישט שולדיג, סיי ווי ער וועט איבערוועגן אבי מען זאל שוין גיין ווייטער. ער'ט גערעכטערהייט ג'טענה'ט עס איז נישט קעגן רעגולאציעס צו שטימען אויף ביידע זייטן.
למעשה האב איך ארויסגעקוקט אויף דעם פאל וואס האט מיר פאראינטערסירט עס איז שוין פרייטאג פרי. כ'האב אינמיטן וואך פרובירט מאכן א שמועס מיט עטליכע איבער וואס איך קלער איבער דעם אידישן פאל, כאטש זיי זאגן מען זאל נישט איבערשמועסן קיין קעיס ביז מען ווערט זשארזשד צו דעליבערעטן. דער יאפי האט אנגענומען מיין טענה בעת דער לויער זשוראר האט אויך מודה געווען איך האב א שטארקע נקודה.
ארויסגייענדיג צום ביה"כ האב איך מיר באגעגנט פנים אל פנים מיט דעם פראסעקיוטער פארהאנדלענדיג מיט איינעם מיט א קליין קאפל זייער היציג. פון ביה"כ האב איך אפילו געקענט הערן וואס גייט פאר. בקיצור עס נעמט נישט לאנג ער קומט ארייו און זאגט אונז ער נעמט צוריק דעם ספעציפישן פאל, Withdrwan Case. עטליכע מינאריטעטן האבן זיך אינטערגעמורמלט א שאד ווייל זיי ווארטן שוין קוים אויף דעים קעיס. דאס איז געווען דאס איינציגע פאל פון אפשר 30 וואס דער פראסעקיוטער האט צוריקגעצויגן.
וואס איז כמעט זיכער און איך קען נישט מאריך זיין, אז מיין אנוועזנהייט האט געהאט א שייכות מיטן צוזאמענפאל פון דעם ספעציפישן פאל. אויב וואלט ער עס למעשה געגעבן פאר מיין זשורי צו פארהאנדלען בין איך סקעפטיש איך וואלט געקענט איבערצייגן צוועלף צו דיסמיסן בעיקר ווי כ'האב איינגעזען אז די מינאריטעטן האבן זייער געוואלט אנקלאגן א איד, אבער עס איז גאנץ מעגליך אז יא מיט די אפען מיינדעד וואס וואלטן מער אפן געווען צו יושר.
למעשה
אונזער אנוועזנהייט אין געריכט איז א וויכטיגע זאך. ווען מען גייט ארויף מיטן עלעוועיטער למשל גייען אלע אינאיינעם, פראסעקיוטערס לויערס, עדות, יעדער דרייט זיך אויפן שטאק זעט יעדן. ווען מיר זענען כסדר דארט קומען אין צייט פירן זיך אנשטענדיג וועט עס אונז ארויסהעלפן. שטעלט אייך פאר עס זענען דא ווענדינג מאשינען פאר די זשוריס וואס זיצן מן הבוקר ועד הערב אבער קיין שום כשר'ס ניטאמאל אן OU. א איד דארף אויסגיין פון הונגער אויב האט ער קיין עסן? מיר דארפן זיין א חלק פונעם סיסטעם זיין ארגאניזירט. זאלן זיי צושטעלן כשר'ס. ווען מיר קומען אינגרויסן וועט זיך אלעס טוישן.
אויב באקומסט א זשורי סאמאנס גיי אראפ און טוה דיין פליכט אלץ בירגער. אויב איז עס גרענד זשורי און קענסט אוועקגעבן צוויי וואכן טוה עס. אפילו סתם זשורי גיי חאטש וועסט מסתמא אהיים געשיקט ווערן. זאלן זיך אידן דרייען אין די קארידארן אין זשורי זאלן. פרוביר דיינס עס איז טאקע זייער מסתבר אז פאר א צווייטן איד וועט מען דיר נישט נעמען און אויב וועט מען יא אויפנעמען אלץ זשוראר אויף טרייעל גאו פאר איט. דאס לעבן איז איבער ערפארונגען, לאז עפעס דיפערענט עס איז געזונט.
אויף די פראגע וויאזוי צו האנדלען אויב מען איז א זשוראר ביי א צווייטן איד, בין איך נישט קיין מורה הוראה און למעשה וועט עס לכאורה זיין א מלתא דלא שכיחא אז זיי זאלן לאזן א איד ביי א צווייטן איד. אבער מען קען אויסארבעטן א מהלך קלער איך. קען מען מהפך זיין בזכות דעם באשולדיגטן עס איז א שוואכער קעיס נו איז דאך אפגערעדט עס מוז זיין גילטי ביאנד ריעסאנעבל דאוט. דער געזעץ לאזט דיר נישט אנקלאגן. טאמער נישט איז נישט פשוט. דער תניא פסקנ'ט דאך א מצער ומזיק את הרבים מצוה למוסרו. אבער מען קען זיך האלטן צום קלענסטן טשארזש וואס קען למעשה זיין דעם יושר'דיגן משפט בעת ביחד מיט פדיון שבוים. קיינער וועט נישט האבן טענות אויף איינעם וואס האט ערלעדיגט פינף יאר אנשטאט צוואנציג. כולא עלמא מודי אז דאס איינשפארן מענשטן פאר 27 יאר צו 103 יאר פאר געלט מיסברויכן צו א פארנעפלט עבירה איז פארקרומט יוסטיץ. דוכט זיך אז ווען ביי די באקאנטע פאלן באקומען די באשולדיגטע פינף יאר וואלט זיך יעדער אפגעווישט די נאז און געגאנגען ווייטער. צו אריינגיין אין זשורי און נישט צולאזן די משוגע'נע טשארזשעס וואס זענען געצילט צו שיקן א מעסעדזש וועט שיקן דעם ריכטיגן מעסעדזש צוריק, באהאנדלט אונז מיט יושר שפילט נישט קיין פאליטיק מיט די אדער יענע געמיינדע.
די אנדערע זאך וואס איך מיין, אויב מען פיקט דיר אויף זאלסטו וויסן אז האסט א רעכט צו זאגן דיין זייט פונעם געשיכטע פאר די גרענד זשורי. איך בין נישט קיין לויער אבער פון מיין עקפיריענס אלע וואס זענען געקומען זענען זייערע קעיסעס דיסמיסד. לאזן דעם די עי זאגן זיין זיייט מיינט א זיכערער אינדייטמענט און איינמאל מען איז אינדייטעד איז א שווער פעקל זיך ארויסזען פונעם סיסטעם מיט גאנצע ביינער. פארשטייט זיך רעדט מיט אן אדוואקאט און זאל קיינער נישט וויסן מער פון צער אמן.
(הנלע"ד להלכה ולא למעשה.)