למעשה #7, כולל- סם המוות
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 5:35 pm
אקדמות מילין, עטץ קענטץ אלע אונזער שטילע, כ'בין ווייט פון א אויפגעקלערטע, בכלל נישט דער ניק וואס איז געווען פארנומען שעלטן די סיסטעם, נאר פארקערט.
כ'האב געשריבען אסאך תגובות ווי כ'ברענג זיך דייקא יא ארויס אלץ איינער וואס איז א שטארקע רעכטע, כ'האב שוין אפי' געפענט א אשכול אמאל ווען מ'האט שטארק געהאסט אויפן סיסטעם אין כ'האב זיך דעמאלטס קלאר ארויס געשטעלט אלץ א פארצאטישע פרימער ניק, עכ"פ נישט פון די ניקס וואס האקן אויפן סיסיטעם וגו'.
איין שטאפעל פונעם סיסטעם וואס איך מוז מודה זיין בלוטיגט מיך פון פריש לכה"פ איין מאל א חודש. אין ס'לייכט צו פארעכטען
יעדער ווייסט גוט וואס קומט פאהר אין די כוללים, אפי' כ'בין נישט אפי' אריבער יענער שוועל ב"ה, אבער נאך אלץ ווייס איך גוט פון חברים משפחה וואס גייט דארט פאהר.
די געווענדליכע אינגערמאן שפאצירט אריין בערך 10:30, ביז ער טוט זיך איבער צו כאלאטעל, טרעפט זיין גרויסע שו"ע, ליינט די נייע הודעות אויפן וואנט, מאכט זיך א קאווע אין זעצט זיך אוועק אין שוין קנאפע 11.
יעצט הייב זיך אן די גוט מארגן פאר אלע שכונים, מ'טוט אדורך די נעכטיגע סאפער, וואס מ'האט געשמיסט מיט די ווייב, וועלעכע סעלפאון פלען איז גוט, פארוואעם מ'גייט וואלן, וויפיהל דרשה געשאנק מ'האט געמאכט בלא בלא בלא. 11:30 מישט מען אויף צו הלכות מליחה, מ'לייגט אראפ די נייע היט אויפן שו"ע אין שפאצירט ארויס מיטן סעלפאון אין די האנט פאר א "וויכטיגע קאלל" צו קול מבשר אין צו הערען וויפיהל געלט מ'האט נאך אויפן פודסטעמפס קארטעל, 12 אזייגער קומט מען צירוק אריין אין ביהמ"ד כאפט א שלאף אויפן באקוועמע גרויסע שו"ע וואס די שווער האט געקויפט ביז 12:30, מ'כאפט זיך אויף מיט א טשערי לייט אויפן שטערן, מ'קוקט אויפן זייגער כאילו מ'איז פארשלאפען, שוין מ'לערנט צען מינוט אין מ'גייט שוין אט אט אהיים פאר די נאכמיטאג ברעיק, אין נאכמיטאג שפילט זיך בערך איבער די זעלבע שפיל. אין אזוי שטיפט מען אדורך דריי פיהר יאר.
טאמר האט איינער שוין יא געלערנט האט מער מור לעסס געדרייט מיטן גראבן פינגער וואס די דין איז טאמער א זעכציגסטעל מילך גיסט זיך איבער א מאכל בן דרוסאי אין מ'האט עס געקאכט אין א אויבן פון א בן יומי וגו'
כ'האב א נאנטע ידיד וואס האט זיך פארהערט מליחה, בשר בחלב, תערובות, שבת, איך פלעג עיהם רופן כסדר מיט מיין שאלות, ער האט קיינמאל נישט געקענט ענטפערן צום זאך, ער ווייסט נאר די דין טאמער ס'ווערט בטל בשישים אין טאמער א חתיכה איז אינו ראוי להתכבד אבער א הונט האט עס געגעסן אין ער האט געקויפט די פלייש פון א שטאט וואס רוב געשעפן פארקויפן טריפה פלייש בלא בלא בלא, אויף דעים געבט ער אויף זיין לעבן, קומט ער ארויס למעשה מיט עפעס פארן לעבן? טאמער מאכט זיך א שאלה ביי עיהם אין די היים ווייסט ער פונקט ווי מיך, אין הייסט זיין ווייב רופן די רב,
איז נארמאל א אינגערמאן זאל מקריב זיין דריי יאר פון זיין לעבן אין ארויס קומען מיט 2000 קאווע'ס אין בויך אין געהערט יעדער אינטערוויו אויף קול מבשר?
אבער דאס אלץ גייט מיך גאנץ וויניג אן, אז יענער וויל שטופן אפאר יאר, נאו פראבלעים
די פראבלעים הייבט זיך אבער אן די נעקסטע שטאפעל,
ווען איז דער אינגערמאן מחליט אז ער גייט ארויס פון כולל? ער קוקט זיך ארום זעהט ער ענדיגט נישט די חודש, איין קונד אין תלמוד תורה די אנדערע אין פלעיגראפ, אין די דריטע אין די בויך, דעמאלטס כאפט זיך דער אינגערמאך אז ס'נישט קיין עסק אין די ווייב מוטשעט שוין לאנג אז זי וויל אויפהערען טיטשען.
דער אינגערמאן וואס קען טויגן אויפן זיין א גרעפיק דיזיינער, אדער א עקאונטענט, דארף שוין דער חודש מאכן גרויס געלט, נו ווי האט ער יעצט צייט צו זיך לערנען גרעפיקס? פארן זיך לערנען גרעפיקס גייט ער נישט מאכן קיין געלט היינט. ממילא גייט ער זיכן א ז'אב ווי ער קען שוין יעצט מאכן אפאר דאללער, אין דא גייט אלץ בארג אראפ, ער קומט ארויס צו די גרויסע וועלט מיט א גרויסע זירא, ער קען גארנישט, ער איז א געלונגענער, אבער אין אזא מצב ווערט א עבד כנעני פאר א נגיד אין העלפט די נגיד בוין זיין אייגענע ביזנעס פאר דריי טויזענט דאללער א חודש אנשטאט צו קענען האבן די אייגענע ביזנעס אין בוין א נארמאל לעבן.
רבותי, די כוללים זענען סם המוות, גארנישט מער אדער ווייניגער, די 5% וואס לערנט שוין יא, ווייסט גוט טאמער יאוש איז קונה אדער נישט, אין דעטס איט,
איז נארמאל אז יעדער פרישע אינגערמאן זאל אנהייבן מיט די לינקע פיס ווייל אפאר פראצענט כולל קען די דין טאמער ס'געווען צוויי קדרות אין איינס איז אפשר געפאלן מילך קען אונזער חכם די מחלוקת שך אין ט"ז.
ס'איז רידיקולעס, א בלינדע קען דאס זעהן, די כוללים זענען א לעבן פארברענגע, וואס מ'צאלט א גראבע פרייז פארן גאנ לעבן.
(זיכער איז דא א פראצענט אינגערלייט וואס תורה איז זייער עבודה, דערהויבענע אינגערלייט, אבער פארדעים דארף נישט יעדער ליידן, זאלן זיי זיך אריין זעצ אין אמונת ישראל הארעווען, איי וואס וועט זיין מיט די פינף מאות א חודש? דארף מען שטעלן איינער גיין נאך געלט, אבער נעמען גאנץ כלל ישראל אריין שטופן אין א ציממער אין זאגן דא זיץ אפ 5 יאר, אין דערנאך הייב אן דיין לעבן מיט די לינקע פיס מיט 20 אלפים חובות איז טיפשות,
צירוק צו ראובן'ס געבעט, וואס איז מיין עצה דא למעשה,
די סיבה פארוואס רוב אינגערלייט בלייבן אין כולל איז וועגען טאטע-שווער-ווייב וגו',
אינגערמאן טייערע, גיי ארום פרעג אפ ביי די וואס זענען שוין ארויס פון כולל, זיי וועלן אלע זאגן בפה מלא "שאד אונז זענען נישט ארויס צוויי יאר פריער", די שווער-טאטע גייט דיך נישט אויסהאלטן א גאנץ לעבן, זיי גיין נישט דעקן דיין מארגיד'ז פאר די נעקסטע צוואנציג יאר, ס'האט נישט קיין שום זון אין די וועלט זאלסט עיהם פרעגן,
אז דיין ווייב האט א פראבלעים דערמיט, זיי מסביר בסבר פנים, די בושה פון די חברט'ס גייט אדורך, די בושה וואס די חברת'ה גיין האבן אפאר יאר ארום פון קלאפן אויף דיין טיר נאך געלט איז אסאך גרעסער.
נישט אז יעדער וואס זיצט אין כולל גייט זיין א גאנצע לעבן א ארימאן, אין טאעמר גייסטו ארויס ארבייטן גייסטו זיין א פארזיכערטע גביר, אבער מ'דארף טוען השתדלות, יעצט איז די צייט זיך צו לערנען א פאך, יעצט איז די צייט צו עפענען א ביזנעס, אין דריי יאר ארום ביסטו אווער, זיי נישט קיין צועק לשעבר.
אין יעצט צו די נגידים פון שטיבעל,טאמער געבסטו געלט פאר א כולל ביסטו א טיפוש, ברענגסט א ארימע דור, שטעלסט אהער א דור פון ארימע ארבייטער, דער געלט קען גיין פאר וויכטיגע צוועקן, העלפן מענטשן חתונה מאכן.
רבותי, פארפאטשקענען דריי יאר פון די וויכטיגסטע פונקט אין לעבן איז משוגע, א טאג נאכן שבע ברכות נעמטס אן א ארבייט, נעם א דיגרי, זעה וואס די האסט ליב, לערן דיך עפעס.