בלאט 1 פון 1

מאטי שטיינמעץ אויף א שליחות?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 9:34 pm
דורך לכבוד שבת קודש
הער איך אזוי אויס קול מבשר, דוכט זיך איינע פון די סוכות'דיגע אינטערוויוס, הער איך ווי הרב דרעזנער (אגב, זיך שטארק פארבעסערט לעצטנס, מאכט א פיינע דזשאב) פרעגט פון מאטי שטיינמעץ, ווי אזוי ער גיבט זיך אן עצה, אזויפיל ארומצופליען, און צו די שעות מאכט אים נישט צומישט... די תשובה פון ר' מרדכי האט מיר פארוואונדערט, ווען ער האט געענטפערט "מיר זענען אויף א שליחות און מיר גייען מיט די שליחות עד הסוף, מיר שטעלן זיך נישט אפ."

די תשובה האט מיר געמאכט שטארק ארויפקוקן אויף ר' מרדכי שטיינמעץ, מ'שטיינס געזאגט, ער גייט מיט זיין שליחות עד הסוף, ער שטעלט זיך נישט אפ... אבער איין זאך פארשטיי איך נישט... אויף וואספארא שליחות איז מאטי שטיינמעץ, ווער האט אים געשיקט?

אפשר קען מיר איינער דא ארויסהעלפן?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 9:39 pm
דורך ישמעאל הכהן
זיין בערזל שיקט אים

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 03, 2014 11:30 pm
דורך אבי גערעדט
דער אינטערוויוער איז וועלוול שמעלצער און נישט דרעזנער, אגב

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:02 am
דורך לאליפאפ
ער איז יונג און האט נישט אזא דעוועלאפירטן שכל ווי עס שיינט, און זיין שליחות איז לכאורה נאכנישט געשאפן געווארן.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:18 am
דורך איחוד פעלד
מהנה זיין אידען, און זיי מעורר זיין, נישט קיין שלעכטע שליחות בכלל.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:43 pm
דורך ס'גיט
וואס ווילט עטס פון א צובראכענע יונגעמאן. מהאט עם אזוי אנגערעדט אז דאס איז זיין שליחות ,דאס איז זיין תיקון ,אויף דער וועלט.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 11:07 pm
דורך shem-tov
כהאב עס געהערט און סמאכט טאקע נישט קיין סענס ווי ער רעדט פון זיין זכות און זיין שליחות. אבער אנגעהויבן מיט די זכותים האט עס דער אינטערוויער, ווען ער פרעגט אים ווען וויאזוי ענזשויסטו דיינע טריפס וואלט ער גערעדט פון טריפס. שטיינמעץ איז יונג און אומערפארן אין קומיוניקעאציע מיט א קליינע איגאו באט ער איז א זיסער זינגער מיט א הערליכע שטימע