בלאט 1 פון 23

דער אייוועלט אשכול

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:11 am
דורך קעגן די נעט
שלום.

מיין וויזיע פאר א אייוועלט אשכול דא וואלט אויסגעזען ווי למשל אן אמעריקאנער עמבעססי אין א פרעמד לאנד, מ'גייט אריין דערין און מ'איז פראטעקטעט. אין די אשכול וועלן זיך אויסגעבן יעדער וואס שפירט אז ער גייט אריין אין א אייוועלט געמוט, א פרומע מחאה, א פוי, א שיינע קאווער אפ מעשה, א לעצטיגע מצבה בילד, דאס גאר לעצטעגע רכילות פון איין טמא'נעם פאליטישאן אויפ'ן צווייטן, און זיכער אויך טיילן פון די גרינע.וואס מ'וועט אבער מוזן געדענקען, און ס'וועט זיכער זיין פון דו שווערסטע זאכן פון די כללים דא אין דעם אשכול איז אז לייקס זענען פארבאטן! ס'דארף זיין אלעס גענוי ווי דארט, דא איז א ווינקל פאר אידן וואס כאפט זיי אן א אייוועלט מינוט אבער ווילן נישט אהינקריכן קיין אייוועלט צוליב די איסור פון הרב וואזנער שליט''א וואס איז קלאר קעגן די נעט! בעט מען יעדער זאל זיך האלטן דערצו, איך וועל פרובירן צו קאנטראלן דא אז מ'זאל זיך האלטן צו די רולס.

יויש זאגסטו גוט קעגן!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:18 am
דורך יין שרף
נאדער א גרינעם...:mrgreen: :mrgreen: :mrgreen:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:32 am
דורך קעגן די נעט
א טראגישער אינצידענט האט היינט פאסירט ווען א גוי איז געשטארבן ווען ער האט דעליווערט שיטראק אין דזשערסי סיטי צו א פופציג שטאק בנין וואס האלט ביים פארענדיגט ווערן, א טעיפ מעזשער האט זיך ארויסגעגליטשט פון א קאנסטראקשען ארבעטערס בעלט וועלכע איז געשטאנען גאנץ אויבן און איז געפאלן אויף זיין קאפ ארויף! ממש השגחה פרטית, מ'הערט כמעט נישט אזא מעשה. זעט אויס אז ער האט אויסגעפירט זיין שליחות פון דעליווערן די מאטריעל פאר דעם בנין וואס וועט נאך זיכער אמאל באנוצט ווערן דורך אידן, און דערנאך האט ער שוין געקענט שטארבן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:33 am
דורך קעגן די נעט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:35 am
דורך פליקער
סיז אזוי שיין צי זעין א אידישע שמחה ווען איך קים איצט פין א חתונה, נאר אריין געגאנגען געיבן א מזל טוב, ווייל פערצופאל האב איך באקימען א איינלאדעניגס בריוו, און ב"ה מיט הילף פון אלע געטרייע שליחי דרחמנא האבן זיי מיך מזכה געוועין מיט די גלארייכע מצוה פון צדקה, די אלע וועלט בארימטע זאמלער וואס זאמלען שווערע געלטער פאר צדקה, נאכט נאך נאכט, ווען זיי רייסן זיך אוועק פון זייערע טייערע צייט, און מאכן זיכער נישט אויסלאזן קיינעם, יעדער מיז זיין זוכה ליקח חבל, אויב נישט האט מען חלילה א דין ווי א קרקפתה דלא מנח, ר"ל, דער רבי זאל שומר ומציל זיין, ממש און די צוויי מיניט ווייניגער ווי א שיעור ייחוד שנעלער ווי א הארט קען איי ווערן, האב איך געהאט די זכיה צי פארטיילן איבער דרייסיג טולר ב"ה, זיי האבן געלאקערט אויף מיר זיכער מאכן אז איך באמערק די הייליגע שליחי ציבור, אית מאן דפרע ואית מאן דמקבל מי שפרע, איטליכע ווי האבן נישט אויסגעפיעט מיך צי כאפן אינעם זייל ציליב מיין קארצע באזיך, האבן מיך דעריאגט אינדערויסן פון זייל ב"ה, אה א נחת, מי כעמך ישראל איך בין זיי שטארק דאנקבאר, כן ירבו,

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:37 am
דורך קעגן די נעט
כא כאכא פליקער, יויש. מיין שכן פרעגט צו אלעס איז אקעי מיט מיר! נאדיר :like

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:39 am
דורך פליקער
זייער נישט שיין דא צי לינקען צי טריפה צייטונגען גיי דיר קיין קא.איל לע לא וי איז סאכדעס, דער רבי זי"ע האט דאך אויף דעים פארגאסן טייכן בליט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:46 am
דורך קאסטנער
אשפגתי
יוש האסטוי מיר געמאכט לאכן א גיטס
שוין לאנג נישט געלאכט אזוי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:52 am
דורך קאסטנער
פליקער האט געשריבן:סיז אזוי שיין צי זעין א אידישע שמחה , ר"ל, דער רבי זאל שומר ומציל זיין, ממש און די צוויי מיניט ווייניגער ווי א שיעור ייחוד שנעלער ווי א הארט קען איי ווערן, האב איך געהאט די זכיה צי פארטיילן איבער דרייסיג טולר ב"הכן ירבו,


א איי קימט פין א נקבה נישט איידל
מנהלים ביטע פארמעקן

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:54 am
דורך בשבילי!
קאסטנער איז גערעכט. סנישט דאס פלאץ דא פאר אזא שפראך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:22 am
דורך יין שרף
נישט אלץ דארף מען מוחה זיין!
#האבן_מיר_פארלוירן_אונזער_טאטש?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:00 am
דורך לאליפאפ
יין שרף האט געשריבן:נאדער א גרינעם...:mrgreen: :mrgreen: :mrgreen:

:mrgreen: :mrgreen:

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:02 am
דורך לאליפאפ
כ'האב אבער נישט קיין כח צו רעדאגירן ממש יעדע תגובה דא, [tag]שעפטל[/tag] ווילסט מיר העלפן?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:28 am
דורך שמעקעדיג
קאסטנער האט געשריבן:אשפגתי

לויט די נייע תקנות המקום טאר מען נישט רעדן די טריפה'נע שפראך פון מקומות שאין רוח אייוועלט נוחה הימנו.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 2:40 am
דורך בשבילי!
שמעקעדיג :like
איך האלט ער איז דא זיך צו רייצן.

איינער האט די נומבער פון תורתך שעשועי?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 6:40 am
דורך ביבער
ליקי, קיקי, פיקי,נעקי, און פעקי עטס זענטס אלע פיינע נייעס!, שרייבטס אפטער... :mrgreen: :like

פרינטער פרינט

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 10:40 am
דורך דריידל
ווייסט איינער וועלכע פ. ס. אפיס גיט די בעסטע קאסטומער סערוויס?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 10:56 am
דורך סאשי פיש
וואס איז זיכרו נאמבער?
#קרעטשמע 411

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:09 am
דורך shem-tov
אלס גבאי גלעגער יויש האב איך געדארפט מעקן און מעקן גאנצעטע בלעטער דא, דער עולם האט זיך צולאזט און געמיינט זיי זענען אין די טריפהנע ק"ש. און דא וויל איך ווארענען אויב נאך איין מאל דאס וועט פאסירן וועט מען קלאר אויסשפארן דעם ניק. ניין אנטשולדיגט נישט אויסשפארן מען וועט מפרסם זיין פאר יעדען זיך צו היטן פון יענעם און נישט רעדן מיט אים כדי מקיים צו זיין די מצוה פון מוחאה און נאך מצות. און ביים צווייטען מאל וועט פארקומען א ריינע גילוי ווייל סייווי סיי ווייסן מיר פונקטלער ווער יעדער קאל"ב )מלשון קולמוס( חחח סשרייבט דא

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:19 am
דורך בשבילי!
געלעגער שם טוב :like

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 11:42 am
דורך בשבילי!
טעפל דו האסט געלייקט ביבער, אקעגן די תקנות פון דעם אשכול. וואו זענען די אחראים? א פארדארבענער האט זיך דא אריינגעכאפט!

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 12:44 pm
דורך דריידל
קעגן די נעט האט געשריבן:שלום.

מיין וויזיע פאר א אייוועלט אשכול דא וואלט אויסגעזען ווי למשל אן אמעריקאנער עמבעססי אין א פרעמד לאנד, מ'גייט אריין דערין און מ'איז פראטעקטעט. אין די אשכול וועלן זיך אויסגעבן יעדער וואס שפירט אז ער גייט אריין אין א אייוועלט געמוט, א פרומע מחאה, א פוי, א שיינע קאווער אפ מעשה, א לעצטיגע מצבה בילד, דאס גאר לעצטעגע רכילות פון איין טמא'נעם פאליטישאן אויפ'ן צווייטן, און זיכער אויך טיילן פון די גרינע.וואס מ'וועט אבער מוזן געדענקען, און ס'וועט זיכער זיין פון דו שווערסטע זאכן פון די כללים דא אין דעם אשכול איז אז לייקס זענען פארבאטן! ס'דארף זיין אלעס גענוי ווי דארט, דא איז א ווינקל פאר אידן וואס כאפט זיי אן א אייוועלט מינוט אבער ווילן נישט אהינקריכן קיין אייוועלט צוליב די איסור פון הרב וואזנער שליט''א וואס איז קלאר קעגן די נעט! בעט מען יעדער זאל זיך האלטן דערצו, איך וועל פרובירן צו קאנטראלן דא אז מ'זאל זיך האלטן צו די רולס.

יויש זאגסטו גוט קעגן!


דער אשכול האט נישט קיין זכר פון אייוועלט אויב קיינער ציטירט נישט.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 04, 2014 1:40 pm
דורך ישמעאל הכהן
אוי איז דאס גוט געווען א פיינע מקוה, געמאכט שי טבילות, אבער דער בהמה נעבן מיר מיינט ער מוז אזוי שפרינגן און אויפשאקלען דאס גאנצע וואסער! חחחח שיגענער וואס ער איז! מ'האט געשמועסט אין מקוה אז נוט גינגריטש איז עפעס אומגעפאלן און זיך צובראכן א ריפ? האב געקאלט קולמע זיי מעלדן גארנישט! איינער קען עס באשטעטיגן? אקעי לאמיר נישט רעדן פונעם גוי פארן דאווענען, לשם יחוד!