בלאט 1 פון 1

איך האב א חלום!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 8:51 am
דורך כוכב
נאכ'ן אפזיצן אויף צענדליגער עפיזאדן פון שארק טאנק, בין איך אויפגעקומען מיט א מוראדיגע געדאנק פאר א פראדוקט, א לעבנסוויכטיגע אייטעם וואס וועט בלי ספק זיין א הירא כמרגליה בפומי' דלארי.
איך האב אין קאפ פונקטליך וויאזוי עס דארף געמאכט ווערן עס זאל זיין די מערסטע אפעקטיוו און פאר די ביליגע קאסטן, ודא עקא איך ווייס נישט וואס צו טון נעקסט.
ס'פאדערט געוויסע טעכנאלאגיע וואס איז דא אויף דער מארקעט, נאר איך דארף עס צוזאמשטעלן מיט מיין געדאנק, ספאדערט, גי פי עס טעכנאלאגיע, ספאדערט אן עפפ, און געוויס דארף עס מעניופעקטשערינג. ביזדערווייל זיץ איך און איך חלום.
וואס קען איך טון אויסצופירן מיין פלאן מכוח אל הפועל און ווערן די ערשטע קאווע שטיבל ביליאנער?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 8:54 am
דורך [NAMELESS]
לארי האט דאך ארויסגעגעבען א באק אויף דעם
http://www.amazon.com/Invent-It-Sell-Ba ... B00F1W0RW8

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:08 am
דורך קאווע טרינקער
האסט דיך שוין דורכגערעט מיט א רב?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:17 am
דורך כוכב
וואס דארף איך א פריקן רב?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 9:26 am
דורך קאווע טרינקער
וועד הרבנים לעניני טכנולוגיה
זוך אויף יענע אשכול

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 11:24 am
דורך קאסטנער
ווען איך בין די רב פסקן איך אז עס איז א איסור גמור אים צו העלפן אפילו מיט א קלייניקייט.
עטס מיינטס טאקע אז נאכן זיך אנפילען די קעשענעס גייט ער נאך אמאל אריינבליקען דא?! א פיג אין א פייג.
רבותי! מיר שטייען אויס צו פארלירען א ערענסטע שטערן. זייטס נישט קיין צועק לשעבר

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 12:07 pm
דורך לית דין בר נש
כוכב האט געשריבן:וואס קען איך טון אויסצופירן מיין פלאן מכוח אל הפועל

אויפשטיין

כוכב האט געשריבן:און ווערן די ערשטע קאווע שטיבל ביליאנער?

דאס וועט שוין נישט גישעהן ווייל עס איז שוין דא איין