בלאט 1 פון 2
מזל טוב! 6000 לייקס!!
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:20 pm
דורך שמעקעדיג
[center]עס האט זיך אנגעהויבן מיט
א דאנק פאר 1,000 לייקס, כל אחת כדאי לעצמו.
מיט די צייט איז עס געוואקסן
צו 2,000 לייקס, בשעת די הארץ וואקסט פון פרייד און נחת פון די שיינע ארטיקלען און לאצעס,
ווי אויף הייוון איז עס גאנץ שנעל
געשטיגן צו 3,000 לשמחת לב הקוראים, וועלכע האבן אים הערצליך געווינטשן צו גיין מעלה מעלה,
אז מען לעבט דערלעבט מען, זאגט די וועלט, און שנעלער ווי א פייל-פון-בויגן (אקעי, כמעט) האבן מיר זיך געטראפן ביים הערצליך
באגריסן די 4,000 לייקס.
נו, כל שבנו ובן בנו וכו' שוב אינו פוסק וכו', פון דא און ווייטער איז עס שוין געפארן כמעט ווי אויטאמאטיש, און עס האט
אפגעקלינגען די בשורה פון 5,000 לייקס.[/center]
[center]און אצינד, וועט מען אויסרופן דעם חתן אליינס זאל קומען זיך אויפשטעלן אויפן בימת הכבוד, און אפנעמען זיין 'פלעג' וואס איז איינגעפרעמט אין א הערליכן פרעים, כי לו נאה כי לו יאה, ידידינו הנכבד החשוב המתוק מדבש, וואס מיר אלע זענען כסדר נהנה מאוצרו הבלום פון זיינע מבהיל'דיגע ידיעות מפי ספרים וסופרים
כמר קאווע טרינקער שליט"א
לרגל די ששת אלפים 6,000 לייקס וואס ער האט שוין ערהאלטן
זה היום עשה ה' נגילה ונשמחה בו!!
וברכתינו צרופה, כשם שנכנס לששת אלפים כן יכנס לשמונה ולתשעה ולעשרים אלפים בקרוב ממש וכו'.[/center]
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:26 pm
דורך אפטעמיסט
די שאלה איז נאר וויפיל פון די לייקס האבן זיך אים באמת געקומען זייענדיג אז ער איז, ווי זיינע אוועטארס געבן אן, א פארשוין פון די אנדערע גענדער און סאיז נאטירליך אז דער עולם צייגט ארויס אהבה.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 2:47 pm
דורך קאווע טרינקער
וואו קען מען דאס איינטוישען פאר קעש?
שמעקעדיג, ייש"כ פאר דיין ווארימע חו"נ.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 05, 2014 3:05 pm
דורך שטילע אינגערמאן
וואס הייסט? עני טשעק קעשינג, ווילאנג די לאסט איבער א נומבער...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 1:19 am
דורך שמעקעדיג
איימיצער וויל מאכן א שיינע פאעזיע פאר געפילטע פיש לכבוד זיין באקומען 6,000 לייקס? איך בין פשוט אויסגעלאפן פון ווערטער.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:01 am
דורך כוכב
ביי שלש סעודות
געפילטע איז עס
ביים וואכנאכט פריש
א סלייס געפילטע פיש
ביי די יאר צייט פון רבין
געפילטע געבן
געפילטע כהאב ליב זייער
געפילטע מיט א מייער
געפילטע העל איך נעמען
געפילטע מיט סעלמאן
געפילטע ווי לאוו יו
געפילטע מיט קאטשעניו
געפילטע געבליבן א סלייס
פאר מלוה מלכה, נייס
געפילטע פיש
שטים ווי א פיש
פון שטיבל אנטלאפן
א בראך באטראפן
עפנט זעלטן אן אשכולות
דגים מחרוזות
סאמטינג פישי
שיק מיר אן אישי
זיי נישט קיין בי'טש
כאפ א היטש
אין שטיבל א גליטש
ארויס כאב עס
גענוג מיט די באמעס
ווי וואנט געפילטע אויף שאבעס
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 5:16 pm
דורך ברסלבער
מזל טוב [tag]קאווע טרינקער[/tag]! און מזל טוב [tag]געפילטע פיש[/tag]! פון ביידע האב איך שוין גאר אסאך הנאה געהאט, כה יתן ה' וכה יוסיף.
קאווע טרינקער האט געשריבן:וואו קען מען דאס איינטוישען פאר קעש?
ווער עס האט באמערקט, קלעטערט קאווע טרינקער ארום די לעצטע שטיק צייט פון איין טשעק קעשינג צו די אנדערע צו זעהן ווער עס קען אים איינטוישן די לייקס פאר קעש, ער האט נאכנישט געטראפן, אבער דערווייל האט ער נישט געהאט קיין צייט צו אפשטאטן א באזוך אין שטיבל.
#מיר בענקן זיך
נשלח: זונטאג נאוועמבער 16, 2014 6:07 pm
דורך געפילטע פיש
כוכב פאעזירט מיט דא אויס און קיינער איז מיר נישט מודיע? צען טעג? קיינער? קיינער! נישט קיין גוט מארגן, נישט קיין גוט יאר, ניטאמאל קיין גוטע מועד!
א גרויסע שקויעך פאר אלע וואונטשערס, אי"ה ביי אייך אויף בעסערע שמחות, ממשותדיגע שמחות.
לגבי מיין אפוועזענדהייט בין איך זייער ביזי לעצטענס מיט מיין נייע ניק זיך צו טענה'ן מיט די פיקחים דארוויניסטן דא, די קלאמפישע מאנקי אייניקלעך, וועט איר מיר מוזן מוחל זיין, מיין גאנצע קאפ, מח, און צייט אינוועסטיר איך דורכצולערנען און גוגל'ן ענסערינג דזשעניסיס וועבזייטל, שטייט דאך דע מה שתשיב, ניין?
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 3:10 pm
דורך [NAMELESS]
קאנגראטאלאציעס [tag]יאיר[/tag]
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 3:14 pm
דורך יאיר
יישר כח. דאס איז א שטיקל צייכן אויף וויפיל צייט איך פארשווענד דא.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 3:23 pm
דורך שמעקעדיג
יאיר האט געשריבן:יישר כח. דאס איז א שטיקל צייכן אויף וויפיל צייט איך פארשווענד דא.
אויב וועסטו זיין דא ווייניגער, ביסטו דאך סתם א
כובש נבואתו ח"ו.
נשלח: מאנטאג פעברואר 09, 2015 4:39 pm
דורך [NAMELESS]
כאפסט נישט? די גאנצע השראת נביאה באקימט ער נאר דא,
נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 8:29 pm
דורך [NAMELESS]
[center](אז מען זיכט טרעפט מען, גלייבט מיר אויף מיין ווארט)[/center]
[center]מזל טוב [tag]רויטע וואנצעס[/tag] צו דיין 6,000׳סטע לייק!![/center]
נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:05 pm
דורך petergrifin
Wow! נישט אזוי לאנג צוריק
דאpetergrifin האט געשריבן:רויטע וואנצעס האט געשריבן:זיי זענען מתנגדים פונעם מילקשעיקער, צוליב וואס ער האט אמאל געזאגט ביי שלש סעודות, אז אז אין מילקשעיק עסט מען נישט קיין צימעס, ווייל "צימעס" איז בגמטריא "רע".
טאקע א גוט װארט אבער בעיקר האב איך דיך געװאלט געבן דײן # 1100 לײק. מזל טוב
נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:36 pm
דורך [NAMELESS]
[center]זוכט איר א פאעזיע שטיקל
זוכט איר א בייסיגע ארטיקל
זוכט איר א טיפזיניגע ווינקל
זוכט איר א בליציגער פינקל
א פיסקל פון קאלירטע בריליאנטן
ווערטער שיינען ווי ריינע דיאמאנטן
גאלד און זילבער זענען די טאלאנטן
דאס באלאנגט צום אלעמען באקאנטן:
[tag]רויטע וואנצעס[/tag]![/center]
[center]מזל טוב פאר דיין 6,000'סטע לייק! דו האסט עס ערליך פארדינט!
יוסיף ה' עליכם מאה פעמים, אז דו זאלסט אנקומען צום שישים ריבוא בקרוב.[/center]
נשלח: דינסטאג אוגוסט 11, 2015 11:47 pm
דורך רויטע וואנצעס
[tag]אדנירם[/tag] wow, א גרויסן יישר כח פאר די טאלאנטפולע נשמה ווארימע רייד און קאמפלימענטן. ס'מיינט אסאך ספעציעל קומענדיג פון דיר.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:16 pm
דורך [NAMELESS]
ביזט יעצט האב איך אלס אנגעהאנגען מיינע האפענונגען אויף רויטע וואנצעס אז ער וועט מיר באגראמען לכבוד מיין אנקומען צום 6,000'סטן לייק - כדרכו בקודש [איראניש, אז די לעצטע תגובה דא איז געווען, ווען איך האב אים באגראמט אנקומענדיג צום 6,000'סטן לייק].
למעשה, ער אין ארץ ישראל ואני בגולה, אין לי להישען אלא על אבינו שבשמים... אפשר גיי איך זוכה זיין מן ההפקר צו א נייעם כוכב נולד וואס קען אראפלייגן א הספד בחיי?...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:21 pm
דורך געוואלדיג
[tag]אדנירם[/tag], תיתי לי אז איך האב זוכה געווען דיר צו געבן דיין 6000 לייק.
מז"ט, באזונגען וועלן דיר אנדערע, ווער ווייסט אפשר לכבוד דעם, וועט אויפשטיין אונזער [tag]נופת צופים[/tag] פון זיין זומער שלאף?
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:22 pm
דורך [NAMELESS]
[center]יא, קוים מען געט זיך א דריי, און [tag]אדנירם[/tag] איז אריבער נאך א טויזענטער מיט א בליציגע שנעלקייט. א בחינה פון "אלף שנים בעינך כיום אתמול". איך האף אז שניידן מיט אזא ריטעם זאל נישט צוברענגן צו אן איבערפליק, כעין ש"ש שנים תעבוד ובשביעי שבת וינפש.[/center]
[center]שישו מעי שישו מעי
שש עלה שישי, חיי חיי[/center]
[center]מעין הנובע, ל'ניק השנה' נבחר בהסכמת כולם
שש קצוות חבר, שיריו עמוד אש לילה חם חם
זקן על הארץ מתבולל ושותת דם
רץ ולכלך, ככהנים בעבודתם[/center]
[center]געוואגטער[/center]
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:26 pm
דורך [NAMELESS]
געוואגטער, דו ביזט געוואלדיג!
ביים די לעצטע צוויי שורות התפלצתי בפליצה נוראה, ובכח האשפגיז"ם שהשפגזתי הי' שמחה גדולה בכל העולמות.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:27 pm
דורך געוואלדיג
אנטשולדיגט, אבער געוואגטער איז נישט מיין צווייטע ניק.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:28 pm
דורך petergrifin
און שש כ׳האב דיר געגעבן דער לײק #6001 בחינת װי דער רבי אין חדר פלעגט זאגן, מען דארף חזר׳ן הונדרעט און אײן מאל..
Re: מזל טוב! 6000 לייקס!!
נשלח: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:31 pm
דורך פליקער
שש דו האסט געווינען דעם פארמעסט פון די שנעלסטע שטייגענדע ניק, איך מיז זאגן אז פיל מאל איז פארהאן אזא קנאה סופרים, ווען דו גיבסט אזא זאג עפעס א תגובה, סיי וואס עס זאל נאר זיין, ווערט עס ווי א מאגאנאט צי לייקס, אפילו ווען דו ציטיילסט יעדע פאראגראף אויף באזינדערע תגובות, דאך לייקט דער עולם מיט אימפעט יעדעס ווארט, יעדע פאראגראף, און מיט יעדע ניק, איך קען דרשנען איך באקים עס ציריק פון צעין אנדערע מקורות, אבער סך הכל איין לייק.
באט דו דיזערווסט עס ערליך.