בלאט 1 פון 2
דער ''קאווע שטיבל'' אשכול
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:55 pm
דורך כוכב
נאך די גרויסע סוקסעס פון די אייוועלט אשכול פון קעגן די נעט וואס האט באוויזן אזוי קונצליך אפצומאלן די אייוועלט דינאמיקס און וואו דער הונט ליגט באגראבן, עפן איך א קאווע שטיבל אשכול, סתם להגדיל שמייכל ולהאדירה.
סגייט ארבעטן אזוי : מ'דארף פארשרייבן א quote און דער עולם זאל פרובירן צוצושטעלן ווער ס'וואלט עס ווען געשריבן. איך הייב אן מיט א גרינגע ובזה החלי:
די פשוטע מעטאפיזישע ערכים וואס קאנט האט מחדש געווען, און באמת האט עס מקורות פון פריער נאר איך האב נישט די צייט בעסער געזאגט די געדולד צו לינקען וואס ברענגען ארויס אז זיי וועלכע פיליזאפישע הנחה קען נישט אויפגעוויזן ווערן נאר בתורת סוביעקטיווע הנחות שלילית און וועגן דעם זוכט די או טי די געמיינדע אזוי שטארק זייער אנערקענונג ווייל זיי פרובירן צו שטעלן א קהלה בפני עצמו אז מ'זאל זיי אננעמען און נישט ווי די בלינדע ראסיזם וואס מיר ווערן אויפגעצויגן פון אלס קליין קינד וואס איז פול מיט נארישע איינזייטיגע און טפשותדיגע פרעזשורעס פון נאר זען זיך און נישט געבן פאר א צווייטן די מינדעסטע מענטשליכע פונדאמענטאלע הערכה וואס איך בין נישט יעצט אין די גוסטע זיך צו טענהן, כדרכם פון די וואס ווי ווייניגער זיי פארשטייען אלץ מער זיכער זענען זיי ביי זיך.
נו, ווער? דע וואן ענד אנלי...
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 9:59 pm
דורך אפטעמיסט
לעיקוואד. ווער דען?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:02 pm
דורך כוכב
יו גאט איט! אפטע, יעצט דארפסטו פארשטעלן א quote.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:14 pm
דורך אפטעמיסט
נו, ווער איז דאס?
נו, ווייל דער סיגעטער האט מחליט געווען אז עבארשען איז אסור בתכלית האיסור דארף גאנץ כלל ישראל ליידן? ס'איז הויעך צייט אז מ'זאל אויפהערן מיט די סעגריגאציע און אנהויבן אינפאסירן פרויען רעכטן ביי די חרדים. וואס, דו ווילסט נישט דיין ווייב זאל דרייווען? סארא מעשה, אפשר וויל זי יא דרייווען? אויסער קאכן באקן און פאפן איז זי גארנישט ווערד? אז מ'רעדט שוין יא וויל איך ווארענען מ'זאל נישט אנרירן io4 ס'איז גראדע דא אן עפפ וואס בלאקט די וואויס און פיטעשערס אבער ווי ווייט איך ווייס לוינט זיך צו דאונלאודען די הענגאוט בינג עפפ.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:15 pm
דורך כוכב
געפילטע!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:17 pm
דורך אפטעמיסט
יו גאט איט!
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:28 pm
דורך כוכב
אקעי יעצט דארף איך נאכאמאל:
פאלאסטיין איז א צוזאמענשטעל פון א לאטייניש סלאוויש ווארט און דאס איז געברענגט געווארן דורך די ערשטע מוסלומענער וואס האבן זיך באזעצט אין לאנד וואס זענען כידוע געווען פאר די סוכנות.
דאס גיט פאר כאמאס א בארעכטיגטע ארגומענט באזירט אויף היסטארישע פאקטן און וועגן דעם זעט מען אז אמעריקא בייגט זיך רעכטס און די רעפובליקאנער האבן איבער גענומען ביידע הייזער וואס נעמט זיך צוליב א ברייטע אוצתופרידנהייו אויף די איבערגעטריבענע מאכט פון די ציוניסטישע לאביסטן
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:31 pm
דורך ישמעאל הכהן
ישראל קאפיק
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:33 pm
דורך כוכב
גאט איט. יעצט ישמעאל שטעל איינעם פאר.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 06, 2014 10:33 pm
דורך ישמעאל הכהן
די זאליס האבן פיין אריינגעביסן יעצט ליידן זיי די קאנסענקווענסעס זאלן זיי צוקראכט ווערן לעולמי עד
ווער?
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 7:59 am
דורך [NAMELESS]
גאלד
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 8:49 am
דורך ישמעאל הכהן
אוי ניין
זלמן זאפיר!
גאלד שרייבט נישט האספול.
יעצט שטעל דו פאר איינעם...
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 8:56 am
דורך [NAMELESS]
רא"ט האט פיין אריינגעביסן יעצט ליידט ער די קאנסענקווענסעס
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 9:33 am
דורך כוכב
די גרינע גראז האבן זיך ארויסגעלאזט אין א טאנץ, שוין איינמאל א ריקוד, און די בלעטלעך זענען זיך נישט מייאש זיי מאכן א דדאכענע ווי די טלית שמחת תורה איבער די קינדער. ווייל ווען ס'שטינקט פון קאפ שמעקט די פוס, און ווען מיין זיידע האט געלערנט מאור עינים, האט ער געוואוסט וואס מיינט א אמת'ע חסיד, זיין הארץ און מח צוזאמגעדרייט ווי א ראבער בענד.
אין גראסערי זעט מען ווער סאיז א מענטש אדער א מאלפע, וואס בעטסטו טשעינזש, דו ווילסט די פאסקונדעס זאלן טרעפן די בייזע רוחות, יא יא שונאים האקטס און שעלטס, שטיקער עצבות פאלן ווי פארענטשעס און קראכטס פון קנאה, צעפראסקעט? , שוין איינמאל צעפראסקעט!!! אני משלם בכפליים, וואס נאר די אויבערשטער האט מיר געגעבן די אויסערגעוונליכע טאלאנט צו מאכן לאחאריייקעס, אויף א מוראדיגן אריגינעלע אופן וואס נאר די שונד שונאים פון עם הארץ צו א צדיק, ווייסט אז ווען כהאב געכאפט פעטש אין חדר האט עס מיר נאר געשטארקט צוזאמען מיט מיין שוואגער צו זען די שיינקייט פון פעליטאן און הומאראכארייקעס. געלויבט דער פון אויבן פון אונטן און אינדערמיט פאר דעם.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 9:35 am
דורך שמעקעדיג
איי מנשה'לע.........
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 9:37 am
דורך סאשי פיש
אין כמו כוכב!!
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:23 am
דורך פישלע העררינג
סאשי פיש האט געשריבן:אין כמו כוכב!!
סאשי פיש
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:31 am
דורך מ גפני
זייער גרינג....
ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון [ואנחה] עלינו צוזאמען מיט ישראל מ. סופר המכונה מנשה פיליפ-פלאפ
אויב טוה איך קאפי/פעיסטן זיינע סמייליס דאן איז זיין נאמען קלאר ארויסגעשריבן

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:31 am
דורך מ גפני
DUP
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:42 am
דורך ישראל קאפקע
צען מינוט און קיינער האט נישט צוגעטראפן??
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:47 am
דורך [NAMELESS]
למעשה צייגט עס א רויטע פאן, אפשר קען מען זאגן אז אידן הארגענען נישט אבער ווען ס'קומט צו געלט קען מען נישט וויסן.
דאס זענען אונזערע רבנים און עסקנים .
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:59 am
דורך בשבילי!
ברוך השם איך האב שוין איבער 500 לייקס. היינט אבער האט מיר קיינער נישט געלייקט, ביטע טוטס א טובה.
נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 11:05 am
דורך כוכב
ריכטיג איז איחוד.
סנדר דייטש איז בערל און לייקס איז פינטל.
כעעוורא הערטס אויף מיט די קארני סחורה אז עטס קענטס ניטש לאזט עס פאר מיר...