בלאט 1 פון 1

סידור עבודת השם-בעלזא

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 12:31 am
דורך ירא שמים
סקומט זעך זיי טאקע קרעדיט פארן עהער שטעלן אזא שיינע ערבעט הלכה ואגדה און פי' הקדמון הדרת קדש אבער כמיין אז סהאט נאך קיינער נישט(אריינגערעכנט עוז והדר) געהאט אזא חוצפה צו נעמן דעם סידור און טוהן מיט דעם ככל העולה על רוחו נעם למשל'''על ידי נביאך'' וואס מהאט זיך אויסגעזוכט מקורות פון אינטער די ערד אויף דעם פארגארנישט און פארנישט

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 12:36 am
דורך קאווע טרינקער
דו קענסט צוויי אידן וואס דאווענען די זעלבע נוסח?
גלייב מיר אז ס'גייט דעם אויבערשטען אן זייער ווייניג צו מ'זאגט ידי אדער יד.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:16 am
דורך [NAMELESS]
כפי השמועה איז דאס בהוראת רבם. ס'הייסט אז ס'זאל שטימען בעסער עפ"י דקדוק.

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:02 pm
דורך ברוך שאמר
ריכטיג האט געשריבן:כפי השמועה איז דאס בהוראת רבם. ס'הייסט אז ס'זאל שטימען בעסער עפ"י דקדוק.

איך מיין אז באבעוו האט סאך מער אומפארשעמטע חוצפה מיטן ארויס נעמען אינגאנצן פין סידור "לדוד ה' אורי " בעלז לייגט נאר צי נאך א ניסח you.get it ?

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 1:07 pm
דורך Kool man
למעשה ברענגען זיי צו גאנץ פיינע מקורות

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 8:21 pm
דורך איחוד פעלד
במאה הי"ט התחוללה בקהילות החסידים באוקראינה מחלוקת אדירה, שהגיעה עד כדי אלימות: מחלוקת ה"כדבר". ומה דבר המחלוקת? חסידי חב"ד נהגו לומר בקדושה "ככתוב על יד נביאך", בעוד חסידי טלנא אמרו: "כדבר האמור על ידי נביאך". אלו נקראו "ככתובניקים" ואלו - "כדברניקים". המחלוקת פילגה משפחות, הביאה להטלת חרמות, ופילגה ביריבות מרה את קהילות החסידים (דוד אסף, נאחז בסבך, עמ' 276).

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 9:26 pm
דורך אויסגערוט
ברוך שאמר האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:כפי השמועה איז דאס בהוראת רבם. ס'הייסט אז ס'זאל שטימען בעסער עפ"י דקדוק.

איך מיין אז באבעוו האט סאך מער אומפארשעמטע חוצפה מיטן ארויס נעמען אינגאנצן פין סידור "לדוד ה' אורי " בעלז לייגט נאר צי נאך א ניסח you.get it ?

וואס היינט חוצפה סהייסט אז צאנזער רב האט שוין נישט געזאגט ווייל סקומט פון כת ש"ץ

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 11:08 pm
דורך ירא שמים
אויסגערוט האט געשריבן:וואס היינט חוצפה סהייסט אז צאנזער רב האט שוין נישט געזאגט ווייל סקומט פון כת ש"ץ

דו וויסט א מקור אויף דעם?

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 08, 2014 11:22 pm
דורך אויסגערוט
די ערשטע פלאץ ווי סווערט געברענגט איז אין ספר חמדת הימים וואס מזאגט אז נתן העזתי דער משיח שקר האט עס געמאכט. קיין קראנטער מקור אז צאנזער רב האט עס נישט געזאגט איז נישטא אזויווי אויף רוב זאכן וואס מזאגט נאך פון אים אבער עס ווערט געברענגט אין עטליכער ליקוטים פון צאנזער מנהגים.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 12:01 am
דורך דריידל
ס'נישט קלאר ווער ס'האט געמאכט דעם חמדת ימים.
www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=5&t=6573

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:52 am
דורך ברוך שאמר
ירא שמים האט געשריבן:
אויסגערוט האט געשריבן:וואס היינט חוצפה סהייסט אז צאנזער רב האט שוין נישט געזאגט ווייל סקומט פון כת ש"ץ

דו וויסט א מקור אויף דעם?
אויסגערוט האט געשריבן:
ברוך שאמר האט געשריבן:
ריכטיג האט געשריבן:כפי השמועה איז דאס בהוראת רבם. ס'הייסט אז ס'זאל שטימען בעסער עפ"י דקדוק.

איך מיין אז באבעוו האט סאך מער אומפארשעמטע חוצפה מיטן ארויס נעמען אינגאנצן פין סידור "לדוד ה' אורי " בעלז לייגט נאר צי נאך א ניסח you.get it ?

וואס היינט חוצפה סהייסט אז צאנזער רב האט שוין נישט געזאגט ווייל סקומט פון כת ש"ץ
אבער "לדויד ה' אורי " אאיז א תפילה וואס רוב כלל ישרא' זאגט אשר על כן איז עס א חוצפה ארויסצינעמען פין דעם סידור

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 1:55 am
דורך קאווע טרינקער
רוב כלל ישראל דאווענט נישט נוסח ספרד/חסידיש, צו דען מעג מען נישט דרוקען נוסח ספרד סידורים?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:07 am
דורך ברוך שאמר
עס איז אינגאצן נישט די זעלבע זאך

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:29 am
דורך אויסגערוט
פארוואס מעג יעדער חסידות ארויסגעבן סידורים מיט זייער אייגענע נוסח וואס נעמט ארויס ווערטער וואס רוב וועלט זאגט יא?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:30 am
דורך [NAMELESS]
אריין אין דער אייוועלט אשכול......

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:46 am
דורך [NAMELESS]
נישט נאר מ'מעג נאר מ'מוז, כדי די אינגע דור וואס געדענקען שוין נישט דעם רבי'ן ז"ל זאלן נישט נכשל ווערן חלילה אין קיין דיבורים אסורים.