בלאט 1 פון 2

פלארידא וואקאציע

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 9:22 am
דורך דריידל
מיר גרייטן זיך אין די קומענדיגע וואכן אפצופארן קיין מיאמי בשעטו"מ כמנהג אבותינו ורבותינו, אויף אפרו. יאר יערליך נעמט מען די וואנדער שטעקן און מ'לאזט זיך ארויס אהין זיך אנצושעפן מיט פרישע כוחות און זיך אנווארעמען פון די קרירות וואס הערשט אין ניו יארק. סאוט פלארידא בכלל און מיאמי בפרט איז די נאמבער וואן דעסטינאציע פאר היימישע נ.י. אידן וואס זיכן א פלאץ אוועקצולויפן פאר א קורצע אדער לאנגע טערמין. אויך זענען דא מענטשן וואס דארפן דאס לצורך רפואה, ספציפי הארץ לאדענדע מענטשן (די הארץ גליסט). גיאגראפיש איז עס זייער פראקטיש ווייל די פלייט אהין נעמט ווייניגער ווי דריי שעה פון ניו יארק און ס'איז דא אן אויסוואל פון פולע צענדליגע דירעקט פלייטס א טאג. פון א רוחניותדיגע שטאנדפונקט איז עס אויך זייער באקוועם צוליב די ברייטע אויסוואל פון שולן אין כשר'ע רעסטוראנטן וואס זענען דא דארט, אזוי אז מ'דארף נישט נאכלאזן אין אידישקייט ווען מ'איז אוועק פונדערהיים.

איך עפען דעם אשכול ווי דער עולם וועט קענען מיטטיילן טיפס און עיצות פון אייגענע עקספיריענס וואס יא אדער נישט צו טון דארט. איך האלט אז דאס קען זייער בייהילפיג זיין פאר די וואס פלאנען אהין צופארן און יעצט איז די צייט עס אויסצופלאנירן. אויב וועט די שמועס זיך אריינצוען אין עניני ראומאנס וועט מען דעם אשכול אריבערפירן קיין מאחורי. וזה החלי.

ס'דא מערערע געגענטער ווי מ'קען זיך אויפהאלטן דארט. איך וועל דא אויסרעכענען די וואס זענען מיר באקאנט: מיאמי ביעטש, סאוט ביעטש, בעל הארבאר, סאני איילת, האלענדעיל, האליוואוד נארט מיאמי, אוואנטורא, פרט לאדערדעיל, ארויפציר איז דא באקע רעטאן, און נאך העכער איז וועסט פאלם ביעטש.

לאמיר אנהייבן מיט די עירפארטס. די דריי עירפארטס און די געגענט זענען מיאמי, פארט לאדערדעיל און פאלם ביעטש. טיקעטס קיין פאלם ביעטש זענען געווענדליך אביסול ביליגער אבער ס'לוינט נישט אהינצופארן סיידן מ'פלאנט זיך אויפצוהאלטן אין די געגענט. די וועג קיין נארט מיאמי, למשל, קען געדוירן איבער א שעה און ס'איז יצא שכרו בהפסדו. די עירפארט איז זייער קליין און ס'דא וואס גלייכן עס.

פארט לאדערדעיל איז לכאורה די מערסט אויפגעכאפטע עירפארט ווייל דזעט בלאו אין ספיריט פארן אהין (משא"כ מיאמי). די עירפארט איז נישט צו גרויס אבער מ'דארף נאך אלץ נעמען א באס שאטעל צום קאר רענטעל, וואס דאס האב איך זייער פיינט. מיאמי איז שוין א גרעסערע עירפארט און מ'דארף אסאך וואקן, ווי אנצוקומען צום געיט וכדומה.

און קומענדיגע ארטיקל עמיר פראבירן צו באשרייבן די מעלות פון די פארשידענע געגענטער.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 10:27 am
דורך Kool man
וויאזוי האסטו געקענט פארגעסען פון ארלענדא?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:05 pm
דורך דריידל
ארלענדא איז גאר ווייט פון מיאמי און ס'איז נישט נאנט צום ים. הקיצור, ס'איז א באזינדערע מסכת. נעווערדעלעס, ווער עס האט עפעס צו שרייבן איבער ארלענדא איז העפליך געלאדענט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:10 pm
דורך ריינער
א דאנק פאר'ן עפענען די אשכול, איך האב טאקע געוואלט וויסן מער אינפארמאציע וואו איינצושטיין, פלארידע קאשער ווילאס זאגט דיר צו א פריוואטע ווילא, סווימינג פול, וכו', אבער ער לאזט זיך קאסטן.. האט איינער עקספיעריענס מיט זיינע דירות?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:13 pm
דורך [NAMELESS]
ריינער האט געשריבן:א דאנק פאר'ן עפענען די אשכול, איך האב טאקע געוואלט וויסן מער אינפארמאציע וואו איינצושטיין, פלארידע קאשער ווילאס זאגט דיר צו א פריוואטע ווילא, סווימינג פול, וכו', אבער ער לאזט זיך קאסטן.. האט איינער עקספיעריענס מיט זיינע דירות?

יא, כ'האב גענימען באנעם א דירה. זייער הנאה געהאט. עס האט געקאסט בערך $275 א טאג. ווערד געוועהן די פרייז

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:14 pm
דורך שמעקעדיג
כאטש געווען אינקלודעד א פרייוועט סווימונג פול?

וואו קען מען גיין אין מיאמי, אויסער פשוט שאפינג?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:18 pm
דורך ארבעס
ווענץ זיך. ווילסטי קלאצען מיטען ווייב. גיי קיין נארט מיאמי. ווילסטי האבען פאן גיי צי ארלאנדא. ווילסטי גיין צים ים דאן גיי צי האליוואד. גערעכענט פין די שענסטע ביטשעס אין אמעריקא.
איך פארשטיי נישט וואס איז דא צי זיכען אין מיאמי ביטש. חוץ אז די ענדזוסט א גאנצע טאג שלאפן אין שפאצירען ביים בארד וואלק ביינאכט צי טרעפן גאנץ וויליאמסבורג

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:19 pm
דורך ארבעס
איינער האט מיר פארגעשלאגען אמאהל צו נעמען די עמטרעק טרעין פין האליוואד קיין ארלאנדא. אבער עס לוינט נישט. ס'געדויערט 7 שעה. מיט א קאר איז 3 און אהאלב שעה.
איז אדער ארלאנדא אדער האליוואד.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:20 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:כאטש געווען אינקלודעד א פרייוועט סווימונג פול?

יא. א שיינע גרויסע היטעד סווימינג פאל

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 2:20 pm
דורך ריינער
בדרך כלל פארן די היינטיגע איגעלייט / קאפלס צו ארלענדא.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 3:10 pm
דורך אפשר
באקע רעטאן איז אויך דא הערליכע שטילע ביעטשעס וואו מען טרעפט נישט גאנץ ראדני, אויך איז דא אפאר געשמאקע רעסטעראנטס א שטייגער וואו mozaart cafe פאר מילכיגס asia גלייך דערנעבן פאר פליישיגס

סאיז בערך 40 מינוט פון מיאמי, און איך מיין אז עס לוינט זיך א באזוך אהין פאר די רואיגקייט

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:05 pm
דורך דריידל
ראשעקאל האט געשריבן:
ריינער האט געשריבן:א דאנק פאר'ן עפענען די אשכול, איך האב טאקע געוואלט וויסן מער אינפארמאציע וואו איינצושטיין, פלארידע קאשער ווילאס זאגט דיר צו א פריוואטע ווילא, סווימינג פול, וכו', אבער ער לאזט זיך קאסטן.. האט איינער עקספיעריענס מיט זיינע דירות?

יא, כ'האב גענימען באנעם א דירה. זייער הנאה געהאט. עס האט געקאסט בערך $275 א טאג. ווערד געוועהן די פרייז


היינט בעט ער שוין 350.00 א נאכט. אויב די וועטער איז שיין לוינט זיך עס ווייל מ'קען פארברענגן אין פול אבער טאמער נישט איז עס א שאד די געלט ווען מ'קען באקומען א לייטישע האטעל צימער פאר אינטער 200 א נאכט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 09, 2014 5:23 pm
דורך דריידל
מיאמי ביעטש

מיאמי ביעטש גרעניצט זיך מיט'ן ים און ס'איז איינגעטיילט אין צווייען. די חלק וואס איז הארט ביים ים, באקאנט אלס קאלינס עוועניו באשטייט פון גרויסע קאנדא בנינים און האטעלן. דארט זענען דא ווייניג שולן און איין כשר'ע רעסטוראנט (ערגעץ ביי די פופציגע גאסן). די היימישע שול דארט איז דעעש ווי ס'איז אויך דא א מקוה וואס מ'קען ניצן טעגליך. (כמדומה לי אז זיי האבן אויך א נשים מקוה). ס'זענען דא נאך אפאר שולן און די בנינים אבער עטליכע זענען נאר פאר איינוואינער.

די אנדערע חלק מיאמי ביעטש איז שוין מער רעזידענשול און באשטייט פון קליינע הייזער און געשעפטן. די הויפט גאס 41 סט. פארמאגט פול מיט אידישע געשעפטן און ספעציעל זענען דא אסאך רעסטוראנטן. דארט זענען דא אסאך שולן און אויך געפינט זיך דארט די היימישע קערעסטיערער ביהמ"ד. ס'איז גוט צו וויסן אז ס'דא א "שפעטע" מנין שחרית אין חב"ד, ווי מ ' דאווענט 9:00 אינדערוואכן און 10:00 שבת. מנחה דאווענט כמעט יעדער פאר די שקיעה, פאלאוד ביי מעריב. אויב זיכט מען א פריע מנחה קען מען דאווענען אין מיאמי כולל, בערך צווייע. אויך האבן זיי א שפעטערע מנין מעריב, 9:45.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 10, 2014 5:08 pm
דורך חכם עתיק
אפשר האט געשריבן:באקע רעטאן איז אויך דא הערליכע שטילע ביעטשעס וואו מען טרעפט נישט גאנץ ראדני, אויך איז דא אפאר געשמאקע רעסטעראנטס א שטייגער וואו mozaart cafe פאר מילכיגס asia גלייך דערנעבן פאר פליישיגס

סאיז בערך 40 מינוט פון מיאמי, און איך מיין אז עס לוינט זיך א באזוך אהין פאר די רואיגקייט


דאכט זיך מאזארט איז אין פט' לארעלדעיל.

ארלאנדא איז כמעט נישט דא צו כשר עסן, וואס ביי אסאך וועקעישענערס איז דאס זייער וויכטיג.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:23 am
דורך קליגער אינגערמאן
ס'איז דא 2 מאזארט'ס איינס אין באקע רעטאן און איינס אין האליוואד\פט. לאדירדעיל.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 11:31 am
דורך Kool man
אוואנטורע איז אויך גאר גישמאק, חב"ד, כשר סופערמארקעט, שיינע חוף הים, ווינציג היימישע פנים'ער, נישט ווייט פון מיאמי

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 12:29 pm
דורך פישלע העררינג
וואס איז ראנג מיט טרעפן גאנץ וויליאמסבורג? מען שעמט זיך מיט עפעס? מען פארט געווענדלעך צו פארברענגן קוואליטי צייט מיט א באליבטע און אויסלופטערן דער מוח, נו, איז וואס איז אויב נאך אפאר אירע פון וויליאמסבורג טוהן דעס זעלביגע?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 1:00 pm
דורך יואב
פישל'ע העררינג האט געשריבן:וואס איז ראנג מיט טרעפן גאנץ וויליאמסבורג? מען שעמט זיך מיט עפעס? מען פארט געווענדלעך צו פארברענגן קוואליטי צייט מיט א באליבטע און אויסלופטערן דער מוח, נו, איז וואס איז אויב נאך אפאר אירע פון וויליאמסבורג טוהן דעס זעלביגע?

אויסלופטערן פון וועמען? ביזט נאריש. א סך אנשי שלומינו אז ס'געלונגט זיי שוין זיך ארויסצושלייכן פון דער געטא, פראבירן זיי צוריקצוווייזן אביסל די ארבעה דברים שבזכותם נגאלו אבותינו ממצרים. מ'קוקט אביסל ארום אויף די תענוגי עולם הזה וואס מיר ווייסן ניטאמאל אז מיר זענען זיך צו זיי מסגף, מ'זעט אביסל נפלאות הבורא, אנדערע סארט באשעפענישן - - בקיצור, א ויברח פון פון דעם ביטערן מציאות. און אז ס'איז שוין יא באשערט צו זיין צווישן דעם מין האנושי, טא פארוואס זאל דאס זיין אין שאטן פון דער מומע יענטל, אין געגנווארג פון דעם ראדני לחיים זויפער אדער אפילו מיין שכנ'ס קאזין. הער אויס, קען זיין ס'פעלט הסברה אין דער לאגיק, אבער אז דו פארשטייסט טאקע נישט דאן לאקי יו.
[tag]פישל'ע העררינג[/tag]

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:05 pm
דורך דריידל
נארט מיאמי

נארט מיאמי איז א שטילע געגענט, בערך א פינף מינוט דרייוו פונעם ים. דארט זענען נישטא קיין האטעלס אין די אידישע געגענט, אסאך אידן האבן אבער הייזער וואס זיי פארדינגן. די דירות האבן א גרויסע מעלה אז ס'פארמאגט א כשר'ע קאך מיט א מחיצה ארום די פול. די געגענט דערמאנט מיך אביסול פון סיגעיט. שול'ן זענען דא דארט לרחצה. די חסידישע ביהמ"ד - קהל חסידים - האט א מקוה וואס איז אפען יעדן טאג. דארט דאווענען די מער היימישער עולם. די פראבלעם דארט איז אז איינמאל ס'ווערט נאכט איז טויט דארט. קיין רעסטוראנטן זענען אויך נישט דא, חוץ א מיליכיגע, וואס איז גאנץ שוואך. פאר א גוטע סאפער קען מען גיין קיין אוואנטורא וואס איז א 10-15 מינוט וועג ביי קאר.

בייטאג קען מען שפאצירן ביי די קאנאל וואס לויפט דורך ביים עק פון אידישע געגענט. ביינאכט איז אבער נישט ראטזאם צו שפאצירן אינדרויסן צוליב אינצידענטן וואס מ'הערט יעדע שטיק צייט (די נישט אידישע איינוואינער באשטייען פון א שוואכע עלעמענט). למעשה, איז עס פארט א אידישע געגענט, און טאמער וויל מען זיין איבער שבת, איז נארט מיאמי א גוטער אויסוואל.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:27 pm
דורך גנדי
אויב ווילט איר איינשטיין אין נארטה מיאמי ביטש פאר שבת קענט איר איינקויפען די גאנצע שבת אין די סופערמארקעט אדער קענט איר באשטעלן ביי גוטע אידענעס די גאנצע שבת.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:31 pm
דורך לית דין בר נש
בין איך די איינציגסטע צריקגעשטאנענע אין דער שטיבל וואס איז נאך קיינמאל אין פלארידע נישט גיוועהן?
איך זעה יעדע האט וואס צו צולייגן חוץ איך

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:41 pm
דורך גנדי
איך וויל מזהיר זיין די היימישע עולם - די וואס גייען קיין מיאמי אנטקעגן די אפענע פסק פון די פריערדיגע גדולים - חלילה נישט צו גיין קיין "סאוט מיאמי ביטש" (דאס איז די נידעריגע ציפערן גאסן, מיט נידריגע עלעמענטען) דארטען איז דא תועבות, קלאבס און ראיות אסורות ערגער פון מענהאטען און די ארטיסטען. א מוצאי שבת זענען די גאסען פיל מיט תערובות מער ווי א שמחת תורה ביינאכט אין וויליאמסבורג. אפילו אדורך פארען איז אסור אפילו עס איז נישטא קיין דרכא אחרינא (עס איז נאר איין גאס. נישטא ווי צו גיין) די קלאבס זענען איבערגעפילט אז די אויסגעלאסענע מוידס רינען ארויס איבער די גאסען (תרתי משמע). אפילו דער וואס בעט זיין ווייב זאל אים דרייווען כדי צו היטען אויף שמירת עניים וועט חלילה נכשל ווערן מיט געמיינע ווילדע מוזיק וואס הילכט אפ אין די טריפה'נע גאסען פון סאוט מיאמי ביטש.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 11, 2014 2:51 pm
דורך גנדי
פישל'ע העררינג האט געשריבן:וואס איז ראנג מיט טרעפן גאנץ וויליאמסבורג? מען שעמט זיך מיט עפעס? מען פארט געווענדלעך צו פארברענגן קוואליטי צייט מיט א באליבטע און אויסלופטערן דער מוח, נו, איז וואס איז אויב נאך אפאר אירע פון וויליאמסבורג טוהן דעס זעלביגע?


יא! סאיז א פראבלעם ווייל איך האב געטראפען מיין פרומע חבר אין פלארידא, האט ער געהאט טענות אויף מיר פאר נישט מיטברענגען מיין רעזשוואלקע...