שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:27 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א חסידישער איד וואס איז נהנה מיגיע כפיו, און זיכט אביסל כשר אונטערהאלטונג, דעריבער בעט איך מען זאל מיר אננעמען כדי אויך צי קענען זיין א טייל פון כלל ישראל, די נעשכיזער איז געוועהן א גיטע איז און מייערען צימעס איז א גיטע מייער.
מוטשא טראוואחאו, פאקיטא דאנעראו.
(אמיגאו)
(אמיגאו)
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
יונגערמאן אין פערציקער יארן וואס וויל אביסל מיטהאלטן וואס טוט זיך אויף דער וועלט און זען אלטערנאטיווע פערספעקטיוו און מיינונגען
איך ארבעט אלס מענערישער פון א פירמע מיט זייער אנגעצויגענע דזשאב . צו קענען זיך מי טעם פאראן אין אנדערע זאכן וויל איך קומען דא און אנטייל אין דער יידישער דעבאטע
איך ארבעט אלס מענערישער פון א פירמע מיט זייער אנגעצויגענע דזשאב . צו קענען זיך מי טעם פאראן אין אנדערע זאכן וויל איך קומען דא און אנטייל אין דער יידישער דעבאטע
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
אלס חבר וואס ליינט אסאך און שרייבט אסאך אין אנדערע מקומות מושבותיהם וועלן מיר געבן א געלגעגענהייט און לאזן אונזער פעדער אויסזוגן דאס טינט ביי א היימישע אויסגאבע פאר ערליכע אידן ביינונז אין קאווע שטיבל, און דערפרישן אונזער הארץ און אונזערע חברים'ס צייט בדיבוק חברים See You manyana
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 01, 2024 10:45 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוטן.
איך בין יענקל, א חסידיש קינד פון א חסידיש שטוב וואס וויל מיטהאלטן אידישע נייעס און א געשמאקן חסידישן קרעמל.
וואס קען זיין בעסער פון דעים.
בשבת אחים גם יחד.
איך בין יענקל, א חסידיש קינד פון א חסידיש שטוב וואס וויל מיטהאלטן אידישע נייעס און א געשמאקן חסידישן קרעמל.
וואס קען זיין בעסער פון דעים.
בשבת אחים גם יחד.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:16 am
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן וואס ארבעט שווער על המחיה ועל הכלכלה, וואס איז אינטערעסירט זיך אויסצוליפטערן נאך א שווערע טאג ארבעט מיט נייעס אד״ג, אבער צומאל גליסט זיך צוליינען קאווע שטיבל נייעס (אזאנע סארט וואס ווערן בד״כ דיסקוסירט אין אלע היימישע און ערליכע קאווע שטיבלעך). זייער אפט, זענען דיע קריטישע און אקטועלע טעמעס ביים היימישן ציבור וואס לדאבונינו ווערן זיי צענזורירט למחצה לשליש ולרביע אין רוב אנדערע פלאטפארמעס.
איך קוק פארויס צו לייענען און צומאל אויך אריינצוווארפען מיינע צוויי צענט.
איך קוק פארויס צו לייענען און צומאל אויך אריינצוווארפען מיינע צוויי צענט.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:26 am
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א היימישער איד מיט א ניגוני צו פרייע נייעס וואס קען נוצען א פלאטפארמע ווי נייעס ווערן אראפגעברענגט אויף א היימישן און זאכליכן אופן מיט א ריכטיגע אפטייטש פין אונזער היימישע קאווע שטיבל אין בית מדרש ווי עס ווערן אויסגעשמועסט אין דיסקוסירט דברים העומדים ברומו של עולם
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 12:38 am
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א יונגערמאן מער פון די נייגעריגע סארט נאטור איך וויל אלעס וויסן און זען, איך ליין שוין א לענגערע צייט דא און איך האב זייער הנאה פון די געוואלדיגע אינהאלט, איך האב געקלערט סאיז שון העכסט צייט זיך געהעריג איינצישרייבן און צוגעבן געדאנקען פון מיין קוק ווינקעל, עס וועט מיר זיין א פארגעניגען צו פארברענגן דא מיט אייך.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א גוט יאר! איך ענדזשוי צו נעמען אביסל טיי"ם א"ף אביסל פארברענגען מיט חברים, איבער שמועסן די לעצטיגע נייעס, קרישקעלעך אין אנטוויקלונגען וכדו', דעבאטירן אינטערעסאנטע נושאים אין הערן נייע זאכן. - אין קורצן, - זיצן אין (אויף) קאווע שטיבל... לאמיר פארברענגען אינאיינעם!
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:27 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א באנדע סאקערס זענען אנגעקומען דא לאל
מוטשא טראוואחאו, פאקיטא דאנעראו.
(אמיגאו)
(אמיגאו)
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 162
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג מערץ 31, 2024 11:23 pm
- האט שוין געלייקט: 358 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 178 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
ולמה נקרא שמם סאקערס? ווייל אז מ'שרייבט זיך אריין און מ'שרייבט נישט איז מען א זייגער
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 17
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אפריל 01, 2024 12:27 am
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 7 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך און די האבן שוין זיכער אויף געטוען אז פאר די קומענדיגע חודש גייט מען אונז נישט ווארפן, עכ״פ, פארן נישט האבן גענוג תגובות
מוטשא טראוואחאו, פאקיטא דאנעראו.
(אמיגאו)
(אמיגאו)
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א פשוטע עמך איד וואס נוטיגט זיך אין א ווארעם גלעזל קאווע צו דערפרישן אביסל די מידע ביינער,
א איד וואס טוט גארנישט מיטן טאג פשוט ווייל דער טאג האט מיר גארנישט געטוהן אז איך זאל אים דארפן צוריקטוהן...
א איד וואס טוט גארנישט מיטן טאג פשוט ווייל דער טאג האט מיר גארנישט געטוהן אז איך זאל אים דארפן צוריקטוהן...
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 4
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 4:01 pm
- האט שוין געלייקט: 2 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א ליינער און א קאמענטירער, גיווענליך נישט קיין גאר לאנגע תגובות אבער איך פראביר עס זאל צוגעבן צום שמועס אבער קיינמאל נישט קיין נערישע ענטפערס בלויז צו וויזען אז איך קען אויך עפעס זאגן. איך בין אינטערסירט אין נייעס און ארטיקלען וואס נען זעט נישט אין אנדערע פלעצער.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 7:49 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום עליכם טייערע ידידי השטיבל! א חשובער איד דא צו לערנען, שמועסן און פארברענגען אינעם שטיבל. שוין לאנג געווען א ליינער דא און געשעפט הויפענעס מיט אינפארמאציע און חיזוק אבער קיינמאל ניש גענומען די מיה זיך איינצושרייבן, מיר האפן צי אנטייל נעמען און ווערן אן אקטיווער מיטגליד אינעם שטיבל
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 9:26 pm
- האט שוין געלייקט: 4 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 30 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א שיינע איד אין די מיטעלע 40 יאר וואס מאכט חתונה קינדער ווי עס פאסט מיט געלט וואס איך האב נישט, מיין שאיפה איז מען זאל מיר אנערקענען מער פאר מיין תורה ווי פאר מיין גדולה. אמאל האב איך זיך פארופען א חסיד פון א רבי (ווען עס איז געווען איינס) היינט געהער איך נאר צי די מוסדות פין מיינע קינדער
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 02, 2024 10:34 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אפסטעיטער אינגערמאן, גלייך צו ליינען און הערן און באקומען אינפורמציה אין תורה יהדות חכמה מוסר הגיון והיסטוריה. זייענדיג איינשטימיג מיט אסאך פון דע מיינונגען וואס ווערן דא געלופטערט ווי אויך זייענדיג נייגעריג צו זען די צווייטע צד וואס ווערט ארויסגעברענגט אין די תגובות האב איך מיך דא איינגעשריבן. איך פלאן בעיקר צו באקומען דא ידיעות מער ווי צו שעירן מיינע ידיעות און תגובות. יישר כח.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
א אינגער אינגערמאן וואס האט ליב זיך אין אויך ליב צו ליינען און שרייבן, פארברענגן אינאיינעם מיט חברים ידידים מיט א הייס גלעזל קאווע על דא ועל הא, פון נייעס ביז היסטאריע, וועלטליכע אין אידישע
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2024 11:47 am
- האט שוין געלייקט: 6 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א היימישע חסידישע יונגערמאן, איך ארבעט ווי א פערד צו שפייזן מיין געזונדעל, אבער איך פרוביר שטארק נישט אריינצופאלן אין א וויקטים מענטאליטעט, איך חלום נאך אז איין טאג וועל איך זיין א גרויסע עושר, איך וויל איך דרייען דא אין שטיבל בעיקר צו קענען שמועסן אין טעמעס וואס זענען צענזורירט אויף אייוועלט
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 3
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2024 12:43 pm
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
שלום לכל,
א חסידישער נייגערע יונגערמאן איך גלייך צו וויסן אלעס און האבן א מיינונג.
איך האב הנאה צו לייענען נייעס ספעציעל היימישע נייעס.
איך האף הנאה צו האבן און צו קענען מהנה זיין דעם ציבור.
א חסידישער נייגערע יונגערמאן איך גלייך צו וויסן אלעס און האבן א מיינונג.
איך האב הנאה צו לייענען נייעס ספעציעל היימישע נייעס.
איך האף הנאה צו האבן און צו קענען מהנה זיין דעם ציבור.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2024 6:02 pm
- האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך וויל זען צו עס איז דא נאך מענטשן וואס טראכטן אזוי ווי מיר אדער איך בין איינציג מיט מיינע מיינונגען. איך בין א פחדן אין איך לייד שטארק פון סאשל פרעשור אין איך האף אז איך וועל זען אז איך בין נישט איינציג וועל איך מיך קענען אסאך מער עפענען אן א פחד און זאגן מיינע מיינונגען.
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 1
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 03, 2024 8:34 pm
- האט שוין געלייקט: 1 מאל
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך גלייך צו ליינען די ארטיקלען וואס זענען געשריבען אין א שיינע און רייכע אידיש. איך בין א בעל הבית און טאטע, איך דאווען דריי מאל א טאג. איך האב א שיעור א יעדען טאג
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א אינגערמאן און די צוואנציגער יארן וואס האט אביסל איבריג צייט און טאג און וואלט הנאה געהאט צו זיין אויף א פלאץ וואס איז נישט אזוי עקסטרעם.
איך קען מיר אויס און גאר אסאך נושאים (אזוי האלט איך)
איך וויל ווערן אפראווד ווי שנעלער.
איך קען מיר אויס און גאר אסאך נושאים (אזוי האלט איך)
איך וויל ווערן אפראווד ווי שנעלער.
Re: שלום עליכם! לאמיך זיך פארשטעלן פאר אייך
איך בין א ישיבה-בחור. איך קום פון דער לאומי רעליגיעזער קהילה, אבער איך האב זייער ליב אן עכט חסידישן יידיש, און איך וויל צוריקגיין צו זיין ווי מיין אלטער זיידע ז''ל, וועלכער איז געווען א גער חסיד, וואס האט עולה געווען פון פוילן און אין זיין הויז האט מען גערעדט בלויז יידיש. מיין גאנצע לעבן האב איך נאר ליב געהאט די חסידישע אידישקייט, אידיש און אידישע קולטור.